בלאט 4 פון 6
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 12:19 pm
דורך יצמח
אזויווי די טוסט בעטן אזוי שיין,
וועל איך פראבירען אויף דעם וועג צו גיין.
כאטש סקומט נישט גרינג אן,
דאך פראביר איך דאס צו טאן.
איך האף אז די וועסט דיך באגעניגען מיט דעם,
ווייל צו שרייבן ווייטער האב איך א פראבלעם.
און יעצט וועל איך מיך מיט דעם אשכול שיידן,
איך האף מיך נאך צוריק צו קערן אין פריידן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 11:51 pm
דורך צדיק מושל
נו רבותי שרייבטס ווי מער,
עס זאל זיך טוהן א פארקער.
אוואו עס איז ענק ניחה,
פעמים בקצרה פעמים בארוכה.
ושם שיר חדש נעלה,
לכבוד שב"ק טוהן די אשכול זיין מעלה.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 18, 2008 8:16 am
דורך פויער
ווער עס קען זאל שרייבן
אבער ער זאל זיך נישט די מח צורייבן
אויס עס איז נישט צו שווער
זאל מען גראמען ווי מער
משמח זיין אלע חברים
און אויך פרעמדע אנשים אחרים
ווער עס האט די חוש פון גראמען
זאל זיך נישט פארזאמען
נאר שנעל נעמען די פעדער אין די האנט
און שרייבען גאר קלאר און קראנט
איך וואונטש יעדעם א ברכה
אז ווי ער קערט זיך זאל ער האבן הצלחה
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 18, 2008 3:01 pm
דורך איך_הער
צו גראמען האבעך א שטיקל חוש,
אבער נישט אלעמאל בינעך רעדי צו גיין צום טיש.
סאו עלעך מקצר זיין יעצט,
און נאך איין שורה שרייבן דא ביי דעי תגובה צום לעצט.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 1:22 pm
דורך סתם_אזוי
איך שטיי און קלער,
עס לאזט זיך אראפ א טרער,
פארוואס איז די אשכול אזוי לער?
ווער, אוי ווער,
אויב נישט איך_הער,
זאל נעמען פון די אשכול קעיר?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 3:36 pm
דורך איך_הער
צייט צו קריכן אין בעיסמענט איז נישטא,
נאר ווען אן אשכול פאפט ארויף יעדע פאר שעה,
נעמט מען זיך די מיה צו שרייבן אביסל דא,
און יעצט לויפעך שוין אויך ארויס און איך שריי נישט באאאאאא.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 3:38 pm
דורך האניג
סתם_אזוי, כ'האב הנאה וואס דו זאגסט,
איך זע אז אן אחריות דו טראגסט,
אנצוהאלטן דעם אשכול עד הסוף,
אלדו סאם טיימס איטס טאף.
אלזא אלע שיכורים צוריק אין קרעטשמע טרייבן,
און לאמיר זיך נעמען שרייבן,
זיך זעצן צום פעדער און פאפיר,
און שרייבן א קליינ'טשיקס שיר.
דערמיט ענדיג איך מיינע דיבורים,
און כ'האף נאך דא צו לייענען פילע פילע שירים,
מבני קהלתנו יושבי הקרעטשמע והגלילות,
און פון אלע אנדערע חשוב'ע אידישע קהילות.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 11:53 am
דורך שמערי בערי
סתם-אזוי, מען דארף דיין אקט ארויס הייבן
עס לאזט זיך נישט גלייבן
אז אזוי לאנג האט מען נישט געטון שרייבן
אז ב"ה אין קרעטשמע מען קען בלייבן
און קעמפן מיט כוחות ווי לייבן
תירוצים עסטו געבן פארן באבן
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 12:58 pm
דורך האניג
שמערי, איין זאך האב איך גענומען אינאכט,
אז אפילו ביסט גוט געשלאפן א גאנצע נאכט,
דאך זענען דיינע גראמען בלויז צום ליינען און צום זען,
ווייל אזוי לאנג וואס מען זאגט עס נישט ארויס נאר ס'בלייבט אין ברעין,
שטימט אלעס ביז'ן לעצטע שורה,
זייער פיין און כשורה,
אבער אויב מ'הייבט עס אן צו זאגן בפה מלא,
וועט דער לעצטע שורה מאכן א בהלה,
אונז אינגאנצען צומישן און צודרייען,
"ס'שטימט נישט מיט'ן גראם" וועלן מיר שרייען,
איי, עסטו זאגן אז דו קענסט נישט שרייבן,
תירוצים עסטו געבן פאר'ן באבן...
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 3:23 pm
דורך שמערי בערי
אמת און ריכטיג
טייערער האניג
אבער איך וועל דיר ערקלערן און נישט זיין פויל
אז כ'האב עס געשריבן כלשון בני אדם - ווי מען רעדט מיטן מויל
און אין מינדליכן שפראך זאגט מען "שראַבּן"
דעריבער איז דאס שוין איינמאל א תירוץ פארן באבן
און יעצט נאך א נקודה, איין מינוט
כ'בין די נאכט בכלל נישט געשלאפן גוט!
געטאנצן ביי א חתונה ביז שפעט
דערנאך די קינדערלעך געוויינט, באט איטס טא לעיט
יעדער איינער זעט
אז איך האב שוין אריבער געשפרינגען די געיט
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 3:29 pm
דורך שטארק זיך
אפראגע,
זאמד טראק מיט אויל טראק גראמט?
נאך א פראגע
גאוטשי בערי מאלי בערי און שמערי בערי, גראמט?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 3:44 pm
דורך האניג
האסט דיר פארענטפערט, געשירגן און געוויינט,
אבער נישט יענער גראם האב איך געמיינט,
ווען לייבן וואלט געגראמט מיט באבן,
דאן וואלט גוגל געגראמט מיט שרייבן.
און איבער דיין שלאף די נאכט,
מוטשע איך מיר און איך טראכט,
צי ליין איך דען נישט גוט דיין זאץ,
וואס דו האסט געשריבן אין אן
אנדערן פלאץ?
אבער עפעס האב איך גאר הנאה פון דיר,
אז דו פאלגסט אויס דעם תקנת האשכול אן קיין שיעור,
און אפילו דיין אייגען ניק מלא טעם,
שטימט אויך הערליך מיט'ן גראם.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 3:47 pm
דורך שמערי בערי
האניג, זאגסט נישט שחעכט
ביסטעך סוכ"ס גערעכט
און אין יענעם ארט האלט איך נאך אינמיטן באשרייבן דעם נאכט
נעם נאר אין אכט
ליין ווייטער מיט פראכט
זיי געזונט, און לאז געמאכט
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 2:45 pm
דורך איך_הער
אפאר ווערטער צו שרייבן מאכעך דא גרייט
אבער מיין זמן איז זייער טייט
האבעך זמן מיט זיין אפטייטש געמאכט א בייט
כדאי איך זאל קענען אנפילן נאך א קליינע שורה אין מיין אנגעשטרענגטע צייט
און יעצט עלעך געבן א דריק אויפן שיקעס קנעפל וואס איז לינקס און נישט אויף די אנדערע וואסיז רייט.
און איך גיימיך ארויס פון דא געזונטעהייט.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 2:55 pm
דורך שטארק זיך
וואספארא פשט האט דאס גראמען,
אויב דו ווערטער קלעבן נישט צוזאמען.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 3:05 pm
דורך האניג
אינאיינעם וועלן מיר עס אדורך מאכן,
אינאיינעם וועלן מיר עס אדורך לאכן...
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 3:24 pm
דורך שמערי בערי
מיט א פארקנאקטע געזיכט
א קורצן איבערזיכט
מיט פארצינדענע ליכט
אראפנעמען א דיקע שיכט
ווען איינער דא אויף מיין נערווען קריכט
ווער ס'פארטייט נישט דעם באריכט
זאל גיין ווי די ווארצע פעפער וואקסט, דארט מען זוכט
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 3:40 pm
דורך איך_הער
און ווער ס'פארטראגט נישט די היץ אין די קיטשן
מוז נישט אריין קומען דא און באלמוטשן.
ער קען גיין ליינען די ארטיקל פון תורת חסד אין היטשן.
אדער צו ספארטס און זען וויזוי די חאלעראס טוען פיטשן.
און פון דא ווי שנעלער זיך אוועק גליטשן.
און וויזוי צו גראמען זאלער נישט קומען דא טיטשן.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 4:26 pm
דורך שטארק זיך
האניג האט געשריבן:אינאיינעם וועלן מיר עס אדורך מאכן,
אינאיינעם וועלן מיר עס אדורך לאכן...
עס שרייט דא דער גאנצער פמליא,
אז עס איז הא בהא תליא.
ווען מען נוצט דעם שכל,
שטופט מען אלעס דורך מיט א שמייכל.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 4:32 pm
דורך שטארק זיך
א קליינע פליג,
האט דערקלערט קריג.
קומט כסדר צו פליען,
מאכט הגהות אויף מיין טאטש סקריען.
ווען די חברה פליען דא למאות,
קען איך אויף מיינע ווערטער נישט נעמען אחריות...
טא, אויב ווערט איר באליידעגט, האט קיין מורא,
רופט דעם קליינעם פליג, צו דין תורה...
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 6:44 pm
דורך איך_הער
גענונג געהאט אינדערהיים מיט די פליגן,
איך קען זיי קוים באזיגן,
איך האלט מיך מיט זיי אין איין קריגן,
אלץ קומען זיי צו די זעלבע אויער און מיטן זעלבן ניגון,
איך קען דעם קליינעם פאר קיין געלט נישט איינוויגן,
זיי דרייען זיך איבעראל אויפן דאך אויפן פלאהר און אויף די שטיגן,
נעכטן איז אפילו איינס אריין געפאלן אין די חלב פון די מלוה מלכה ליכט און געלערענט הלכות טיגון,
איך לייד פון זיי סיי ווען איך זיץ און סיי ווען איך טו ליגן,
ס'האט גארנישט געהאלפן אפילו ווען כ'האב אויף זיי געשריגן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 07, 2009 9:41 pm
דורך מרדכי חעלמער
הערצי וואס כ'וועל דיר זאגען
אין די וועסטעך מער נישט דארפען פלאגען
פליגען קומען נישט אומזיסט
נאר ווי עס איז דא מיסט
קודם האלט אלעס ריין אין ציכטיג
אין די גארביטש זאל זיין גוט פארמאכט איז זייער וויכטיג
אויף די פענסטער זאל זיין א סקרין
ס'זאל נישט קענען אריין פליען א פליג אדער א בין
נאכדען נעם דיר צי די וואס זענען שוין אינווייניג
אין לערען זיי אויס אז דיר קען מען נישט האקען קיין טשייניק
הארגע זיי אויס איינס ביי איינס מיט האס
געב אויס אויף זיי דיין גאנצע כעס
אין אויב גייט עס נישט שנעל אין פלינק
קענסטו
דאסניצען ס'זאל דיר זיין גרינג
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 07, 2009 9:47 pm
דורך שטארק זיך
איך וועל דעם ווארהייט זאגן,
נישט אלעמאל טוען זיי מיר פלאגן.
דאס איז קלאר,
עס איז פאראן א סעזאן אין יאר.
ווען די פליגען דערקוטשען,
אזש מען שפירט ווי קוויטשען.
אפשר וועל איך פראבירען דיין געדאנק,
אדער זיך לייגן אונטערן באנק.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 08, 2009 9:58 am
דורך האניג
אפשר אויב וואלט מען געעפענט א קרעטשמער פאר פליגן,
וואלט מען זיי נישט אזוי שטארק געדארפט באזיגן,
ווייל ס'וואלט זיי אזוי אהין געצויגן,
אז זיי וואלטן אלע אהין געפלויגן,
אזוי ווי מען זעט ביי אונז אין די מאסן,
ווען ס'ווערט ליידיגער און ליידיגער די גאסן.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 08, 2009 11:07 am
דורך איך_הער
מיר ווייסן אז יעדע זאך האטצעך זיין ריזן,
און אז זיי קומען נאר אין זייער סיזן,
און וואס איך קען האבעך זיי שוין געוויזן,
אסאך מאל קריכן זיי אויף די נאז אז ס'מאכט סניזן,
אדער פליען זיי אריין אין פריזער און טוען אוועק פריזן,
און אויסהאלטן ביז זיי וועלן נעלם ווערן וועלעך מוזן.