מיין געזעגנונג'ס דרשה

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
טריסקער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג פאברואר 14, 2017 10:26 am

שעפעלע, איך בין נאך דא, כ'האב נאר געזאגט אז מיין עתיד איז גאנץ פארנעפלט און אויב דאס גילוי וועט זיך מער פארשפרייטן ערשט דאן וועל איך זיך געזעגענען, כ'האף אז דאס וועט נישט פאסירן און כ'וועל קענען דא פארבלייבן.
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דינסטאג פאברואר 14, 2017 10:37 am

און מיר האפן אלע אזוי....
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג פאברואר 14, 2017 11:21 am

איך האלט עס נישט אויס!

קודם פאליק און נאכדעם טריסקער!
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

ארום די זייגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » דינסטאג פאברואר 14, 2017 12:55 pm

און בוידעם שוין אויך :cry: :cry: :cry:

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג פאברואר 14, 2017 1:29 pm

א הארץ וויי!
הק' איש ימיני

נחום וואהלינער
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דינסטאג פאברואר 14, 2017 1:33 pm

כ'האב מורא די מלוה מלכה אי שולדיג די עולם צופיל פארברענגט ונכנס היין.....

יעצט אויפן ערנסטען טאן פלייייז בליייייב און צו ענק מגלי פנים שלא כהלכה גייטס פון דא

SPUSMN
שר שמונת אלפים
תגובות: 8965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג פאברואר 14, 2017 3:16 pm

טריסקער האט געשריבן:שעפעלע, איך בין נאך דא, כ'האב נאר געזאגט אז מיין עתיד איז גאנץ פארנעפלט און אויב דאס גילוי וועט זיך מער פארשפרייטן ערשט דאן וועל איך זיך געזעגענען, כ'האף אז דאס וועט נישט פאסירן און כ'וועל קענען דא פארבלייבן.

אפגע'אטעמט!

בעסער זיך ארויס צו געבען דאס ווייטאג פריער (בעוד מועד) און זאל נישט צו קומען צו זיך געזעגענען ווי ביי פאליק און בוידעם.

און יעצט פאר פאליק וואס געזעגענט זיך דא וויל איך קודם זאגען אז כ'פארשטיי דיר זייער גוט; קיינער זיכט זיך נישט קיין בזיונות. אבער דער קשיא איז "פארוואס איז עס בזיונות"? ממה נפשך, שרייבט מען נישט אויס געהאלטען דארף מען שנעל סטאפען און תשובה טוהן און אנהייבען שרייבען יא אויס געהאלטען; און ווידער אויב שרייבט מען יא אויס געהאלטען, איז פארוואס דארף זיין בזיונות?

אטו ברשיעי עסקינן? פונקט פארקערט; די וואס דרייען זיך "דוקא" דא, און טייל מיט מסירות נפש ממש, ווייל זיי ווילען זיין פרום און ערליך, אט טאקע זיי דארפען זיין ארויף געקוקט און נישט אראפ געקוקט. בזיונות דארף זיין צו ווערען אנגערופען א הייד-פארק שרייבער וכדומה; נישט איינער וואס שרייבט אין אייוועלט. (ווען וועלט וואלט נאר געווען וועלט)

דער גאס איז נישט משוגע; מען וויייסט ליידער ווי מען האלט, ווי דער דור האלט, און ווי מיר שטייען; עס איז פחדים ממש. און זיצט זיך א איד ביים ארבעט, און שוין מיטען פילטער איז שערי הגויים פאר אים ברייט אפען; און ער זאגט :"ניין" איך וועל נישט גיין פאשען אין גויאישע פלעצער; איך וועל נישט גיין פאשען אין נישט אויס געהאלטענע פלעצער! איך וויל נישט ווערען פארגויאישט! די ווייסט וואס עס קומט פאר אזא איינעם? יא, א קוש אין שטערן!

