בלאט 1 פון 1
הערות אויף "פארזעצונג קומט אי"ה"
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 22, 2007 11:01 pm
דורך אלעקסיי
דא ווערט געגעבן א פלאטפארמע צו שרייבען הערות, זאכליכע באמערקונגען וכדומה, אויף
פארזעצונג קומט אי"ה כדי עס זאל נישט שטערן די פלוס פון די מעשה דארט אויפן פלאץ.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2007 1:21 am
דורך קרעמער
וואו איז דאס "באסטאן ניו יארק", און מיינט דאס טאקע אז איך קען שרייבן צום ביישפיל: שאנכיי, אורוגוויי?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2007 4:40 pm
דורך אלעקסיי
ערגעץ אין דער געגענט פון בעדפארד קארנער גארפיעלד...
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2007 5:23 pm
דורך איך_הער
פאר די אלע וואס פלאנען צו ציען די מעשה, ביטע נישט פארפארן צו ווייט, ווייל נאכדעם איז נישט מעגליך צוריק צו קומען, מ'האט שוין געגעבן גענוג מראי מקומות, און דער עולם קען אהין פארן און ווייטער פארציילן פארן עולם וואס ער האלט אלץ מיט, פארשטייטצעך אז ער זאל זיין גוט געקאווערט, אז מ'זאל אים נישט באמערקן, און אים חלילה אראפ ראמען פון וועג.
אלעקסיי, האסט ווען געקענט ווייטער ציען
דעי מעשה.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2007 11:08 am
דורך אלעקסיי
האב איך נישט געוואוסט אז דאס עקזיסטירט.
צווייטענ'ס, אפילו איצט נאכן עס זעהן, וועט עס נעמן א שטיק צייט ביז איך וועל נעמן די מיה און אדורכליינען די גאנצע מגילה, און ווער רעדט נאך פון מגיב זיין.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2007 12:57 pm
דורך סאכדעס
כאב אן הערה, כ'ווייס נישט פארוואס עס איז געצויגן צו איין זייט פעידזש, עס מאכט מיך נערוועז.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2007 2:22 pm
דורך דארפסמאן
קרעמער האט געשריבן:וואו איז דאס "באסטאן ניו יארק", און מיינט דאס טאקע אז איך קען שרייבן צום ביישפיל: שאנכיי, אורוגוויי?
נעבן פלעןהייטס נ.י. מער צי וועסט צי
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2007 2:29 pm
דורך אלעקסיי
קרעמער האט געשריבן:וואו איז דאס "באסטאן ניו יארק", און מיינט דאס טאקע אז איך קען שרייבן צום ביישפיל: שאנכיי, אורוגוויי?
קוק
דא
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2007 2:37 pm
דורך אנדי פעטיט
אלעקסיי האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:וואו איז דאס "באסטאן ניו יארק", און מיינט דאס טאקע אז איך קען שרייבן צום ביישפיל: שאנכיי, אורוגוויי?
קוק
דא
ווען מען פארט קיין טאראנטא זעט אלע אינטרעסאנטע שטעט למשל אמסטערדאם נו יארק און נאך שטעט וואס טראגען נעמען פון שטעט אין אנדערע לענדער.
עס קען טאקע זיין אז ערגעץ אין אפסטעיט אורעגווי איז דא א דערפעל וואס רופט זיך שאנכיי.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 8:38 pm
דורך אלעקסיי
איך_הער האט געשריבן:פאר די אלע וואס פלאנען צו ציען די מעשה, ביטע נישט פארפארן צו ווייט, ווייל נאכדעם איז נישט מעגליך צוריק צו קומען, מ'האט שוין געגעבן גענוג מראי מקומות, און דער עולם קען אהין פארן און ווייטער פארציילן פארן עולם וואס ער האלט אלץ מיט, פארשטייטצעך אז ער זאל זיין גוט געקאווערט, אז מ'זאל אים נישט באמערקן, און אים חלילה אראפ ראמען פון וועג.
אלעקסיי, האסט ווען געקענט ווייטער ציען
דעי מעשה.
איך האב געצויגען ווייטער א ביסעלע. יעצט זיי ממשיך די שושולתא.