בלאט 3 פון 6
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2008 4:15 pm
דורך שמערי בערי
א גרויסן יישר כח
מיט פיל קאפ און מוח
האסטו געברענגט לריח ניחוח
דעם אשכול צוריק ארויף הויעך
און יעצט דיר פארטרוי עך
מיט א ברכה ברך בניך
אל תקרא... אלא בוניך
דאס מיינט מען דאס בויען בשעריך
בויען ווייטער דעם קרעטשמע עד ישיש עליך אלקיך
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2008 7:04 pm
דורך איך_הער
נהניתי על למאד.
אז מ'האט נישט געלאזט דעם אשכול גיין צום טויט.
און צו ענדיגן בכי טוב דעם ענין.
זעטס ווייטער צו בויען דעם בנין.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2008 8:26 pm
דורך וויכטיג מאכער
נהניתי על למאד. = כ'האב הנאה זייער.
אז מ'האט נישט געלאזט דעם אשכול גיין צום טויט. =נאר מ'האטעס געהאלטן טייער.
און צו ענדיגן בכי טוב דעם ענין. =ענדיגן דעם שמיעס.
זעטס ווייטער צו בויען דעם בנין. =אזוי ווי ביז יעצט, אזוי זיס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2008 8:28 pm
דורך ביקסאד
יאך מיש דא שוין בלעטער דריי,
און עס גיבט פון זיך אליינס א געשריי,
עס ווייסט דער איין איינציגער בורא,
אז שעמען מעגן ענק זיך לכאורה,
נישט צו שרייבן די ערשטע גראם פון די תורה,
אין פרשת תצוה אין חומש שמות,
שטייט עס קלאר ארויס,
ועשית לאהרן ולבניו ככה,
ככל אשר צויתי אתכה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2008 9:09 pm
דורך פייער אפפער
אט אט דא וואקט ער
עס קומט צו גיין דער דאקטער
אנשטאט צו מאכן א גראם
נעמטס איין צוויי טיילענאל 500 mg
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 27, 2008 1:53 pm
דורך איך_הער
ביקסאד האטעס געטאן,
ארויף געברענגט ס'אשכול אויבן אן.
און פארדעם עלעך אים אפגעבן א דאנק,
אז ס'זאל אים נישט טון באנק.
און ווען ער האט צייט,
זאלערעס אויפן אויבן אן נאכאמאל מאכן גרייט.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2008 10:06 pm
דורך שאץ מאץ
ביקסאד האט געשריבן:יאך מיש דא שוין בלעטער דריי,
און עס גיבט פון זיך אליינס א געשריי,
עס ווייסט דער איין איינציגער בורא,
אז שעמען מעגן ענק זיך לכאורה,
נישט צו שרייבן די ערשטע גראם פון די תורה,
אין פרשת תצוה אין חומש שמות,
שטייט עס קלאר ארויס,
ועשית לאהרן ולבניו ככה,
ככל אשר צויתי אתכה.
די ערשטע תורה גראם,
ווייטו נישט מסתם,
אבער אזוי שטייט פון ראשונים,
און פריעדיגע קדמונים,
הקב"ה האט געזאגט גראמען ביי די חתונה פון אדם הראשון,
און דאס איז א פסוק אין פ' בראשית אינצווישן,
לא טוב היות אדם לבדו,
אעשה לו עזר כנגדו,
פאר אט דעם גראם באצאלן מיר א טייערע פרייז,
מ'קוקט אונז אן און מ'דארף נישט קיין באווייז.....
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2008 7:51 am
דורך פויער
שמעו נא רבותי
האזינו נא אמרותי
גראמען אויף יודיש איז מיר שווער
אבער איך וויל פראבירן וואס מער
וואס איז שייך צו זאגן
גראמען איז נישט איינע פון די מעלות וואס איך טו פארמאגן
דאך וועל איך מיך יעצט אנשטרענגען
גוטע סחורה פארן עולם צו ברענגען
אין מיט דעם וועל איך מסייים זיין
ווייל יעדער וועט פארשטיין
וואס איך מיין
אז איך מוז שוין גיין
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2008 1:18 pm
דורך Joba
פויערל האלט דיך נישט אזוי קליין,
דיינע גראמען זענען דייקא זייער שיין,
דא איז אפען פאר איעדן די טויער,
אפילו פאר אזא שיכור'ן פויער,
דו האסט גאלדענע כשרונות,
שטארק זיך נאר אויף דיינע נסיונות,
נוץ אביסל פון דיין ברייטן שכל,
ארויסצונעמען פון יודן א שמייכל,
געדענק וואס צדיקים פלעגן זאגן,
ווי מער מען טוט זיך פלאגן,
באקומט מען דערפאר,
אלס מער שכר.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2008 1:28 pm
דורך איך_הער
דזשאבע האט א גוטע פוינט, און כאטש צו גראמען בינעך יא אביסל צו געוואוינט.