אוודאי טאר מען נישט מגלה זיין צו קיינעם ווער א ניק איז; אבער אויב עס איז שוין געשעהן און איינער אין גאס שטעלט אפ און זאגט ר' איד "איר זענט דער און דער פון אייוועלט"; נעם עס אלץ א "בעדזש אוו האנאר" אז די ביזט פון דיע וואס שלאגען זיך מיט טעכנאלאגיע, שלאגט זיך מיטען יצר הרע, שלאגט זיך פארען באשעפער! יא, יעדער וואס געפונט זיך דא, איז א געטרייע סאלדאט פון באשעפער און וויל זיין גוט און וועגען דעם איז ער דא.

יעצט טייערע פאליק; איך קען דיר נישט, אבער איך קען דיר יא! די האסט אונז (מיר פערזענליך) אויסטערליש מהנה געווען. ווען איך זאל דיר פערזענליך טרעפען, וועל איך קוקען אויף דיר ווי מען קוקט אויף א געלונגענער טאלאנטפולער רעספעקטפולער איד, וואס דער באשעפער האט אים באשאנקען מיט א אייזען קעפל, א גאלדענע פעדער, און א גוט הארץ; און ועל כולם, ווי גיבט ער זיך אויס? דייקא דא אויף אייוועלט צוווישען אנשים אחים לדעה. אלע אן קיין שום יוצא מן הכלל טייערע ערליכע אידען. פון אזא איד ווי דיר דארף מען זיך אפלערענען, נישט פארקערט.

ביי מיר ביזטו א hero און שטארק ארויף געקוקט; ס'וועט פאר מיר זיין א פערזענליכע פארלוסט אויב די גייסט פון דא. איך קען דיר נישט זאגען וואס צו טוהן, אבער א עצה פון א גוטע פריינד קען איך יא, אז בלייב דא מיט אונז, ס'איז ליידער נישט דא ווי צו גיין; דא איז דער בעסט אוו דער בעסט און א טיקעט צו עולם הבא נאך אויך פאר זיין א בוחר ברע במיעוטו.

טוה ווי מיר; גיב ארויס דיינע טאלאנטען דארטען וויר איט קאונטס. בערך א 10 מענשטען ווייסען שוין ליידער "אפיציעל" מיין איידענטיטי, אבער ביז היינט האבען ב"ה געהאלטען דאס מויל. נאך א פאר וואס ווייסען (כ'שפיר אז זיי ווייסען) און האבען אויך ב"ה געהאלטען "מער ווייניגער" דאס מויל. פארשטייט זיך אז אויב ס'געשעהט ביי מיר וואס ס'געשעהן ביי דיר וועל איך אויך שפירען אז איך מוז גיין; אבער האף אז ס'וועט דענמאלט זיין ווער זאל שרייבען דיזע ברייוו אדער א ענליכע און מיר איבערצייגען צו בלייבען.

ביטע פארבלייב דא מיט אונז; אבער בכל אופן ווינטש איך דיר ברכה והצלחה בכל מעשי ידיך.

א גרויסען דאנק פאר אלע אייער תגובות ביז אהער און האף אז מיר געזעגענען זיך נישט ממש;

ידידך ומוקירך זעירא דמן חבריא המכונה שפוזמ"ן
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג פאברואר 14, 2017 3:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1850
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » דינסטאג פאברואר 14, 2017 3:19 pm

גם אני מצטרף לחתימת שפושמן
הק' נגיד
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

ר' יום טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג פאברואר 14, 2017 4:57 pm

איך האב נישט קיין פראבלעם אז מאנכע ווייסן ווער איך בין. אין פאקט איז פאראן געוויסע וואס ווייסן, און איך פראביר עס נישט צו באהאלטן.

אין ערגסטן פאל טויש איך ניק, און איך נעם אזא נאמען ווי "מיקי-מויז" "חי'-רעה" אדער "פלאנדער-פיש" כדי לערבב השטן.

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » דינסטאג פאברואר 14, 2017 5:04 pm

יא שפושמן האט א גוטע נקודה, אבער מיט דעם אלעם איז טריסקער פונקטליך מסביר וואס די פראבלעם איז. און איך זעה עס ביי מיר אליינס, אויב וואלט איינער געוואוסט ווער איך בין וואלט עס געווען זייער אומבאקוועם, אפילו איך האב ביזדערווייל גארנישט שלעכט געשריבן, און איך פלאן ווייטער גארנישט שלעכט צו שרייבן.

און וויאזוי האט טריסקער אויסגעפירט:
טריסקער האט געשריבן:צום לעצט: מיינע טייערע פריינט, וועקט אייך אויף און מאכט זיכער אז איר האט נישט קיין חלק אין דעם שאנדפולן גילוי סינדראם וואס ליידער יצאו אנשים מתוכינו מחבלים בכרמים און פארטרייבן מסלתה ומשמנה פון אייוועלט, מאכט זיכער אז איר האט נישט דעם אוממעקבארן פלעק פון א גילוי'ניק! און זאלן די אלע גילוי'ניקעס פארשטומט ווערן און מער זאל אזאנס קיינעם נישט באטרעפן.
שומר פיו ולשונו שומר מצרות נפשו (משלי כא, כג)

אוועטאר
עין טובה
שר האלפיים
תגובות: 2246
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג פאברואר 14, 2017 5:39 pm

סאכדעס דא האט געשריבן:ווער איז שולדיג אין דעם? דער בהמה, דער שוטה, דער אומ'אחריות'דיגער אקס, דער שיווע קעטאנע באכער: ניק #1. ווער האט דיך געבעטן צו דערגיין איינעמ'ס ניק? האסט נישט געקענט הנאה האבן פון די קרעטשמע אנע טוהן שאדן? דו ביסט א בעיבי? און אז דו דערשנאפסט א ניק, דארפסטו דאס אויספויקן? און דו ביסט נאך זיכער אויך?
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט
תשח"ח פאר קיקיון פארן צושטעלן דעם חתימה.

eller
שר האלפיים
תגובות: 2904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג פאברואר 14, 2017 5:55 pm

עין טובה האט געשריבן:
סאכדעס דא האט געשריבן:ווער איז שולדיג אין דעם? דער בהמה, דער שוטה, דער אומ'אחריות'דיגער אקס, דער שיווע קעטאנע באכער: ניק #1. ווער האט דיך געבעטן צו דערגיין איינעמ'ס ניק? האסט נישט געקענט הנאה האבן פון די קרעטשמע אנע טוהן שאדן? דו ביסט א בעיבי? און אז דו דערשנאפסט א ניק, דארפסטו דאס אויספויקן? און דו ביסט נאך זיכער אויך?

שכח פארן צוברענגען גאר אינטערסאנט יענץ
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

ניס קראכער
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג פאברואר 14, 2017 6:15 pm

איך פאנג אן מורה צו האבן אז ס'האט נישט קיין שיכות צו קיין גילי
ס'איז פשוט אז ס'איז דא כאסס אין די טראמפ אנדמינעסטראציע
אין פאליק איז גערופן געווארן אין עמירזשענסי איילעניש צום ווייסן הויז מסדר זיין די זאך
אי"ה ער וועט צוריק קומען אויב נישט אלס פאליק העט עס זיין מיט א צווייטע נאמען
די הערסט פאליק ?

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

אויפקלערונג

תגובהדורך פאליק » דינסטאג פאברואר 14, 2017 6:19 pm

לכבוד ידידי הרב שפוזמ"ן בגלוי און אנדערע חשובע ניקים באישי וועל איך צוריקומען מסביר זיין וואס מיר האט די עיקר געבאדערט און דאס האט מיר געמאכט גיין

פאליק און טראמפ אויף אייוועלט איז איין זאך, און ווען איך האב געוואלט עוסק זיין אין פאליטיק בין איך אהער געקומען און זיך ענדשויט און ווען נישט צום ביישפיל ווען איך בין געגאנגען אין ביהמ"ד צו דאוונען שחרית אדער פרייטאג צונאכטס צו א טיש אדער צו א חתונה אפגעבן מזל טוב בין איך נישט געגאנגען לענרנען די סוגיא פון טראמפ

