מיין געזעגנונג'ס דרשה

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

מיין געזעגנונג'ס דרשה

תגובהדורך פאליק » זונטאג פאברואר 12, 2017 9:55 pm

ממש יעצט האט עס פאסירט, איך גיי אריין צו א חתונה פון א קרוב אנוואונטשן מזל טוב, קומט צו צו מיר א אינגערמאן וואס איך האב געלערנט מיט אים אין ישיבה 16 יאר צוריק און אונז געב מיר זיך א ברייטן שלום עליכם און מען שמועסט פון אלטע זכרונות, אינמיטן גיט זיך מיר דער חבר א רוף אן אז איך מוז דיר זאגן אז אויף אייוועלט מאכסטו א סופער דשאב, איך האב פרובירט צו שפילן תם מעוואטע פאר אפאר מינוט ביז ער זאגט מיר אפען אין פנים "פון וועם ווילסטו יעצט לייקענען אז דו ביזט פאליק ווען יעדער איינער ווייסט דערפון און איך מוז דיר זאגן אז עס איז נישט קיין בושה דו קענסט זיין פראוד פון די ארבעט וואס דו לייגסט אראפ"
דעמאלטס האב איך באשלאסן עד כאן, גענוג אז אין די ביהמ"ד ווי איך דאווען איז איין ניק ארומגעגאנגען און מיר מגלה געווען פאר יעדן , גענוג אז מיין משפחה פון ביידע צדדים ווייסן ווער איך בין אדאנק יענעם מגלה, גענוג אז ווען איך גיי אין ביהמ"ד הער איך ווי מענטשן זאגן "אט דא גייט פאליק פון אייוועלט", אלעס האב איך אראפגעשלונגען ווייל איך האב נישט געהאלטן אז איך טוה עפעס ראנג און איך האב געהאלן אז מענטשן האבן הנאה פון מיין ארבעט

והאמת אגיד איך האב געהאט זייער אסאך הנאה פון דעם פלאץ, נאכדערצו אין די היציגע וואל יאר וואס אונז האב מיר געשפילט א גאר גרויסע ראלע דינעדיג ווי די אומאפציעלע ווארט זאגער פון פרעזידענט דאנאלד דשעי טראמפ יר"ה (יא ער איז פרעזידענט BELIVE IT OR NOT), און די געפיל בשעת מיר האבן געוואנען דעם פארמעסט איז געווען גאר גוט, אבער חוץ מזה מיר האבן זיך אויסגעלערנט צו שרייבן בעסער און איידעלער, געווארן היבש בעסער אין די חלק פון נזהר זיין בכבוד און די פילינג'ס פון א צווייטן, און נאך אסאך חלקים וואס אין כאן המקום להאריך

אבער ווי מען ווייסט אלעס האט א שיעור און די מעשה האט מיר צופראסקעט, אריבער די וואשינגטאן בריק דארף איינער וואס האט געלערנט מיט מיר באלד דריי שמיטה'ס צוריק וויסן ווער איך בין???? האב איך באשלאסן צו נעמען דעם שפרינג (וואס איז מיר באמת זייער שווער האבנדיג דא אזויפיל חבירים וועם איך האב א שפראך)

און עס איז געקומען די צייט צו זאגן:

צאתינו לשלום און האף אז יעדער איז מיר מוחל אויב איך האב אים אמאל בעוועלט, און אונז ווייס מיר דאך אז די כח השכחה איז שולט אויף דער וועלט האפן מיר אז מען וועט פארגעסן אין מיין ביהמ"ד און מעבר לים מיין ראלע וואס איך האב געשפירט דא

כל טוב וטוב
עס איז אדורך א וואך צוויי פון ווען טראמפ איז אריין אין אפיס און די וועלט האט זיך שוין איינמאל איבערגעדרייט

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4058
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג פאברואר 12, 2017 10:09 pm

פאליק וויל מען זאל וויינען צו אים, ניין פאליק דיין נייע ניק איז אונז אויך גוט.
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » זונטאג פאברואר 12, 2017 10:19 pm

פאליק, קשה עלינו פרידתכם!
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3819
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג פאברואר 12, 2017 11:59 pm

ס'טוט וויי אז איר גייט, און אז ס'נאך אלס דא בעלי גילוי אויף דער וועלט.

