בלאט 6 פון 6

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2014 3:53 pm
דורך א גראם מיט טעם
אפשר זאל ער געבען אן אונטערוויא אויף קול מבשר
וועלען מיר געוואר ווערען די גאנצע מעשה

פסח שני

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2014 7:32 pm
דורך א גראם מיט טעם
איך האב געווארט און געווארט
ביי מיר אינדערהיים אין א ווינקעל
ס'זאל מער נישט זיין פאר'צער'ט
אין דעם גלות אזוי טינקעל

כאטש דעם ערשטען פסח איז אריבער געלאפען
און משיח איז נאך אלס נישט געקומען
דאך האב איך געטון האפען
פסח שני געווען מוכן ומזומן

און יעצט ווען עס פאלט צו דער נאכט
זיך איך דעם טרייסט
מיט מחשבות פארטראכט
ווי צו דערהייבען מיין גייסט

טאטע אין הימעל זעה מיין טרער מיין געבעהט
די טרערען גלעזעל שוין פול פין לאנג זי איז
לייז אונז אויס איידער ס'ווערט חלילה צו שפעט
ותוליכנו לארצינו קוממיות.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:30 am
דורך מוזיקאליש
שיין

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 2:44 am
דורך msp
אונזער טייערע גוטע פריינט
פון זיין הארצ'ן שיינט
אזא הייליגע געפיהל
עבודת ה' איז זיין ציהל
מיט דעם באשעפער נאנט צו זיין
לעולם ועד ונאמר אמן

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 16, 2015 1:09 pm
דורך קיקיון
א"ט און מו"ח ז"ל די אויבערלענדער וואלטען דאס פארשטאנען ?
unnamed.gif
unnamed.gif (19.38 KiB) געזעהן געווארן 34 מאל