אבער צופיל צייט טוה איך נישט פארמאגן, עלעך נישט האבן קיין ברירה נאר פון דא אפצויאגן.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2008 1:34 pm
דורך scy4851
יא יא איך-הער מיר הערען דיך זייער
א שאד אז די קענסט נישט בלייבען, ליידער
צייט איז טאקע א טייערע זאך
און מעקען דערפון נישט אוועק געבען קיין סאך
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2008 2:09 pm
דורך Joba
איך הער עס איז דאך מיני' ובי' א סתירה
אויב איז גראמען על לשונך שגורה
קענסט מיר טראסטן
אז עס דארף נישט אזויפיל צייט קאסטן.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2008 2:20 pm
דורך איך_הער
איך זע אז דו טוסט נישט כאפן דאס ענין, און דערמיט טוסטו צו ווארפן מיין בנין.
די צייט פון וואס איך האב געמאכט א שמועס, איז נישט אז איך דארף טראכטן וואס זאל זיין די נעקסטע גראם פיס, (מיט א פינטל אין די פ'.)
ס'איז נאר אז כ'האב דא צו ליינען זייער א סאך, ממילא האבעך נישט צופיל צייט צו גראמען געבן א מאך.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2008 8:11 pm
דורך צדיק מושל
קרעמער האט געשריבן:אה, דו מיינסט א גראם? גאנץ פיין, האמיר שוין א נייעם בדחן אויפן האריזאנט, קום דא ארויף אין די פראנט.
על מה עשה ה' לי ככה,
מ'באדארף מקיים צו זיין דברי חכמינו זכרונם לברכה.
כל מה שיאמר לך בעל הבית עשה,
אלעס חוץ פון צא.
ער מיינט אז צו גראמען האבן מיר א חוש,
כ'דארף אסאך מתפלל זיין נישט צו ווערן צומיש.
אט דא איז דער ארט,
ארויס צו זאגן א קלארע ווארט.
נעמען די מיקראפאן זיך צו לאזן הערן,
אפילו מיר האבן א שטימע א שווערן.
מיט די פעדער אין די הענט,
און זאלן ציטערען די ווענט.
ווערטער האלטן אין איין מאלן,
ווי לענגער, אבי דער בעה"ב זאל באצאלן.
איצטער אז מיר האבן 'די גראמען אשכול' מתהום הנשיה געטוהן ארויף ברענגען,
אז עס זאל זיין צו די האנט אן זיך צו דארפן איבערשטרענגען.
יעדער זאל עס מיט די אייגעלעך אנקוקן,
און זיך די הערצעלע צו דערקוויקן.
יוחק בעט ברזל ועופרת, ויעמוד למשמרת, אלו הדיבורים, מעולפת ספירים,
זאת אומרת, בשפה מבוררת, יעלה לראש עטרת, ויגיע לנזר תפארת,
מקרא מלא דרוש, להעומד בראש,
אכסניא נאה, קרעטשמע יאה,
ווער עס וויל נאך דא פארבלייבן,
און די צייט פארטרייבן.
משבח ואומר,
און די ווערטער זיין גומר.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2008 9:51 pm
דורך קרעמער
הערליך שיין, מלא חן. ברוכים הבאים בשם, לחיים לחיים.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2008 11:51 pm
דורך ברוך
הערליך הערליך,
שענער ווי געווענליך,
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2008 8:50 am
דורך פויער
פארן צדיק מושל דארפן מיר געבן א דאנק א גרויסע
אזוי שיין געגראמט און ארויסגעברענגט די נושא
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2008 10:33 am
דורך סאכדעס
א ברייטן שלום עליכם פאר צדיק מושל,
וואס האט גראמען א פולע קוישל.
עס טוט אונז פרייען אייך דא צו האבן.
מיר וואונדערט וואו זענט איר געווען ביז אהער,
קיינמאל זיך נישט געגעבן דא א קער,
נישט פרובירט דא אריינגראבן.
