קניפן ציצית

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

ניס קראכער
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

קניפן ציצית

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג פאברואר 12, 2017 12:11 pm

איך האב געוואלט אויסשמיעסן א ענין וואס באדערט מיר שוין גאנץ לאנג
די וואך איז עס געקומען עפעס צום אויבערפלאך
איך האב מיר עפעס דעם שבת אנגעפאנגען איבערצוקוקן מיינע ציצית איין עק צום צווייטן אין נישט מער אין נישט ווייניגער קיין איינס איז נישט געקניפט אויפן דרך ווי ס'איז מקובל ביי אונז
אז דיי ערשטע דארף זיין 7
די צווייטע 8
די דריטע 11
אין די פערטע 13

נאר אנשטאט איז עס געווען געקניפט
די ערשטע 5
די צווייטע 6
די דריטע 8
די פערטע 10
עפעס אזוי מיין שאלה איז וואס קען מען נישט אויסלערנען פאר די קניפערס איינמאל פאר אלעמאל ווי אזוי מען דארף קניפן ציצית ?
ציצית איז דאך א שמירה אויפן מענטש איז נישט מער ווי יושר אז ווען א מענטש צאלט טייער געלט פאר זיין ציצית
אין ער האט נישט קיין צייט צו קנופן אליינס זיינע ציצית זאל אים די קאמפעני נישט אפנארן
אין געבן ציצית וואס איז נישט געקניפט אויפן ריכטיגן אופן
אויב די קאמפעני'ס דרייען זיך דא זאלן זיי ביטע זעען צו פארבעסערן דעם פראבלעם
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג פאברואר 12, 2017 12:26 pm

איך האב פאר דיר איין עצה: קניפ אליינס די ציצית אזוי ווי עס פארלאנגט זיך על פי הלכה לויטן טור (אז די למען תזכרו איז בשעתן קניפן) און אזוי ווי אלע ערליכע אידן טוען כפי מה שנהגו כן מאז ומקדם
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

ניס קראכער
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג פאברואר 12, 2017 12:43 pm

סידיראם האט געשריבן:איך האב פאר דיר איין עצה: קניפ אליינס די ציצית אזוי ווי עס פארלאנגט זיך על פי הלכה לויטן טור (אז די למען תזכרו איז בשעתן קניפן) און אזוי ווי אלע ערליכע אידן טוען כפי מה שנהגו כן מאז ומקדם

מען רעדט דאך אויב מען האט נישט קיין צייט
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג פאברואר 12, 2017 12:49 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:איך האב פאר דיר איין עצה: קניפ אליינס די ציצית אזוי ווי עס פארלאנגט זיך על פי הלכה לויטן טור (אז די למען תזכרו איז בשעתן קניפן) און אזוי ווי אלע ערליכע אידן טוען כפי מה שנהגו כן מאז ומקדם

מען רעדט דאך אויב מען האט נישט קיין צייט


די מיינסט צו זאגן געדולד.... ווייל פאר וויכטיגע זאכן טרעפט מען צייט.

עס נעמט נישט אזוי לאנג, און אפאר תגובות ווייניגער אויף אייוועלט העלפט געווענליך צו צו האבן מער צייט....

אבער בעצם האסטו א גיטע טענה אויף די קאמפעניס
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

ניס קראכער
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג פאברואר 12, 2017 5:50 pm

סידיראם האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:איך האב פאר דיר איין עצה: קניפ אליינס די ציצית אזוי ווי עס פארלאנגט זיך על פי הלכה לויטן טור (אז די למען תזכרו איז בשעתן קניפן) און אזוי ווי אלע ערליכע אידן טוען כפי מה שנהגו כן מאז ומקדם

מען רעדט דאך אויב מען האט נישט קיין צייט


די מיינסט צו זאגן געדולד.... ווייל פאר וויכטיגע זאכן טרעפט מען צייט.

עס נעמט נישט אזוי לאנג, און אפאר תגובות ווייניגער אויף אייוועלט העלפט געווענליך צו צו האבן מער צייט....

אבער בעצם האסטו א גיטע טענה אויף די קאמפעניס

גראדע פראביר איך אליינס צו קניפן מיינע ציצית
אבער ווען מען ארבייט האט מען נישט אייביג קיין צייט
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

גיוס
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 2:14 pm

תגובהדורך גיוס » זונטאג פאברואר 12, 2017 5:56 pm

איך האב איינמאל געזעהן אין ווייבער שול א גרופע בחורים ליידיגייערס קניפן ציצית פאר א באקאנטע קאמפעני אין ריקן פאפיטעס אינדערזייט וכו' וכו' זייט דעמאלטס קניפ איך אליין

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » מאנטאג פאברואר 13, 2017 8:28 am

גיוס האט געשריבן:איך האב איינמאל געזעהן אין ווייבער שול א גרופע בחורים ליידיגייערס קניפן ציצית פאר א באקאנטע קאמפעני אין ריקן פאפיטעס אינדערזייט וכו' וכו' זייט דעמאלטס קניפ איך אליין



אזוי דארף מען צו שרייבן:
כ'האב געזעהן א גרופע עלטערע בחורים, (וועלכע העלפן די עלטערן און מאכן ב"ה אפאר דאלאר פאר זיך אליין) קניפן ציצית אין ביהמ"ד נ.מ., כהאב זייער הנאה געהאט אז עס איז טאקע אמת וואס זיי שרייבן, געקניפט דורך היימישע אידן!

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג פאברואר 13, 2017 10:45 am

יקוםפרקן האט געשריבן:
גיוס האט געשריבן:איך האב איינמאל געזעהן אין ווייבער שול א גרופע בחורים ליידיגייערס קניפן ציצית פאר א באקאנטע קאמפעני אין ריקן פאפיטעס אינדערזייט וכו' וכו' זייט דעמאלטס קניפ איך אליין



אזוי דארף מען צו שרייבן:
כ'האב געזעהן א גרופע עלטערע בחורים, (וועלכע העלפן די עלטערן און מאכן ב"ה אפאר דאלאר פאר זיך אליין) קניפן ציצית אין ביהמ"ד נ.מ., כהאב זייער הנאה געהאט אז עס איז טאקע אמת וואס זיי שרייבן, געקניפט דורך היימישע אידן!

;l;p-
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

סעילעסמען
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 5:29 pm

תגובהדורך סעילעסמען » מאנטאג פאברואר 13, 2017 11:18 am

יקוםפרקן האט געשריבן:
גיוס האט געשריבן:איך האב איינמאל געזעהן אין ווייבער שול א גרופע בחורים ליידיגייערס קניפן ציצית פאר א באקאנטע קאמפעני אין ריקן פאפיטעס אינדערזייט וכו' וכו' זייט דעמאלטס קניפ איך אליין



אזוי דארף מען צו שרייבן:
כ'האב געזעהן א גרופע עלטערע בחורים, (וועלכע העלפן די עלטערן און מאכן ב"ה אפאר דאלאר פאר זיך אליין) קניפן ציצית אין ביהמ"ד נ.מ., כהאב זייער הנאה געהאט אז עס איז טאקע אמת וואס זיי שרייבן, געקניפט דורך היימישע אידן!

וואס????????????
ס'קוקט אויס ווי די ווייסט טאקע נישט ווער ס'בינדט ציצית !!!
יא בחורים טאקע היימישע אין טאקע אין היימישע ישיבות
אבער די ווייסט וואס זיי טוען בשעת'ן בינדען ?
סאיז דיר געניג אז זיי הערן ראדיאו ?
לאמיר נישט מער שרייבן ניס קראכער איז גערעכט די זאך דרף כעת א גרויסע תיקון
גיי אריין אין עני ישיבה ווי מ'קנישט ציצית אין געב א שלעפ ארויס דעם עיר פלאג פון דעם קניפערס ציצית
איך מיין אז ס'וועט דיר זיין געניג....

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג פאברואר 14, 2017 8:50 pm

יקוםפרקן האט געשריבן:
גיוס האט געשריבן:איך האב איינמאל געזעהן אין ווייבער שול א גרופע בחורים ליידיגייערס קניפן ציצית פאר א באקאנטע קאמפעני אין ריקן פאפיטעס אינדערזייט וכו' וכו' זייט דעמאלטס קניפ איך אליין



אזוי דארף מען צו שרייבן:
כ'האב געזעהן א גרופע עלטערע בחורים, (וועלכע העלפן די עלטערן און מאכן ב"ה אפאר דאלאר פאר זיך אליין) קניפן ציצית אין ביהמ"ד נ.מ., כהאב זייער הנאה געהאט אז עס איז טאקע אמת וואס זיי שרייבן, געקניפט דורך היימישע אידן!

כהאב אזוי הנאה געהאט פו די תגובה אז איך קען דיר אפילו נישט זאגן
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט