Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

"עולם התוהו"-"עולם הדמיון"-סתם פאנטאזיעס

שבת דצמבר 22, 2007 8:40 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:31 am, פאראכטן געווארן 4 מאל בסך הכל.

Advertisement

שבת דצמבר 22, 2007 8:50 pm

בני, הייב אן אויסצוטרעטן א וועג, אז דער עולם זאל האבן אן אהנונג פון וואס דו רעדסט.

שבת דצמבר 22, 2007 9:32 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:31 am, פאראכטן געווארן 3 מאל בסך הכל.

שבת דצמבר 22, 2007 11:17 pm

אוי ביזטו גוט פאררוקט... כ'מיין צו זאגן סתם גוט...

שבת דצמבר 22, 2007 11:23 pm

בני היכלא, ווער האט דיר פארציילט אז דו געפונסט דיר דא מיט אונז אויפן עולם התוהו? איך פרעג סתם פאר אינטערסאנטקייט, איך בין נייגעריג צו וויסען.

זונטאג דצמבר 23, 2007 12:55 am

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:31 am, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.

זונטאג דצמבר 23, 2007 1:14 am

פיר אויס: גענומען מיט רשות פון "שלשה אחים", ותשואות חא חא לו...

זונטאג דצמבר 23, 2007 1:29 am

בני היכלא;

זאג וויפיל דו דארפסט אויף נדן, און מיר וועלן שוין ערלעדיגן זאלסט ווי פריער צוריקקומען פון שאקעליירעס מיט א שליש-שליש-זום-זום ראקעט.

מיר דארפן דיך דא!!

זונטאג דצמבר 23, 2007 3:17 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:31 am, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.

זונטאג דצמבר 23, 2007 3:19 pm

שלשה שוויגערס? אוי פליז, ניטאמאל אין פאנטאזיע קען איך זיך אזאנס פארשטעלן...

זונטאג דצמבר 23, 2007 3:34 pm

מאשקע.

נו אז דו קענסט נישט, ארעיס פון דאנעט...

דא פאנטאזירט מען נאר!!!

זונטאג דצמבר 23, 2007 3:40 pm

איך מיז דא מסכחם זיין מיט'ן ראשעקאל,

דריי שוויגערס???????????

דו האסט פינסטערע פאנטאזיעס, בעני!!!!!!!!!!!!

זונטאג דצמבר 23, 2007 3:42 pm

וואס????? כ'הער גוט?????? דריייייייייי שוויגערס?????

ניטאמאל איינס דארפעך......

זונטאג דצמבר 23, 2007 3:46 pm

בני היכלא,
קוק נאר, דו ביסט אויך א פעשישיסט'טישער פאחן? פשיהא, קוק אהער, אזוינס וואלט איך זיך אין מיין לעבן נישט גע'חלומ'ט! איך האב אלץ געמיינט אז נאר איך בין באקאנט אינעם שטעטל מיראקארייקעס, דערווייל דערוויס איך זיך גאר אז דער בני איז אויך א תושב דא ביינונז. טאקען א חידוש...

כ'פארשטיי מעך נאר איין זאך נישט. אז דו רעדסט שוין יא פון אונזער שטעטעלע מיראקארייקעס, ווי קענסטו פארזען דער קולטור פונעם ראלאקא דעם ערשטן, וועלכער האט אראפגעשטעלט פאר אונזערע באזוכער דעם וואויל באקאנטן בונדל געדריידל וועלכער דרייט זיך מיט אן אן אומגעהויער אייפער, אזוי שנעל ווי קיליאן מיט אנדעראטהאלבן פער רגע?

און לאמיר אייך ערקלערן וואס אזאנס איז דאס דער בונדל געדריידל, וועלכער איז פלאצירט טאקע אטא דארט ממש נעבן דעם נאטורליכע זופ, דארט אינעם ליקעריש שמארק.

אינעם מרכז פונעם פונעם נאטורלכן זופ וואס זיצט אינעם געדיכטן שמארק, וועלכער קאכט און זיד פונעם שטארקן פייער וואס נעמט ארום די פערדע לבנה, איז פאראן אזא סארט רוח תהום וועלכער הענגט אויפן גלגל המסובב, שמסובב והולך על פני העיר, און דאס ווערט גערופן דער בונדל, ס'הייסט דער פיצינגער פינטל וואס ווערט געזען אינעם מרכז הגלגל, האט ראלקא דער ערשטער א נאמען גטאן בונדל (נישט א נאמען געגעבן נאר א נאמען געטאן, ווייל ביי אונז גיט מען דאך נישט קיין נעמען, ווי היכלא האט שוין ערקלערט). כסדר, שטייצעך, בלאזט אהין – צום בונדל צו - דער רוח צפונית וועלכער איז נאך צום אויסהאלטן. מאכט זיך אבער אמאל, פון צייט צו צייט, לערך איינמאל אין צוואנציג שעה מיט זיבן חלקים נאך פיר, וואס דאן קומט צוגיין א רוח סערה הדרומית מיט גאר א שטארקע קעגן זייטיגער כח, און דאן הויבט זיך עס הערשט אן...

בעת די צוויי קעגנזייטיגע כוחות טרעפן אן אט דעם בונדל, וועלכער זיצט אינעם מרכז פונעם נארטוליכער זיפ, טוט זיך א דריי טאן דער גלגל מיט אזא מעכטיגן כח אזש די גאנצער שטאט הויבט זיך אין די לופטן פונעם גרויסן רוח, וע"ש זה יקרא דער בונדל געדריידל...

זונטאג דצמבר 23, 2007 4:09 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:31 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג דצמבר 23, 2007 4:52 pm

בני, נאך אביסל, און איך הייב אן צו כאפן פון וואס דו רעדסט, נאך איין מזל אז דו האסט אנגעפאנגען, ווייל איך האבעס אינגאנצן אנדערש אויסגעטייטשט דיין ווילן.

כאב הנאה, אז זארעכ האט יא געכאפט שנעל.

עניוועי שכוח, דערצייל נאך אביסל פון דיינע איבערלעבונגען, אפשר עלעך מיך דערמאנען אז איך דריי מיך אויך דארט.

זונטאג דצמבר 23, 2007 9:51 pm

כאלי, כאדיר שוין אמאל געפרעגט איבער'ן מיראקארייקעס, האסט עס נאך יעמאלט געהאלטן פאר א סוד, ווער האט דיר געפלוישקעט אז דו מוזסט עס ארומפלוידערן אינעם גאנצן כאמעראשקעס?

הערויס דע חעוורע ביינאנחעם (דאס מיינט 'ביינונז'....) וועלן נישט כאפן אז רוב ס'ווערטער האבן גאר פרישע שעמישעס (באדייטן) און זיי באציען זיך אזוי ווי חחחחח ווייסטאך, כ'דערמאן זיך לאכעך. חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח יוי כ'קען גארנישט פארגעסן פון די געדרייעכץ. מיינט ער נאך אז דו רעדסט פון 'שוויגער' א_ווי ווייבס מאמע. אוי נעבעך ביינוז אישוין לאנג נישט דא דאס מין.

אז דו רעדסט שוין פון די באלקוימענס (שטאטט) וואס קרעמער שענאשי (באטשי) האט אונז דא דערמאנט... ווילט זיך זייער וויינען, ווייל דארט זענען פארהאנען געווען געוויסע נארמאלע מענטשן מיט'ן פולען זינען, וואס האט געבראכט א געפערליכע רוח סערה אינעם גאנצן באלקוימענס.... כליפ כליפ כליפ, כ'דערמאן זיך ווען זיי האבן געוואלט נעבעך מאכן די חארויבעס (וואלן) אויפצונעמען מאשקעס מיט פני'ס. אוי אידאס געווען א ביטערע דורכגאנגע פאר די גאנצע שלשלת פון די לבנה'ס און די שמארקן וואס האבן זיך דעוועלאפט אינעם חלל..

כאשוין נישט קיין כוח צו ממשיך זיין, די עמאשענס זענען דאך פון אויבן אויף ארונטער..... איין זאך יא, כאזעך אזאנס געוואקעלט... אז עס איניש דא די דייריי וואס האבן געקענט באשרייבן, הדר די שיינקייט, ארעא פון די געלאכעכץ וואס האט זיך דא צזואמענגעלאכט, כאלטי לאכטי.....

זונטאג דצמבר 23, 2007 10:53 pm

שפאציר איך ארויס אויף די ירחי כלה (הויפט גאס פון שערמאנארינקע, נישט ווייט פון קידוש החמה) באמערק איך צוויי לולין רעדן צו זיך מיט אימפעט (אויף א שטילע קול), זאגט איינער צום דריטן (דער צווייטער איז שוין אנטרינען אינדערצווישן) ווילסט זעהן באמת אן אינטערסאנטע זאך? איך האב זיך געמאכט ווי איך הער נישט, ווייל די מנהג הגליל איז אז אויב פרעמדע ווילן זיך אונטערהערן מוז מען רעדן ליגענט, אנדערש קענען זיי דאך געוואויר ווערן דעם סוד הטיבור און איבערדרייען הקריה על פי הטבעת, אויטאמאטיש האט זיך דער ערשטער צווישנגערופן: כאפ א בליק אויף די פולע לבנה, וועסטו זעהן א קליין שטערנדל האט זיך ווי צוגעטשעפעט דערצו, דאס דייט אן אויף גאר גרויסע זאכן וואס ווער עס ווייסט שווארצט און ווער עס פינקט פארגעלט.

כמובן אז איך האב אויפגעהויבן מיינע קנעכלן אויף די אברים הפנימיים און געמאכט דערמיט אחת למעלה ושבע הקפות צווישן די שלשה רועי בקר, אבער די אויערן האב איך אפגעטיילט פונעם איבריגן קערפער (דא אין שערמאנארינקע זענען די גלידער אלע צוגעטשעפעט מיט וועלק-גלא, איטליכער האט זיבן שאנסן אפצוטאן און צוריקצושטעלן די גלידער), און זיי געלאזט זיך אונטערהערן די סודות השבורים פון די גייסטן וועלכע האבן זיך געאמפערט מיט פארכט און געגלידערט אין די ציטערן-הויזן, מיט איין גאלאפ בין איך אנגעקומען צו מיין ווינקל וואו די דמיונות שוא האבן זיך אפגעטאן און פאר מיר האב איך נאר געזען איין איינציגע שילד מיט די שרעקעוודיגע ווארט: שלח.

זונטאג דצמבר 23, 2007 11:16 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:32 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג דצמבר 23, 2007 11:44 pm

העי, ביז מיאוס'ע ווערטער...

זונטאג דצמבר 23, 2007 11:57 pm

צו וועמען רעדסטו מאשקע???

און צי האט זיך ביי די מתחלף געווען א שו"א נח (חיריק בעולם הדמיון) מיט א פת"ח מעוקם (קמץ קטן בעלמא דקשוט)?

מאנטאג דצמבר 24, 2007 11:01 am

בני היכלא האט געשריבן:האט ער געגעבן אזא דריי מיט אלע &*$ לבנות, און דאס איז באלד ארויפגעפאלן אויף זיינע *&^$ נעגלעך,


פרעג איך דיך... פאסט אזוי צו שרייבן?.....

מאנטאג דצמבר 24, 2007 11:35 am

מיראקרייקעס? האנזאלאוואנבעלעביקשאט (מיינט פשטא אויף מיראקייקעס'יש), זי קען זיך דאך פארשטעקן פאר ביקראק-ווערשליכץ, דער הויפט קעניגסמאכט פון מיראקרייקעס איז קיין פארגלייך צו די נעגל פון די פיס פון מלך ווארשי זארזי קולייעס, דער מאכטפולער פירער פון ביקראק-ווערשליכץ.

און דאס ווייסט איר דען יא? אז דו גאנצע זופ-פאראיין און בונדל ערנערונג פון מיראקרייקעס, איז אלעס דער אפפפאל פון ביקראק-ווערשליכץ, זינט ביקראק-וערשליכץ איז א אנדעראהאלב גיליאן מאל הויכ-קראפטיג'ער פון מיראקרייקעס, במילא ווען די ביקראק-ווערשליכץ'ער לבנה-מחנה גיט א שפיי, לאנדעט דאס אטאמאטיש אויף מיראקרייקעס, און הערשט אויפן וועג זאמלט דער שפיי אן די בונדל'ס-קראפט צו קענען ביים לעבן האלטן די מיראקרייקער וואוינערשאפט'ס מאנשאפט.

און אז איך זע טאקע אז איר קאנט נישט די היסטאריע, וועל איך אייך טאקע פארצילן, אז עס האט זיך געמאכט אינעם עבר, אין די צייטן פון אויבער-חצרי דער פערטער, ווען צוליב וואס די וואולקאן אויסברוכן פונעם צד צפונית האבן געשפיגן א שטארקן פייער שטראדל, האט דאס פארשוואכט דעם כח הגפני פון די אויבערליכע שטערן זאמד, וואס האט פארשטייט זיך געשטערט דעם פליאונגס קראפט פונעם שפיי אראפ קיין מיראקרייקעס, וואס געווענטליך פארט דאס מיט א שנעלקייט פון א קף הקלע און מיט א קלארקייט פון א בליץ-ווארצל, אבער וויבאלד די זאמדן זענען געווען געדיכטער פון געווענליך און האט אפגעהאלטן דעם שפיי קראפט, האט דאס געדראעט די פארניכטונג פון מיראקרייקעס. האט דאן אויבער-חצרי פארארדענט מען זאל צוטשעפען א פאדים פינף און אהאלב פויזנט ריטא'ס צום כף הקלע, וואס דאס וועט ערמעגליכן דעם שפייי זיך צו האלטן צו ציל טראץ די זאמדיגע ווינטן. ווען נישט די דעם זעענדונגס חכמה וואלט נישט פארבליבן קיין לעבעדיגע שוויגער אין מיראקרייקעס.

מאנטאג דצמבר 24, 2007 1:00 pm

איי נאסטעלעגיע....

מאנטאג דצמבר 24, 2007 1:36 pm

כא... כא... כא... דו רעדסט פון ביקראק-ווערשליכץ? ביסטו נארמאל? אין אונזערע צייטן פלעגט מען זאגן אז די נישט גוטע האבן זיך דארט פלאצירט, צוליב אירע אלטע מאראסטיגע חורבות.

וואס נאך מער אינטערעסאנט צו בעצייכענען איז, אז די מאראסטיגע חורבות, דארט אין ביקראק-ווערשליכץ, איז גאר געקומען פון א געזונטן שפיי וואס דער מיראקרייקעס טייך האט אין א קאנטער שפיי צוריק געשפיגן קיין ביקרא-ווערשליכץ.

געווען איז דאס טאקע אין די לעצטערע יארן פון אויבער-חצרי דעם פערטן, בעת די זאמדיגע ווינטן, וועלכע זענען געקומען צופליען מיט א שטארקייט פון א גיגא מיליון קילאטרעטער פער שטונדע, פון צפון ביקראק-ווערשליכץ האבן זיך א לאז געטאן מיט אן מעכטיגן קראפט צום מיראקרייקעס. ווי נאר דער זאמדיגער שפיי - געמישט מיט'ן נאטורליכן זופ באנדל - האט באטראטן דעם ערדענעם (קלע) [כלי] לעפל, וועלכע איז געלעגן אויסגעלייגט נעבן דעם אונטער-חצרי טייך אויף דרום זייט פון מיראקרייקעס, האבן זיך די ווינטן און וואסערן געשטארקט מיט א מעכטיגן קראפט אויף צוריק, אזוי אז דער שפיי איז צוריק געפלויגן מיט א שנעלקראפט פון א פיליון דיגא בייטס פער שטונדע, און דאדורך פאראורזאכט שרעקליכע חורבנות אינעם מטרפולן פונעם עולם התוהו – ביקראק-ווערשליכץ.

אין די ביכער פונעם עולם התחתון, געפונען מיר גראדע אן ענליכס. עס איז איז דארט פארשריבן, אז אומגעפער מיט א זיבן טויזנט זעקס הונדערט אכט און זעכציג יאר צוריק, בעת עס איז צעשטאנד געקומען דער עולם התחתון פונעם ערד קוגל (נישט זיך פארמישן מיט די זופ און באנדלעך פון אונזער עולם התוהו), האט זיך אדם דער ערשטער ארויסגעלאזט אויף א שפאציר איבער די לענג און דער ברייט פונעם תחתון וועלט. אזוי דרוכשפרייזנדיג דעם אייראפישן קאנטענענט, האט ער אין זיין וועג אויך אפגעשטאט א וויזיט אין די פוילישע דערפלעך. אנקומענדיג אין א שטעטל וועלכער האט געטראגן מיט זיך דעם מאדנעם נאמען 'ראפשיץ', האט ער זיך, סאום האו, דערוויסט אז דא וועט נאך אמאל און טויזנטער יארן ארום קעניגן דער געטליכער רבי נפתלי. אזוי? רבי נפתלי דער ראפשיצער וועט מיר אויך זיין א קעניג? טאא (א שפיי)! און זינט יענעם שפיי איז דאס ארט פארבליבן שרעקליך מאראסטיג (ר' יענקעלע דערציילט דאס אלס א ווערטל בשם דעם ראפשיצער רב).
שרייב א תגובה

Advertisement