ווילאנג נאך?!

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מאנטאג פאברואר 13, 2017 12:11 am

עד הנה עזרנו תגובתיך, ביסט געווען א אויסגעצייכענטע קוואל פון נייעס.

אז עס מאכט זיך ביי דיר א טשעינטש און דו קענסט צירוק קומען, וועט דער עולם הנאה האבן.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6683
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג פאברואר 13, 2017 12:14 am

שכוח פאליק פאר ביז דא, און מיר בעטן אז דו זאלסט דא בלייבן, אבער מיר ריספעקטן דיין באשלוס.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מאנטאג פאברואר 13, 2017 12:40 am

פאליק פאליק איך פארשטיי דיין צער און ווייטאג אבער אונז בעט מיר ביטע צו צירוק פון דיין באשליס
אויב איז עס נחתם בדם דאן מאך שנעל א נייע ניק און גיב דיינע סחורה
א יישר כח פאר דיין ארבעט ביז יעצט
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג פאברואר 13, 2017 1:04 am

ביי פאליק, מאך א לעבן

(איין זאך נאר, כ'האב נישט קיין אנונג ווער דו ביסט, כאטש אזויפיל מעגסטו טוהן אז דו גייסט עניוועי, שטיל מיין נייגער און שיק מיר אין אישי ווער דו ביסט, כ'מיין אז מיר קענען זיך)
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2109
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מאנטאג פאברואר 13, 2017 1:06 am

שנאפס סיסי מיך..
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג פאברואר 13, 2017 1:17 am

אויף די ק**** אימעיל אדרעס?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2109
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מאנטאג פאברואר 13, 2017 1:19 am

רעד אביסל שטילער... נישט יעדער דארף מיטהאלטן...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
יש ברירה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג פאברואר 13, 2017 1:37 am

פאליק איך האב מיטגעפיל מיט אייך.

מיר האבן שטארק הנאה געהאט פון אייער אנוועזנהייט!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3779
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג פאברואר 13, 2017 4:16 am

נפלה. עטרת ראשיייייינננננננווווו!!!!!!!!! אוי נא לנו כי חטאאאנננוווו!!!!!!
אוי פאליק פאליק! וואס וועט זיין? :-( אויף וועמען לאזטו אונז איבער? :-( וויאזוי קען א פאסטוך אזוי פארלאזן זיינע שאף???? :-( :-(
זעמיר אנגעקומען אויפ'ן וועלטל אינמיטן א גאר גאר היציגע וואל פארמעסט, ווען אלע 'קאנאנען' אויף אונזער זייט זענען געגאנגען אויף וואקאציע, לאזנדיג אונז קליינע קינדער אויף הפקר, אפן צו יעדע אטאקע אויף אונזער מיינונג, צו יעדע פאלשע באריכט מיט וואס די אנדערע זייט האט טריאומפירט: "נאך די נייעס איז ער שוין א פארטיגער!" און מיר האבן זיך נעבעך נישט געקענט קיין עצה געבן.
און דאן האט אויפגעבליצט א ליכטיגע שטראל, אין פארעם פון א באגאבטער שרייבער, א געלונגענער אנאליזירער, א מומחה אין קענען פונאנדערשיידן אמת פון שקר און סקאנדאל פון וואסער געמאלעכטס, און איבער אלעם: א רואיגער, באזעסענער מענטש וועם קיין שום פערזענליכע אטאקע און קיין שום אפענע שקר האט נישט באוויזן אים ארויסצונעמען פון די גלייזן, און האט ארויסגעברענגט מיט זיין שכל הישר אין יעדן מצב, ווי שווער עס זאל נאר נישט זיין, אז עס איז נאך אלץ דא האפענונג, און נאר אזוי, מיט זיין געטרייע פלעגונג, זענען מיר אנגעקומען ביז דא.
עס האט זיך געוואלט גלויבן אז איצט, נאכ'ן דורכמאכן דעם לאנגן שווערן וועג פון זיין ''אין טראמפ טאוער'' ביז ''אןיפ'ן וועג צום ווייסן הויז'' ביז צום ''אוועל אפיס'' אליין, וועלן מיר זיך קענען פרייען אינאיינעם, וועלן מיר קענען צוזאמען מיטהאלטן ווי מיטן אויבערשטן'ס הילף ווערט אמעריקע ''גרעיט עגעין,'' און דא,אזוי פלוצלונג!!! אזא פאטש!!!
פאליק טייערער,מירפארשטייען דיין ווייטאג, אבער ביטע, זעה זיך צו שאפן א נייעם ניק פון וואו דו זאלסט ווייטער קענען אנפירן צאן מרעיתיך..... לאז אונז נישט אליין!.... כליפ כליפ....
כאפצעם האט געשריבן:העלטקעיר איז אין דר'ערד, מענטשן קרעכצן פון די הויעכע פרימיומס, אינשורענס מארקעטס ברעכן אונטער.



