Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

די "גראמען" אשכול

דינסטאג דצמבר 25, 2007 9:12 pm

בס"ד

תקנות האשכול:

***********************
***** שרייבען אין גראמען *****
***********************

Advertisement

דינסטאג דצמבר 25, 2007 9:15 pm

אין מיט דעם טו איך מאכען א התחלה
אין איך טוה זאגען א גלייכע סברה

אז דער עולם זאל זיך האלטען אין די ראמען
אין נאר שרייבען מיט גראמען

דינסטאג דצמבר 25, 2007 9:19 pm

לאקשן לאקשן עס איז זייער פאסיג
דאס גייט דאך זיין אזוי שמייסיג

א געהענגעל א געלונגענס איינס אין דער וועלט
האסטו באשאפן אן א טראפ געלט

און איך וויל דיר זאגן אז דער אינגעל פון דיין בילד
הייבט נישט אן צו וויסן בכלל וואס מיינט זיין ווילד

מען פארטרייבט נישט קיין חשכות
מיט קיין שטעקענעס ווייל עס איז בל תשחית

דינסטאג דצמבר 25, 2007 9:27 pm

לאמיר טון אזוי ווי ער בעט
דער פותח האשכל, דער לאקשען ברעט

קומטס אריין יענטאאש, מאשקע און אלטער באכער
נעמטס אייך גראמען סאכדעס און יאכער

המשך יבא....

דינסטאג דצמבר 25, 2007 10:48 pm

ווען באכער און יאכער וועט זיין א גראם,
וועל איך אריינקומען דא מאכן א גראם...

מיטוואך דצמבר 26, 2007 12:31 am

מאשקע ווי איז דיין קאפעל טוה איך פרעגען
כ'האף אז די וועסט דיך נישט אויפרעגען

אבער פאר דעם ראש הקהל וואלט געפאסט
אז א קאפעל זאל נישט זיין פאר אים א לאסט

קויפען א קאפעל זאלסטו שוין
אין עס אנטהון אויפען קאפ ווי א קרוין

די בארד זאלסטו לאזען וואקסען שיין
אזוי וועסטו האבען א אידישע חן

ווייל לויט דיין איצטיגע בילד
קוקסטו אויס זייער ווילד

יעצט האב מיר א גוטע נאכט
אין פין וואס כ'האב דיר געזאגט געב א טראכט

מיטוואך דצמבר 26, 2007 11:04 am

אויב גראמען טוט הייסן מאשקע,
וועל איך פאלגן מאשקע.

איך וויל נאר פרעגן,
אויב אין דעם אשכול מיר מעגן,
גראמען פאדרייט,
אזויווי מרדכי שטויבער פלעגט טון אויפן טיש פורים אין זיינער צייט.

דאס הייסט אזוי,
גענוי:

איך וויל בפירוש 'זאגן',
אז צו גראמען זיך 'פלאגן' וויל איך נישט,
איר אלע קענט 'פלאצן',
און ווי 'קאצן' שטויסן.

(ווער עס פארשטייט נישט דעם וויץ אהער און אהין,
זאל שעלטן ווי א בין,
ווען איך האב עס געהערט האב איך עס געגליכן,
האב איך עס געוואלט אליין פארזוכן).

מיטוואך דצמבר 26, 2007 5:53 pm

אפילו דיין חתימה אונטער די ליין.
טוהט מיט גראמען שטיין.

מיטוואך דצמבר 26, 2007 10:28 pm

יעצט טוה איך מיר יאגען
אין כ'דארף שוין גיין

זאלען אלע יודען האבען א געזונטע מאגען
אין זיך אויפפירען שיין

מיטוואך דצמבר 26, 2007 10:37 pm

יענטאאש
יענטאאש

איך בענטש ווי א היישעריק
דער וויץ איז א גוטע טריק

לאקשן וועט זיכער נישט מקפיד זיין
ער איז א גוטע מאן

דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 3:46 pm

לאקשאן מיט א איידעלקייט וויל איך דיר זאגען
אז אויף משקע זאלסטו קיין שווער הארץ נישט טראגען