כ'בין זיכער אז היינט האסטו הנאה אסאך,
די קרעטשמע איז דאך גאר א שיינע זאך,
מיר האבן הנאה פון דיין קומען דא.
איך האב שוין צו גראמען קיין כוח נישט,
אויך די ארבעט האט זיך אריינגעמישט,
את אשר יגורנו בא.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2008 1:22 pm
דורך איך_הער
כ'וועל נישט שרייבן קיין סאך,
נאר קורץ און פראבירן ס'זאל זיין צו די זאך,
און תיכף דריקן שלח.
נאר ארויס ברענגען א יישר כח,
פאר די וואס האבן דעם אשכול ארויף געברענגט אין די הויעך,
און דער עולם האטצעך גענומען שרייבן דא אז ס'גייט א רויעך.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2008 5:17 pm
דורך צדיק מושל
מיר שטייען אין די הייך,
און זאגען עלינו לשבח.
פאר די אלע וואס האבן זיך גענומען די מיה,
און דער פעדער דערצו.
צו באדאנקען הערליך שיין אזוי,
לתפארת ולנוי.
שטענדיג הערצער פילע פרייליכערהייט,
יעצט רבותי ציהט עטס ווייטער די גאלדענע קייט.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2008 5:54 pm
דורך איך_הער
איך האב נישט געטראכט צו שרייבן אפילו, אבער אז דו האסט געבעטן א תפילה.
קען איך דאך נישט זיין קיין חי', און אט בין איך נעקסט אין די רייע.
מיינע פאר שורות לייג איך דא צו, און דערמיט וועלעך ענדיגן און געבן פאר מיינע פינגער ריה.
האטס אין מיר און זייטס מיר שטארק און געזונט, איך האב שוין דעם אשכול דערווייל גענוג געדינט.
הצלחה וברכה וכל טוב, און מיט דעם ענדיג איך דא דעם בריוו.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2008 7:07 pm
דורך צדיק מושל
איך הער אייערע ווערטער זענען איבעריג,
איר האט דעם אשכול נאך נישט געדינט גענוג.
אונז וועלען מיר זיך נישט צוהערן צו אייערע געבעטן,
פון דא אפילו צייטווייליג אפצוטרעטן.
פון אייך עינינו צופיות,
צו האבן אזוי פיל תגובות.
וויפיל דער אשכול פון איינציגע ווערטער,
צו גאר פון די האלבע ווערטער פלעכטער.
חדשים לבקרים,
זענט איר א יוצר הרים.
אשכולות וואס קומען ארויף טעגליך,
זעהן מיר די ווערטער ארסאנאל איז נאך גאנץ פארמעגליך.
פון אייערע מחשבות זייט חוזר,
און תמשיך להיות א מדבר ואומר.
איר זאלט דעם הארץ קודם דערכאפן,
און דערנאך זאלן די פינגער אויף דעם קי-בארד קלאפן.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2008 7:17 pm
דורך איך_הער
איר דארפט פארשטיין אז א ווארט דא און א ווארט דארט איז פיל גרינגער,
און דאס מוטשעט נישט אזוי אויס די פינגער.
אבער ווען מ'דארף דעם קאפ פאר גראמען אנשטרענגען,
און דא מער ווי איין ווארט אהער ברענגען.
מ'קען דאך נישט פלעין פון אפאר שורות זיין צופרידן,
אז מ'גראמט ברויכעס זיין גענוג אויף מהנה זיין די קרעטשמע אידן.
און ממילא עלעך נאכאמאל פון דא געבן א פיץ ארויס,
כאטש כ'האב דערויף נישט ארויף געלייגט פאר מיר קיין שלאס.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 8:10 am
דורך פויער
א גוט יאר אלע יודן
איך האף איר זענט צופרידן
מען דארף ארויסברענגען א הכרת הטוב
פאר אלע יודן וואס נעמען זיך א חוב
משמח צו זיין אנדערע גרויס און קליין
און שרייבן דא גראמען אזוי שיין
איך האב קיין נערווען מער
ממילא וועל איך מיך פון דא געבן א קער
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 11:49 am
דורך צדיק מושל
חס ושלום לאזן זשאווערען דעם מח,
נאר צולייגן דעם קאפ מיט אביסל כח.
דער עיקר נישט צו זיין פויל,
אט דאס איז דער ציל פון דעם אשכול.
נישט קיין לאנגע דרשות קאתינן,
נאר א צוויי דריי שורות בעינן.