בלאט 2 פון 6
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2008 11:59 pm
דורך איך_הער
אלעקסיי ס'קען זיין אז ס'איז א תירוץ א גוטע, אבער ס'פרעגט נישט אפ מיין שיטה.
איך רעד שוין נישט דערפון אז דו קענסטעך שוין גיין אין אקשען, כאב עניוועי אויף מיין זייט לאקשן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2008 5:00 am
דורך לאקשען ברעט
יעצט וויל איך גראמען אזוי איז מיר איינגעפאלען
הערטס ענק אלע צי
אין אזוי וועט איר האבען כוח צי לויפען גאנצע מיילען
אן קיין אפרוה
מען קוקט אויף די הימל מען קוקט אויף די ערד
ווער האט דאס באשאפען ווער האט דאס געמאכט
מען טראכט אריין אין די בריאה פארווינדערט מען ווערט
אלעס האט אונדזער ליבער טאטע באשאפען געבט מען א טראכט
יעצט האב איך שוין נישט קיין געדולט צי שרייבען
גיי איך מאכען א סטאפ איר מעגט מיר גלייבען
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 7:16 am
דורך farshlufen
מיינע ציין דא לדא נוקשין
וואס איז שלעכט געווען מיט די גראמען אשכול פון לאקשען?
דאס זיכער ווייסעך
אז ס'איז נאך פון פאר פסח
אבער ווער זאגט אז ס'איז חמצ'דיג בכלל
דאן וועל מיר עס צוריק אריין ברענגען אין זאל.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 10:29 am
דורך שמערי בערי
רבותי העלפט מיר אלע צוזאמען
עס איז דא נאכא אשכול פון גראמען
קומט אריין אהין און זייט אייך מחי',
און פרישט ענק אויף מיט כוחות נייע
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 2:26 pm
דורך farshlufen
איך טוה דיך אויסהערן
און גיי אהין גערן
אבער פארוואס זאל דיך שטערן
אז דעם אשכול איך לערן
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 4:01 pm
דורך שמערי בערי
וויפיל דיין הארץ באגער
לערן מער און מער
איך האב נאר א נגיעה
אויף דעם אשכול אין וואס איך האב געלייגט אזויפיל יגיעה
סאו איים סארי און איך בעט טיר איבער
יעדע אשכול קען מען גיין אריבער!
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 4:10 pm
דורך farshlufen
איך מיין נישט ח"ו צום שלעכטן
די אנדערע איז נאר פאר גראמען פלעכטן
אבער די אשכול דאהי
פאר סתם גראמען איז זי
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 4:18 pm
דורך שמערי בערי
אקעי איך האב אויך גארנישט געמיינט
אין ביידע אשכולות שרייב איך היינט
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2008 11:44 am
דורך farshlufen
וואו איז היינט דער עולם?
איך זיץ דא און איך חולם
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 06, 2008 11:55 am
דורך שמערי בערי
דער עולם ביי גארנישט זיי האלטן
מען דארף צוריק גיין צום אלטן
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2008 9:13 am
דורך farshlufen
רבונו של עולם טאטעניו געטרייער
בוי שוין אויף דעם בהמ"ק דעם נייער
דיין רצון וועל מיר שטענדיג טוען
די שכינה הקדושה צווישן אונז וועט רוען
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2008 12:40 pm
דורך סאכדעס
פארשלאפן, איך האב נישט געוואוסט אז אין גאמען האסטו א כוח,
ווען איך ווייס שטעל איך זיך פאר דיר אויף הויך
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2008 12:48 pm
דורך שמערי בערי
אה, אזא אחדות
גוט מארגן ר' סאכדעס
און יעצט ווען איך באטראכט עס
צו מיר שמייכלט און לאכט עס
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2008 12:55 pm
דורך סאכדעס
אויב פרייסטו זיך איז גוט,
אבער שלעפ יעדן מיט.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2008 3:51 pm
דורך farshlufen
איך שפרינג אריין אהער
צו מיר איך קלער
וואס זיך איך דא איצט
דאס שרייבן צו וואס נוצט.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2008 5:38 pm
דורך ברוך
ווייל דו האסט אין דיר א ווינדער
צו דערפרייען אידישע קינדער.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2008 6:27 pm
דורך שמערי בערי
ברןכ'ל זאגט נישט שלעכט
ער'ז דאך כשר גערעכט
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 9:25 am
דורך farshlufen
איך האב שוין נישט באזוכט דא פון לאנג
ארויפ צוריק אויפן שטאנג
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 9:45 am
דורך scy4851
קיינער דא וועט נישט שטערען
וואס די וועסט אינז לאזען הערען
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 11:50 am
דורך שמערי בערי
רבותי לאמיר כאפן א רקידה
מאכן א פרייליכע סעודה
נישט מיט קיין אויגן פארשלאפענע און מידע
נאר מיט שמחה ישמע בערי יהודה
און אזוי באקומען א אויסצייכענונג און תעודה
אדער זאל איינער פרעגן א חידה
אבער נישט ח"ו בלייבן שטיל און מאכן א מרידה!
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 12:17 pm
דורך scy4851
שמערעל, לאמער הערען,
וואס די האסט צי דערקלערען
צי א שמחה האסט די אונז אלע גערופען,
און האסט פארשפראכען אז עס וועט זיין א פארגענוגען
מיר נעמען אהן דעם פארשלאג דיינע,
א בקשה וואס קומט פון א הארץ ריינע
עס זאל זיך גיסען השפעות טובות פון דער שמחה,
און מען זאל אינגיכען זוכה זיין צי ובא לציון גואל ברינה
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 12:59 pm
דורך שמערי בערי
לאמיר אלע טאנצן דא דערנעבן
"כאפט אריין א וואדקע, ווילאנג איר וועט נאך לעבן"
ווייל אויף יענע וועלט וועט מען אייך נישט געבן
דעריבער צו אייביגע שמחה ברויך זיין אונזער שטרעבן
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 1:36 pm
דורך scy4851
קומטס אלע נענטער, נענטער צי מיר
עס וועט זיך גיסען און גיסען שמחה אהן א שיעור,
"שמחה איז אלטץ דא, ווי איך שטיי און וויא איך גיי"
והריקותי לכם ברכה עד בלי די
און די שמחה וועט זיך איבערפליסען
אז די ארומיגע וועלען אויך קענען דערפין געניסען
און עס וועט שוין דערגרייכען דער ימלא שחוק פינו, אז,
ווען עס וועט בקרוב קומען דער יום שכולו שבת
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2008 12:05 pm
דורך scy4851
און ווען עס וועט קומען די גאולה,
וועט און קרעטשמע זיין א מהומה
עס וועט זיך טוהן אויף טיש און בענק
די ספרים וועט מען אפרוימען און צירוק לייגען און די שענק
יעדער וועט זיך נעמען גרייט
אופנעמען דעם גאסט וואס קומען, ער גייט
א שטענדער ביים מזרח וואנט וועט מען פאר איהם שטעלען
און פון זיינע פערל ווערטער וועט יעדער קוועלען
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2008 4:03 pm
דורך farshlufen
איך האב געהערט סיגנאלן
אז דער אשכול גייט פארפאלן
בין איך געגאנגען מיילן
עס ארויף צו ברענגען פון די שטאלן