איך בין נישט קיין באצאלטע ארבעטער פאר טראמפ און איך האלט נישט ביים ארבעטן פאר אים 24 שעה, אבער וויבאלד אזויפיל מענטשן ווייסן ווער איך בין, בין איך אייביג באפאלן געווארן "אז אויף אייוועלט האסטו געשריבן אזוי און אזוי און לאמיר דיר מסביר זיין ווי נישט גערעכט דו ביזט" איך האב נאך די וואך צוריקגעהערט פון א ניק אז היתכן איך האב געשריבן פאר די עלעקשאן טאג אז די מאמענטום איז אויף טראמפ'ס זייט און וואספארא טראמיפסט שוטה איך בין פאר האלטן אזוי

בקיצור אייוועלט און טראמפ האבן מיר באגלייט ביים דאוונען און ביים טיש און ביי די הקפות און ביי א חתונה און ביים ברית און דאס האט מיר באגלייט 24 שעה א טאג

איז אויב איך דארף אפגעבן דין וחשבון פאר איעדן איינעם וואס איך שרייב דא עד כדי כך אז אמאל האב איך געשריבן עפעס און א ניק האט מיר געקאלט מיט קולות וואספארא טיפשות איך האב געשריבן יעצט מיין איך אז יעצט ווען די עלעקשאן איז אווער איז מיין צייט אויך אווער

איך האף אז יעדער האט פארשטאנען
עס איז אדורך א וואך צוויי פון ווען טראמפ איז אריין אין אפיס און די וועלט האט זיך שוין איינמאל איבערגעדרייט

ניס קראכער
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג פאברואר 14, 2017 6:22 pm

יאפ הינדערט פראצענט פאליק איך האב נישט קיין איינונג ווער די ביסט (לכאורה)
אבער איך פארשטיי דיר
סאיז באמת ווייטאגליך

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג פאברואר 14, 2017 7:15 pm

סאו יעצט אז דו ביזט ממילא שוין נישט דא און דו האסט אויפגעהערט צו שרייבען אולי קען מען ווערן גוטע פריינט.

אוועטאר
עין טובה
שר האלפיים
תגובות: 2246
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג פאברואר 14, 2017 8:37 pm

זיך שוין געמאכט עטליכע מאל, און אלס משל וועל איך דערציילן איין מעשה.
ב"ה מיין ארבעט האט נושא פירות געווען און זיי האבן ארויסגעגעבן א קיבארד אין אידיש.
איך האב נישט גערעדט (א חוץ אינדערהיים שטייצעך) דערפון. פילצאליגע ניקס האבן געהאט א געוואלד מיט שאלות, עטליכע האבן מיר גערופן אויפן טעלעפאן, אנדערע האבן מיר געפרעגט ווען זיי האבן מיר געטראפן.
כמעט פאר יעדעם האב איך גענטפערט -בערך- בזה הלשון, "פרעג מיר דארט וואו איך האב עס געשריבן. מיין אישי האט נאך פלאץ"
די אלע 'אבער נאר...', פרעג אין אישי. איך האב עס נישט געשריבן אויף פאפיר מיט מיין נאמען.
אזוי, ווען איבער איינער פרעגט מיר אויף וואס איך האב געשריבן דא הייס איך פרעגן אויף מיין אייוועלט אקאונט אדער אין הענגאוטס...

פרוביר עס אויס פאר א וואך, און נאכדעם קענסטו דא בלייבן.... ס'איז נישט אזוי שווער......


וויאזוי זאגט ער? אויב וויל מען בלייבן אן ערליכע איד דאן איז דא דאס פלאץ
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט
תשח"ח פאר קיקיון פארן צושטעלן דעם חתימה.

eller
שר האלפיים
תגובות: 2904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג פאברואר 14, 2017 8:51 pm

טאמער איז נאר דאס די פראבלעם אז איבעראל ביסטו טראמפ גייט עס סייווי נאך קומען פאר דער וואס ווייסט שוין ווער איר זענט (אה פאליק דו בוסט דער וואס האט געסטאפט צו שרייבן .....מאכסט דיך נאריש....... וכדומה )
טא די בעסטע וועג פאר דיר און פאר מיר אלע איז עפען א נייע ניק (קענסט פרעגן די יודעי דבר וויאזוי מען טוט עס)
שרייב אביסל א שינו הלשון און סיי דו און סיי מיר אלע וועלן הנאה האבן דערפון....
ווי האט ער געזאגט ס'איז סייווי נישטא קיין אנדערע פלאץ צו גיין....
מיט גרויס אכטונג
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
שמאטע
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג פאברואר 14, 2017 9:06 pm

און איינער האט מיר נאך געוואלט איינרעדן אז 'יואל חיים קושנער' (חדב"נ) האט נישט קיין ניק אויף אייוועלט.....
יע יע...

פאליק, גיב איבער פארן שווער אז שמאטע שטיצט אים.

ובכל אשר תפנה תסריח.

אוועטאר
משה כספי
שר חמש מאות
תגובות: 984
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג פאברואר 14, 2017 9:27 pm

שמאטע האט געשריבן:און איינער האט מיר נאך געוואלט איינרעדן אז 'יואל חיים קושנער' (חדב"נ) האט נישט קיין ניק אויף אייוועלט.....
יע יע...

פאליק, גיב איבער פארן שווער אז שמאטע שטיצט אים.

ובכל אשר תפנה תסריח.

אן אנדערע קאנספיראציע
THE TROUBLE WITH OUR LIBERAL FRIENDS IS NOT THAT THEY'RE IGNORANT
IT'S JUST THEY KNOW SO MUCH THAT ISN'T SO
~Ronald Reagan~

SPUSMN
שר שמונת אלפים
תגובות: 8965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך פאברואר 15, 2017 2:35 pm

א דאנק אייך הרב פאליק פאר אייער אויפקלערונג.

איז בלייבט נאר אייך צו ווינטשען אז בכל אשר תפנה תצליח. איר האט געטוהן א סופער דזאב, און אזוי שיין און איידעל. מיר וועלען עס אייביג געדענקען.

כל טוב, ברכה והצלחה!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך פאברואר 15, 2017 3:19 pm

שמאטע האט געשריבן:און איינער האט מיר נאך געוואלט איינרעדן אז 'יואל חיים קושנער' (חדב"נ) האט נישט קיין ניק אויף אייוועלט.....
יע יע...

פאליק, גיב איבער פארן שווער אז שמאטע שטיצט אים.

ובכל אשר תפנה תסריח.

שמאטע האסט מיר געקאסט א לאך אין אזא אנגעצויגענע צייט, כדרכך בקודש...

און צו דיר פאליק, פרוביר אויס עין'ס איידיע. אפשר דאך וועסטו אונז נישט מוזן פארלאזן.

eller
שר האלפיים
תגובות: 2904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך מארטש 01, 2017 1:57 pm

שטייענדיג אביסל מער ווי 2 וואכען קען מען נאכנישט צוזיך קומען פון די שרעקליכע פארלוסט פאר אונז אויף אייוועלט פון אונזער בעסטער שרייבער....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

SPUSMN
שר שמונת אלפים
תגובות: 8965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מארטש 01, 2017 3:06 pm

eller האט געשריבן:שטייענדיג אביסל מער ווי 2 וואכען קען מען נאכנישט צוזיך קומען פון די שרעקליכע פארלוסט פאר אונז אויף אייוועלט פון אונזער בעסטער שרייבער....

קיינער קען נישט ערפילען זיינע שיך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:19 pm

לאמיר זיך אוועקלייגן א מצבה דא על כל צרה שלא תבא
לייק                    וועבזייטל | צדקה קאסע | סטאטיסטיקס                    דיסלייק

מיר שטעלן צו קאמפיוטער און טעכנאלאגיע הילף, טעק סופארט, וועב דיזיין, פראגראמינג, גראפיקס אדער סיי וואס איר ווילט פאר די בעסטע פרייזן.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Yahoo [Bot] און 15 געסט