בלאט 1 פון 1
מארגן גייט זיין שטיל דא
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2007 4:23 pm
דורך פוילישער
עשרה בטבת האב איך מקנא געווען די מלמדים, מארגן וועל איך מקנא זיין בי. ענד. עיטש ארבייטערס, זיי גייען מאכן א לעבן מארגן.
(איך גלייב איך וועל באקומען אפאר טעלפאון קאלס צו קומען באזוכן מיין אפיס צו ליינען קרעטשמע...)
וואס איז זיכער, אז מארגן וועט דא זיין א שטילע טאג, ווייל ווייניגער שרייבער וועלן האבן צוטריט צו זייער שרייב טישל, צוליב די חוקת הגוי.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2007 4:42 pm
דורך אלטעבחורל
עס קוקט מיר אביסעלע אויס ווי די ביסט פון די סארט וואס די ביסט אייביג מקנא א צווייטן.
שאחקס... הלוואי איך וואלט געקענט זיין יענעם... דאס גריזשעט ביי דיר אפט?
למשל:
ביי א חתונה: ביסטו מקנא דעם חתן.
ביי א ברית: ביסטו מקנא די בעבי.
ביי א כאפצעם: ביסטו מקנא די שומרים.
ביי א שיינעם שבת: ביסטו מקנא די בעל תפלה.
ביים שאקלען לולב: ביסטו מקנא די בדסים.
ביי שלאגן כפרות: ביסטו מקנא די גוי וואס טיילט די טשיקענ'ס.
איך בין דיר נישט מקנא!
און יעצט ביסטו מיר מקנא??? חחחחחח
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2007 4:46 pm
דורך אנדי פעטיט
ביי א ברית: ביסטו מקנא די בעבי.
וועלעכע מיני ברית'ן גייסטו צו?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2007 11:51 am
דורך דארפסמאן
ער איז מקנא די בעבי ביים ברית ווען מען געט ציטרינקען וויין ביי בדמיך חיי
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2007 12:27 pm
דורך פאטאקי08
איך בין נעבעך דא!
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2007 3:54 pm
דורך פוילישער
אט דאס מיין איך טייערע אלטע בחור, יעדער דארף זיין צופרידן וואו ער ארבייט, יעדע דשאב האט זיך זיינע מעלות און זיינע חסרונות.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2007 3:15 pm
דורך פוילישער
ביטע ווער עס קומט מארגן צו מיר אין אפיס ליינען קרעטשמע, זאל ביטע מיטברענגן א בענקל און א זעקל אניען רינגעס, מיט אפאר באטלעך וואסער.
פאריגע וואך דינסטאג איז מיין גאנצע וואסער אויסגעגאנגען, און מיין באליבטע מאכל אניען רינגעס, איז נאך צוויי מינוט געווען אויסגעלעקט.
איך האב נאר צוויי בענקעלעך, איך קען נישט צוקוקן ווי אזוי א צווייטער שטייט.
ישר כח.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2007 3:27 pm
דורך פוילישער
איך האב פארגעסן, פאריגע וואך האב איך געכאפט א פסק פון מיינע סעקרעטעריס מאמעס, היתכן איך לאז רייכערן אין מיין אפיס.
איך האב מיך נישט דערשראקן, ווייל זיי דארפן מער די וועדשעיס ווי מיר דעם ציגארטעל, אבער דאך האב איך ליב צו זיין אן אנעס מענטש, דערפאר רייכערט נישט אין מיין אפיס.
ישר כח.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 10:50 am
דורך אנדי פעטיט
היינט איז טאקע שטיל דא!!!!!!!!!!!!!!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 11:45 am
דורך בני היכלא
אנדי.
ביז היינט פלעגסטו דא עפעס הערן?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 11:54 am
דורך אנדי פעטיט
"דא"
מיינט "אין קרעטשמע"
און איך פלעג הערען מיין קיבאורד קלאפען.
ווייל ווען עס איז דא אויף וואס מגיב צו זיין קלאפט מיין קיבאורד.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 11:56 am
דורך בני היכלא
דיין קיבארד קלאפט אין קרעטשמע?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 12:05 pm
דורך אנדי פעטיט
עס קלאפט "דא"
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 12:16 pm
דורך בני היכלא
it's time to give a smile already

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 12:19 pm
דורך אנדי פעטיט
לאמיר כאפען א טענצעל!
מיין הויזען טאנצט שוין, יעצט דארף איך נאר מיט טאנצען.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 2:26 pm
דורך יגרסהדותא
אנדי, ס'קומט זיכער נישט אריין אין דעם אשכול, באט אז דו רעדסט שוין פון דיין הויזן, פליז טוה אן די שיך און זאקן, ווייל דער ריח דא איז אומדערטרעגליך
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 2:39 pm
דורך פאטאקי08
און איך בין נעבעך ווייטער דא
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 2:40 pm
דורך אנדי פעטיט
אנדי, ס'קומט זיכער נישט אריין אין דעם אשכול, באט אז דו רעדסט שוין פון דיין הויזן, פליז טוה אן די שיך און זאקן, ווייל דער ריח דא איז אומדערטרעגליך
דו טו דיך אן א נאוז קליפ!!!!!!!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 3:07 pm
דורך שוועמל
ער האט דאך נישט זיין פיס אינעם הויזן טא וואס איז די פראבלעם?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 4:20 pm
דורך דארפסמאן
פוילשער זאג מיר נישט אז די האסט דיין אפיס נעקסט צי מיר , איינער און די נעקסטע אפיס האט בערך צען מענטשן אריינגעשטיפט אין לאכען אויפן קול מסתם פינעם קרעטשמע
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2008 2:18 pm
דורך פוילישער
נישט איך, מיין אפיס איז אין א ווערהאוז. איך בין געווען נעכטן ביזי איבער'ן קאפ, מיינע גוים זענען נישט אריינגעקומען, און די וואס זענען יא געקומען, האבן געהאלטן נאך אפאר כוסות, הקיצור ס'איז געווען א דיזעסטער, אז איך אליין האב נישט געהאט קיין צייט צו טרינקן שנאפס אין קרעטשמע.