CLUES פאר די וואס זוכן מיר

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג פאברואר 13, 2017 9:56 am

פאליק, עס איז געוועהן א פלעזשור דיר צו האבען דא.

ווי וויל מיס יו.

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1423
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג פאברואר 13, 2017 10:00 am

א שאד!
עס איז א ווייטאג אז יעדע שטיק צייט איז דא נאך איינער וואס גייט אוועק וועגען גילו וויפעל מען רעדט דערפון העלפט עס נישט זעהט אויס אז מען קען נישט טיילען שכל
If you think it’s expensive to hire a professional, wait until you hire an amateur
הק' 9863 (נאך א נאומבער דא)

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: ביי די קאסע

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג פאברואר 13, 2017 10:05 am

פארוואס פארוואס???

:i" ;/, ;k9;

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג פאברואר 13, 2017 10:12 am

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:א שאד!
עס איז א ווייטאג אז יעדע שטיק צייט איז דא נאך איינער וואס גייט אוועק וועגען גילו וויפעל מען רעדט דערפון העלפט עס נישט זעהט אויס אז מען קען נישט טיילען שכל


RT

ווי אויך איז די בעסטע עצה פשוט נישט צו פארציילן פאר קיינעם ווער מ'איז. די רגע אנדערע ווייסן קען מען שוין נישט קאנטראלירן ווי ווייט עס וועט גיין.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » מאנטאג פאברואר 13, 2017 10:33 am

איך הייבן אהן טראכטען אז כ'האב געטוהן א מיסטעיק און געזאגט פאר צוויי חברים מיין ניק....
קודם האב איך געטראכט אז ס'גייט מיך נישט אהן אז ס'וועלען זיין מענטשען וואס קענען מיך... וועגען וואס שרייב איך שוין... אבער ליינעדיג דעים אשכול הייבט זיך מיין בויך אהן דרייען... וואס טאקע פעהלט מיך עס אויס...?
על פי דין טאר מען יענעם נישט אפנארן, אבער לפנים משורת הדין טאר מען זיך אליין אויך נישט אפנארן...
-הרה"ק מראפשיץ

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג פאברואר 13, 2017 10:33 am

פנחס בן חיים האט געשריבן:עד הנה עזרנו תגובתיך, ביסט געווען א אויסגעצייכענטע קוואל פון נייעס.

אז עס מאכט זיך ביי דיר א טשעינטש און דו קענסט צירוק קומען, וועט דער עולם הנאה האבן.