מיט א קאפל טוט ער שטענדיג גיין
אפילו ער טוט און קרעטשמען שטיין

דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 10:02 pm

דארפסמאן
חאווער מאן

איך גלייך זייער דיין איידל רעדן
ס'צייגט אויף דיינע פיינע עלטערעדן

קוקן גוטס אויף א איד איז א שיינע מדה
מ'פארשפארט זיך נאך א וידוי

פרייטאג דצמבר 28, 2007 9:49 am

היינט באנאכט גייט זיין שבת
פאר אלע מאמעס און אלע באבעס

אלע אינגלעך און אלע טאטעס
גייען זינגען ביי לכה דודי איי דיי דא דא דאדעס

די קליינע גייען מיט טראגן א פעקל
און דאס אריינלייגן אין א זעקל

די מאמע גייט צינדן ליכטעלעך שיינע
פון די זייט גייען צוקוקען די מיידלעך די פיינע

די גרויסע אינגלעך גייען שיין תורה זאגן
בשעת ווען די הייליגע זופ גייט אריין גיין אין מאגן

די מיידלעך גייען אזוי שיין ברענגען צום טיש
און אפרוימען די ליידיגע טעלערס פיש

דער טאטע גייט זינגען זמירות הערליכע
ארויסהעלפן גייען די בחורים די ערליכע

פרייטס אייך אלע ביינעזאם
אויפן הייליגן שבת איי דיי דאם

אגוט שבת
אגוט שבת

פרייטאג דצמבר 28, 2007 11:10 am

א גוטען שבת זאלט איר אלע האבען
אלע רשעים גייט מען באגראבען

מ'גייט עסען גוטע קוגעל
אין מען גייט טרינקען שיבת ריגל

האט'ס מיר אין זייטס מיר אלע
לכה דודי לקראת כלה

זונטאג דצמבר 30, 2007 9:44 pm

עס איז געווען היינט זונטאג
עס איז שוין יעצט מאנטאג

עס גייט מארגן זיין דינסטאג
און איבערמארגן מיטוואך טאג

אלע טעג טוען מיט דעם אייניגן
ווייל איין באשעפער האט דאס געטון ערצייגן

זונטאג דצמבר 30, 2007 10:55 pm

יא קוטשער ביזט גערעכט
איין באשעפער האט באשאפען די טעג אין די נעכט

אלעס האט ער געמאכט
אין ער ווייסט וואס א מענטש טראכט

מאנטאג איז א טאג וואס מ'ליינט
יעדער אויף די עברות מ'וויינט

אבער אז ס'קומט דינסטאג איז מען פרייליך זייער
ס'שטייט צוויי מאל כי טוב ס'איז א טאג א נייער