און די בעלי גילוי זאלן שוין איינמאל פאר אלעמאל איינזעהן וואסערע חרבנות זיי מאכן אונז אן דא
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
עין טובה
שר האלפיים
תגובות: 2654
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג פאברואר 13, 2017 11:12 am

וואס גילוי קען צוברענגען איז ממש א בראך!
די אלע וואס ווילן מאכן גילוי זאלן ביטע דורכלייענען די אשכול פון סאכדעס זצ"ל דא
viewtopic.php?f=3&t=6492
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3204
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג פאברואר 13, 2017 2:44 pm

ס'טוט זייער וויי פאר יעדעם וואס דרייט זיך אויף דער וועלט אז איינע פון די בעסטע און חשובסטע ניק גייט אוועק ....
ווי אזוי גייען מיר אויסהאלטן אן אייך זיך נישט צו לאזן ווערן פארפירט פון די פאלטשע נייעס ....
אוי לנו כי חטאנו .. ס'טוט גאר שטארק וויי ....
:cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry:
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
טריסקער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5447
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג פאברואר 14, 2017 7:25 am

מיינע טייערע פריינט אריינגערעכנט ידידי היקר פאליק.

ליידער די לעצטע טאג צייט האב איך מערערע מאל באמערקט פארשידענע קרעכצערייען אויף פאליק'ס אוועקגיין, איך האב נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר, ביז איינער האט מיר צוגעוויזן דעם אשכול אז דא וועל איך טרעפן דעם אורזאך פון פאליק'ס שיידונג.

איך מוז זאגן אז ס'רינען מיר טרערן פון מיינע אויגן, מיין הארץ שרייט פון ווייטאג, מיין אטעם איז מיר שווער, און מיין מוח רוישט. דאס אומגלויבליכע האט ליידער פאסירט און דאס רשעות פון גילוי'ניקעס האט נאכאמאל אוועקגע'הרג'עט איינער פון אונזערע בעסטע שרייבער און אנאליזירער אויף אייוועלט, איך וויין אויף דעם פארלוסט, איך וויין אויף דעם פאטש, איך וויין אויף דעם אז ס'דרייען זיך נאך צווישן אונז די סארט אומפארשעמטע פארשוינען וואס זענען מגלה ניקס ברבים. א שאד א שאד אז דאס טרעפט אן פונקט דאס בעסטע און שענסטע פון אייוועלט, און א שאד אז אזאלכע פארשוינען דרייען זיך נאך דא.

יאפ! דאס שאדן איז א סארט שאדן וואס קען געזאגט ווערן דערויף "מעוות לא יוכל לתקן", איינמאל מ'דעקט אויף איז דאס געענדיגט, מ'קען דאס שוין נישט פאררעכטן. אונז זעמיר נישט אפילו א מיליאנסטל פון רבי ארו'לע טיטיובער זי"ע וואס האט געקענט צוגיין צום מזוזה און מאכן א וישכחהו פאר אלע וואס ער האט פאר זיי אנפלעקט זיין מצב, איינמאל אויפגעדעקט איז פאר אלעמען און פאר אלעמאל אויפגעדעקט. אזא גילוי'ניק וועט אים שוין גארנישט העלפן! ער קען קניען כורעים זיך בייגן מודים און שרייען ביז איבערמארגן, זיין שאנד פלעק איז שוין איינגעקריצט און וועט פון אים זיך קיינמאל שיידן.