זייטס מיר געזונט אין שטארק יעצט
קוטשער יוא אר די בעסט

מאנטאג דצמבר 31, 2007 12:34 am

נו לאמיר אלע זינגען צוזאמען
פארשטייט זיך נאר אין גראמען

ווייל אזוי איז דעם געערטער גרינדער געפאלען
כדי אידן פריילעך זיין, זיי זאלן

אוי, אגאנץ יאר פריילעך
לכבוד דעם מיילעך

לכבוד דעם מיילעך מלכי המלכים
כגר כאזרח, אלע גרים און אלע אזרחים

מאנטאג דצמבר 31, 2007 2:19 am

גראמען קענסטו גאנץ גוט
די מייק אין דיינע הענט אריין ס'פיט

יעצט אויפן בענקעל גיי ארויף
אלע יודען נעם צינויף

הייב אן זינגען אין גראמען הויעך
אז ס'זאל גיין א רויעך

ס'ווערט געבעטען ס'זאל זיין שטיל
ארויסגיין זאל ווער שמעוסען ס'וויל

קוטשער גייט זאגען שרייען אין זינגען
אין דער עולם וועט טאנצען אין רינגען

א גוטע נאכט פאר אלע יודען
יעדער זאל זיין ציפרידען

מיטוואך ינואר 02, 2008 11:15 pm

- עס ווענד זיך וויאזוי מען קוקט -
דער צאנזער רב זי"ע האט נעבעך געמוזט באגלייטן גיין,
זיין זוהן הילד לייביש זצ"ל, צון אייביגן רוה, מיט פיל געוויין.
ביים צוריקקערן זיך,
האט ער זיך געשטעלט דאווענען גיין.
מיט פיל יראה, התלהבות, און א ברען,
אבער, קיין צער אוף זיין פנים האט מען נישט געקענט זעהן.
זיינע מקורבים האבן איהם מיט וואונדער אנגעהויבן צו פרעגן,
"צי שפירסטו נישט קיין ווייטאג דערוועגן?",
דער הייליגער דברי חיים האט זיי מיט רואיגקייט געגעבן צו פארשטיין:
איינער שפאצירט אויפן גאס אליין,
פלוצלינג שפירט ער א שטארקע קלאפ אין רוקן אריין,
דרייט ער זיך ארום צו קוקן ווער עס קען זיין,
ער זעהט זיין נאנטע פריינט האט איהם געטוהן א גלעט אין רוקן געבן,
ווערט ער בשמחה אז זיין חבר איז דערנעבן.
איך האב באקומען א קלאפ אין רוקן, פון מיין פריינט, השי"ת אליין,
וויאזוי אין די וועלט קען איך יעצט נישט, פרייליך זיין?.
(קרעדיט: די קלאסיפייד)

מיטוואך ינואר 02, 2008 11:28 pm

אלעקסיי, כ'וועל דיר דא אויך, שרייבן א גרויסן יישר כח.
איך האף אז דו האסט די רשות צו די זייט, אראפ צו ברענגען דא זאכן פון די קלאסיפייד.
און יעצט וויל איך לאזן וויסן פאר דעם עולם פון אויבן און אינטן, אז אינדרויסן בלאזן שרעליכע ווינטן.
און איך גיי דרוקן שלח באלד, אבער נאר נאכן לאזן וויסן פארן עולם אז אינדרויסן איז שרעקליך קאלט.

מיטוואך ינואר 02, 2008 11:36 pm

אין דא איז א שניי געפאלען
מען גייט ארויס מיט די אויערען שיצער'ס אין די שאלען

אבער נישט קיין שטארקע ווינטען
עכ"פ נישט דא אינטען

מיטוואך ינואר 02, 2008 11:41 pm

דיינע ווערטער האבן טאקע אלע טעמים,
אבער עס טוט ליידער נישט גראמען;
אויף רשות האב איך נישט אריינגעגעבן קיין פארלאנג
אבער פארוואס און פארווען זאל דאס עמיצען טוהן באנק

מיטוואך ינואר 02, 2008 11:46 pm

אלעקסיי דו רעדסט צו מיר? ווייסטו דען נישט אז חוצפה האט א שיעור?
פארוואס טוהסטו זיך אפרעדן אויף די גראמען מיינע? דאס איז נישט א זאך א שיינע.
ליין איבער מיינע שורות שטייט, וועסטו זען אז נאך יעדע קאמע דארף מען זיך אפשטעלן און דערנאך איז דא א גראם צודערזייט.
און אויף דיין קשיא אין שורה נאמבער פיר, זאלסטו וויסן אז ס'איז דא אזעלכע וואס ס'באדערט זיי עטליכע האבן און עטליכע האבן נישט דערויף א ביאור.

מיטוואך ינואר 02, 2008 11:49 pm

איך האב קיין צייט זיך יעצט צו אנטשו-
-לדיגען, אין א באזונדערע אשכול וועסטו די טעם טרעפן, ולמילי אשים קנצ'י...

מיטוואך ינואר 02, 2008 11:51 pm

איך_הער איז גערעכט
זיינע גראמען זענען גוט נישט שלעכט

אנהייב האב איך נישט געכאפט האב איך עס געזוכט מיט לעכט
אין כ'האב עס געטראפען ס'האט מיר נישט געדויערט קיין גאנצע נעכט
שרייב א תגובה

Advertisement