איך קען נישט און גיי נישט צוריקברענגען דעם טייערן פאליק, ווייל איך פארשטיי זייער גוט זיין געפיל, איך ווייס און קען דעם ציפ פון "אה, דו ביזט דאך דער טריסקער וואס האט געשריבן אז ער האט שוין געמאכט 5 עקסידענטס... ניין? די סעקאנד כ'האב אויסגעפינען אז דו ביזט עס האב איך איבערגעקוקט אלע דיינע תגובות און כ'זאג דיר..." וכו' וכו', דאס געזיכט פלאקערט פאר בושה, די הארץ ווערט צוריסן אויף צווייען פון ווייטאג, "ווער האט דיר אנפלעקט מיין אידענטיטעט?", און ער ענטפערט "וואס הייסט? אלע ווייסן ווער דו ביזט! נו, מיין חבר יענקל גרונם שרייבט אויך דארט און ער האט עס מיר פארציילט!". עטס כאפטס וואס דא גייט פאר? דארף איך יעצט פאר יעדע תגובה טראכטן טויזענט מאל וואספארא אנטווארטן איך וועל צוריקבאקומען פון אלע וואס האבן מיין נאמבער אין זייערע קאנטעקטס? דארף איך יעצט מיר מוטשענען פאר עפעס אן ארטיקל וואס די יושבים פונעם קאווע שטיבל וועלן מיר צימבלען דערויף בפני כל קהל ועדה פונקט שבת ביים קידוש אינעם גרעסטן קופקע? דארפן מיינע הענט ארבעטען פאר דעם איינעם צוועק צו באקומען א קרייץ פארהער פון אלע מיינע (אומ)באקאנטע אויף די נייעס וואס איך ברענג? ניין!!! ניין!!! און נאכאמאל ניין!!! איך בין זיי גארנישט מחוייב! איך דארף זיי נישט צושטעלן שטאף אויף א גאלדענעם טאץ פאר גארנישט מיט נישט! ווירטואל איז דאס געשמאק אבער נישט אפענערהייט.

עטס ווייסט אפילו נישט וואס איך וויל פון ענק מיט מיינע בלוטיגע שורות, וועל איך אייך זאגן: "לעצטענס בין איך אויך א געליטענע פון דעם רשעות'דיגן אומפארשעמטקייט פון די גילוי'ניקעס!!!", אין די לעצטע חודש צייט איז א געוויסע ניק ארום געגאנגען און פארשפרייט מיין אידענטיטעט, מיין נאמען וואלגערט זיך בראש כל חוצות און איך קען גארנישט טוהן דערצו זינט דעם כלל פון 'חברך חברא אית ליה'. מיין גורל איז גאנץ נאנט צו ווערן פאר'חתמ'עט אזויווי פאליק און אנדערע באטראפענע, איך וויל נישט שרייבן אזוי. איך האב אלס געהאט א נאמען פון איינער וואס קען אביסל יחוס, אבער נישט אויף אזוי ווייט ווי כ'האב מיר דא ארויסגעגעבן, דא האב איך געשפירט פריי ארויסצוגעבן אלע מיינע ידיעות בלי שום מורא, פון שרייבן דא מיינע ווילדע השערות וועל איך נאכנישט באקומען א "ווילדע בעל החלומות" צונאמען ביי מיינע באקאנטע, ביים שרייבן דא קען איך ארויסגעבן מיין יונגע בלוט אין פארברענגען אן קיין בושה פון קיינע שפיזיגע בליקן אין מיין ריכטונג אין ריעל לייף, ביים שרייבן דא האב איך מיר ערלויבט אויסצושפרייטן מיינע פליגלן און זיך ארויסגעבן און הנאה האבן. יא, מיין גאנצע געביידע האלט ביים חרוב גיין, אויב זעה איך אז דאס גילוי דערגרייכט צו ווייט וועל איך אויך בקרוב נאכגיין אין פאליק'ס וועגן.

פאליק טייערער, מיין הארץ בלוטיגט דאפעלט, אויך אויף דיין אוועקגיין און אויך דעם רשעות'דיגן גילוי וואס האט דיר פאסירט, איך וועל גאר שטארק בענקן נאך דיר, און מעגליך זיך נישט קענען טרייסטן, אבער קען זיין מיר וועלן זיך נאך צוזאמען טרעפן אויפן זעלבן זייט, כ'האף אז נישט אבער יו נעווער נאו. זאלסטו האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן, זאל דיר שיינען דיין מזל וואו אימער דו קערסט, און אך ששון ושמחה ישיגוך מיט אלעס גוטס, אלע ברכות אויף דיין קאפ, און עמער זיך טרעפן בקרוב בירושלים הבנויה צוזאמען מיט משיח צדקנו בב"א.

צום לעצט: מיינע טייערע פריינט, וועקט אייך אויף און מאכט זיכער אז איר האט נישט קיין חלק אין דעם שאנדפולן גילוי סינדראם וואס ליידער יצאו אנשים מתוכינו מחבלים בכרמים און פארטרייבן מסלתה ומשמנה פון אייוועלט, מאכט זיכער אז איר האט נישט דעם אוממעקבארן פלעק פון א גילוי'ניק! און זאלן די אלע גילוי'ניקעס פארשטומט ווערן און מער זאל אזאנס קיינעם נישט באטרעפן.

שרייבט מיט בלוט און טרערן
אייער פריינט טריסקער
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » דינסטאג פאברואר 14, 2017 8:35 am

מי חכם האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:א שאד!
עס איז א ווייטאג אז יעדע שטיק צייט איז דא נאך איינער וואס גייט אוועק וועגען גילו וויפעל מען רעדט דערפון העלפט עס נישט זעהט אויס אז מען קען נישט טיילען שכל


RT

ווי אויך איז די בעסטע עצה פשוט נישט צו פארציילן פאר קיינעם ווער מ'איז. די רגע אנדערע ווייסן קען מען שוין נישט קאנטראלירן ווי ווייט עס וועט גיין.

אקאוראט דאס איז מיר איינגעפאלן נאך איידערן ענדיגן ליינען פאליק'ס געזעגענוגנס דרשה, טאקע א שאד אויף דעם פארלוסט אבער יעדער וואס שרייבט זיך איין, און האט הנאה צו פארברענגען דא אויפן וועלטל דארף געדענקען דעם לעבנס וויכטיגן כלל וואס פראנץ יוזעף זכותו יגן ואנחה האט מיט אונז געלערנט

"צוויי מענטשן קענען האלטן א סוד, ווען איינער פון זיי איז טויט"

איר זענט אנגעקומען אהער, כדי צו קענען בלייבן אנאנים, אויב איר וועט פאר קיינעם נישט אויסזאגן אייער אמת'ע אידענטיטעט, איז כמעט נישט במציאות בעולם, אז אייער סוד זאל ארויסרינען ברבים, סיידן איר שרייבט אזאנע זאכן וואס שרייען בקול רעש גדול וד"ל

חכמים הזהרו בדברכים, וזה תתקיים אצלינו מאמר הקרא ולא תוסיף לדאבה עוד...

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג פאברואר 14, 2017 8:45 am

אזוי גייט עס מייקל. אז מען רעדט צום רוסישען אמבאסעדאר אן רשות פון רבי'ן, און נאכדערצו אז די מידיע באריכטעט עס! ברויך מען דיר ארויסגעבן און דיך צוווינגען צו ריזיינען.

----
פאליק, מיר שפירן מיט אייער צער פארן ברויכן בכלל קאנסידערן אזא "פרעצעל-דענטעל-א שריט. און עס איז צום האפן אז די תועים ווען מלמד בינה זיין. ולא ישמע עוד שאט ושעיווער בניקיינו.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4437
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג פאברואר 14, 2017 9:26 am

וויי... לקינו בכפלים...

קודם פאליק און דערנאך טריסקער...

דער אויבערשטער זאל זיך מרחם זיין..

און צו אייך גילוי'ניקס וויל איך זאגן, יאגטס אפ פון דא! ס'איז א סכנה יעצט צו שטיין דא, מען קען כאפן דזשאכעס!!

איך ביניש ביי מיר


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט