ס'מיינסטע, אז דו ביזט פרום?

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

גיוס האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט די שאלה פון ליינען אין ספר תורה, האסט קלאר געשריבן אז מ'טאר עס נישט מטלטל זיין בחינם! נו ער ליינט דאך דערינען איז עס נישט בחינם,
אמאל איז נישט געוועהן קיין ספרים האט מען געלערנט אין ס"ת, ווייל מ'האט געדריקט ספרים טאר מען שוין נישט לערנען אתמהה??
דאכט זיך ס'איז דא א תשובה אין דברי יואל וועגן ליינען די נשיאים חודש ניסן

מ'טאר נישט ליינען בציבור אן קיין ברכה, און א ברכה טאר מען אודאי נישט מאכן.
נאכאמאל, וואס איז די צורך?
אגב, מ'האט אמאל 'נישט' געלערנט אין ס"ת. נישט יעדע קלף איז א ס"ת.
נשיאים איז א מנהג קדום, און אפי' אויף דעם איז דא מערערים (ווי דער מהרש"ם).
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

תמימות'דיגער האט געשריבן:איך טרעף א איד אין ביסמעדרש הושענא רבה נאכמיטאג ווי ער מאכט הקפות אין ביהמ"ד אן קיין ד' מינים, צוריקציוועגס, און ער מורמעלט זיך עפעס אונטער...
איך פרעג איהם "זאג'מיר צדיק'ל איר זענט אראפ פון זינען?" זאגט ער מיר נו נו און ער גייט ווייטער צוריקציוועגס...
הכלל, נאך זיבן הקפות צוריקציוועגס זאגט ער מיר אז ס'שטייט פון בעלזער רב ז"ל אז איינער לאכט פון א מנהג איז ער אן אפיקורס. זאג איך איהם רעב איד איך לאך נישט פון קיין מנהגים אבער ווי האט איהר אויפגעפיקט דער מאדנער מנהג? זאגט ער מיר אז ער האט גיהערט פון זיין רב בשם רבי חיים פאלאדזשי אז ס'דא א סגולה צו זאגן "עלינו" צוריקציוועגס זיבן מאהל אויף הושענא רבה...

;l;p- ;l;p-
אגב אז מ'רעדט שוין פון גיין צוריקצואוועגס, איז דא אין ירושלים א באקאנטער איד וואס גייט אויף צוריקצואוועגס. האט אים איינער אמאל געפרעגט פשט, האט ער אים געזאגט אז ער האט אמאל געטראפן איינעם גיין אזוי, און ער אים געפרעגט די סיבה, און ווען יענער האט אים עס געזאגט, האט עס געברענגט אז ער זאל אויך אנהייבן גיין צוריקצואוועגס. האט דער ירושלימ'ער איד אויסגעפירט " ווילסט נאך אלץ וויסן די סיבה?..."
Get your facts first, then you can distort them as you please.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

משהזוךמיר האט געשריבן:WOW. כ'האמיך נישט גערישט אויף אזא אטאקע (אפשר אז ס'איז צוטיילט אין אפאר תגובות הייסט עס אפאר אטאקעס?...)
לעצם הענין, כנראה יו טאטעלי מיסט דע פוינט פון די אשכול. מיך שטערט נישט ווען איינער איז פרום, און גראדע שטערט מיר יא זייער שטארק ווען איינער רעדט, און אלס הדיוט קופץ בראש וועל איך זייער שנעל שושקען. דא רעדט מען אבער פון מענטשן וואס זענען עובר אויף די הלכה, און זיי האלטן זיך נאך פאר פרומע "מיט דעם". פשט איז, דו קענסט אים אפי' נישט מוכיח זיין, בעטן ער זאל אויפהערן וכדו' ווייל זיין רעאקציע וועט זיין פונקט ווי דיינס: "עס שטערט דיר אז איך בין פרומער ווי דיר, פראבירסטו מיר אראפצורייסן." דאס איז נישט (נאר) מכח סברה נאר פון אייגענער ערפארונג ווי איך וועל דיר אויסקלארן אין די קומענדיגע שורות:
נודה לך האט געשריבן:סתם אראפרייסן א מענטש ווען ער טוט א זאך לשם שמים??? פארגעס נישט אריינקוקן אין א ספר תורה איז א סגולה לטהרת המחשבה ועוד.

ענדערש זאג אים איינמאל מיט רעספעקט אז ער זאל עס טוען אויף א אופן וואס זאל נישט שטערן והכל על מקומו יבא בשלום בעזהשי"ת

ריכטיג, עס שטייט טאקע געוואלדיגע זאכן אויף זעהן די כתב, און דערפאר ווען איך בין נישט דער בע"ק בין איך זיך מטריח ביי הגבה צו קענען ליינען פון דעם כתב (אגב ווערט געברענגט אז מ'זאל 'דעמאלטס' אויפזוכן אינעווייניג די ערשטע אות פון דעם נאמען), אבער טאקע נאר בשעת הגבה אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין די פוסקים. פארוואס איז קיינעם פון די פוסקים נישט בייגעפאלן צו שרייבן אז אויב מעגליך זאל מען אריינקוקן בשעת'ן ליינען, נאר זיי אלע שרייבן בשעת הגבה?

איך האב געעפנט דעם אשכול אין א דאנערשטאג נאכט, יענעם טאג ביים דאווענען האבן זיך אפגעשפילט ביידע דוגמאות וואס איך ברענג אין ערשטן תגובה. דער וואס איז געשטאנען אונטער מיר ביים ליינען איז איינער וואס איך האב שוין מעורר געווען דערויף, און לשבחו מוז מען זאגן אז ער פרובירט ווי ווייניגער זיך אנצוזען, אבער אינגאנצן אויפהערן נאר קוקן אינעווייניג ביי הגבה איז צופיל פארלאנגט פון אים.

נודה לך האט געשריבן:און די אנדערע טענות וואס דו האסט מיין איך אז ווען איינער זאל שמועסן וואלטסטו ווייניגער געשריגן... [אפשר נישט אבער זיי זיך בודק דערנאך עלמיר רעדן...]

בדקתי ומצאתי אז ווען איינער שמועסט וועל איך (כמעט) אלעמאל אים שטיל מאכן בעת וואס קיין פרומער וועל איך כמעט קיינמאל נישט. (דערפאר דארף איך זיך דא אויסגעבן...)
נודה לך האט געשריבן:ועוד ווען א מענטש זאגט שטיל און דו הערסט מיינט נישט אז ער כאפט אז מענטשן הערן, צומאל איז עס אפשר נערוועזיקייט וכל שום וחניכא דאית לי'... אבער לייג נישט ארויף א נאסע ליילעך ווען אידן זענען מדקדק במצוות לויט זייער פארשטאנד און על פי רוב אויב וועט מען שיינערהייט זאגן אז אפילו ווען ער פרובירט צו זאגן שטיל הערט מען נאכאלס וועט ער פארשטיין וואס דו זאגסט (חוץ אויב ער ליידט אויף עפעס וואס איך גלייב נישט דאס איז די רעדע דא...)

ווי שוין אויבן געשריבן האב איך געהאט יענעם טאג א מעשה, און גראדע דאוונט יענער גאנץ אפט אין מיין מנין. עס איז געווען טויט שטיל אז א פליג וואלט מען געקענט הערן, דער איינציגער סאונד אין ביהמ"ד איז געווען ווי יענער ליינט קרי"ש. הויך. איך האב געשושקעט, און קיינער האט נישט געקענט מיינען אז איך מיין איינעם אנדערש, און ער האט ווייטער געליינט קרי"ש זייער ערליך. לשבחו מוז מען זאגן אז ער גייט יא ארויס פון ביהמ"ד (ס'הייסט, ער כאפט אז ער שטערט), נאר ער קומט צוריק ווען ער האלט נאך גענוג ווייט פון שמו"ע אז ווען ער קומט אן צו זיין פלאץ ביים צווייטן עק זאל ער נאך האלטן פאר גאל ישראל, און דאך נידערט ער נישט זיין שטימע.
נודה לך האט געשריבן:און די קעפל פונעם אשכול צייגט אז עס שטערט דיר מער אז יענער מיינט אז ער איז פרום ווי פון דעם אז עס שטערט דיך... ודו"ק

כמעט... דער וואס קען מיר ווייסט אז די זאך וואס קען מיך די גרינגסטע ארויסנעמען פון די כלים איז טון עפעס וואס שטערט מיך. (איך ווייס, איך דארף ארבעטן אויף מידת הסבלנות, אבער נישט דאס איז די נושא דא.)

איך בעט אייך איבער אבער פשוט איך בין געווארן זייער אנגעווייטאגט ווען יעדער איז נאר מוסיף מיט ליצנות און כעס אויף די אזויגערופענע פרומע.

לויט ווי איך פארשטיי איז די מענטש איבער וועם דו רעדסט די פראבלעם וואס איך האב ערווענט וואס האט גארנישט מיט פרומקייט.
און ווי איך זעה פרובירט ער נישט צו שטערן, און ווען מבעט אים וועט ער פאלגן, והא ראי' ער גייט ארויס וכו'. אפשר איז דא א וועג צו מרמז זיין אז עס וואלט ראטזאם געווען אז ער גייט פאר העלפ פאר זיין הנאה און די הנאה פון זייינע ארומיגע.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

די סארט מענטשן על פי רוב לעבן זיך אין זייער וועלטל און זיי ווילן נישט זיין שלעכט.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

כדאי אויך צי מעורר זיין נישט צי דאווענען לאמגע שמו"ע'סעס אינמיטן ביהמ"ד, ווי דער צבור טאר נישט דורך גיין פאר איהם, און אויב איינער שטייט פאר איהם און דאווענט טאר ער נישט אויסטרעטן.
כ'אב געהערט אז איינער האט אמאל מאריך געווען בתפילה אינטער די הייליגער סטייפלער זצוק"ל, און דער סטייפלער האט געווארט מיטן אויסטרעטן, אבער דערנאך האט ער איהם דערלאנגט א געזונטען פסק.
אבער ווען איינער האט מאריך געווען אינטער בנו יבלחט"א הגר"ח שליט"א, און דערנאך האט די מתפלל זיך ענטשולדיגט פאר הגר"ח ארן אויפהאלטן, האט הגר"ח געזאגט,"נישט איהר האט מיר אויפגעהאלטן נאר די תורה".
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

נעכטן האב איך געהאט איינעם אריינקוקן פון אונטן, איבער מיין אקסל, און א צווייטער פון די לינקע זייט, אנגעטון מיטן גאר-ברייטן פלאכע ביבער הוט, האט זיך אריינגעבויגן גאר שטארק צו קענען זעהן פון אינעווייניג, כמעט פארשטעלנדיג די כתב פון מיר, דער בעל קורא, און אזןי אויך האט ער אנגעכאפט די עצי חיים אז עס זאל בלייבן גענוג אפן פאר זיין באקוועמליכקייט, נישט לאזנדיג מיר דרייען ווען מ'האט געדארפט מישן צום נעקסטן עמוד. יא, איך האב מיר ממש געדארפט שלאגן מיט אים צו קענען מישן, ווייל דער אלטער, פרומער איד האט נישט געוואלט אפלאזן.

#משמאלי גבריאל(דין-גבורה)... ומאחורי רפאל (דארף א ד....ר)...
Get your facts first, then you can distort them as you please.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

משהזוךמיר האט געשריבן:נעכטן האב איך געהאט איינעם אריינקוקן פון אונטן, איבער מיין אקסל, און א צווייטער פון די לינקע זייט, אנגעטון מיטן גאר-ברייטן פלאכע ביבער הוט, האט זיך אריינגעבויגן גאר שטארק צו קענען זעהן פון אינעווייניג, כמעט פארשטעלנדיג די כתב פון מיר, דער בעל קורא, און אזןי אויך האט ער אנגעכאפט די עצי חיים אז עס זאל בלייבן גענוג אפן פאר זיין באקוועמליכקייט, נישט לאזנדיג מיר דרייען ווען מ'האט געדארפט מישן צום נעקסטן עמוד. יא, איך האב מיר ממש געדארפט שלאגן מיט אים צו קענען מישן, ווייל דער אלטער, פרומער איד האט נישט געוואלט אפלאזן.

#משמאלי גבריאל(דין-גבורה)... ומאחורי רפאל (דארף א ד....ר)...

גיי צו צו די מענטשן זאג זיי קלאר מיט א פעסטקייט אז עס שטערט דיר זייער און זיי זאלן ביטע נישט שטיין אין דיינע ד' אמות בשעת'ן ליינען..

(ברענג צוריק די רעזולטאטן ביטע)
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

נודה לך האט געשריבן:

דו ביזט גערעכט, אבער איך בין אביסל א שעמעדיגער און איך האב נישט די גאטס צוצוגיין צו אן אלטער איד און זאגן ביטע איר שטערט מיר. (איבערהויפט אז יענער איז א היבש קוריאזער פארשוין.)
Get your facts first, then you can distort them as you please.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך הער גוט??? דו ביסט א שעמעוודיגער???
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

נודה לך האט געשריבן:איך הער גוט??? דו ביסט א שעמעוודיגער???

יאפ!!!
פארדעם גיב איך דא אויס אלעס וואס ליגט אויף מיין מאגן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

משהזוךמיר האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:נאך א 'פרומקייט' וואס איז קעגן א בפירוש'ע הלכה און איז בזיון ספר תורה:

וועלכע הלכה?
און וואס איז דער בזיון?
דאכט זיך דער אר"י הקדוש פלעגט א יעדן פרייטאג מעביר סדרה זיין אין א כשר'ע ספר תורה
אפשר איז דאס ליינען פרשת המן א משוגעת ענדערש ווי א פרומקייט

די הלכה אז מ'טאר נישט מטלטל זיין א ספר תורה בחינם, טאקע אלס כבוד ס''ת.
ריכטיג, דער אר''י הקדוש האט טאקע מעביר סדרה געווען פון א ס''ת, און אלע פוסקים מוטשענען זיך וויאזוי ער האט עס געמעגט טוען, און בכל אופן זאגן זיי אלע אז מ'טאר עס נישט נאכטון.
איך האב נישט די מ''מ אפהענד און איך האב נישט יעצט קיין צייט און נערוון נאכצוזוכן, איך וועל אי''ה בקרוב עס ארויפלייגן.
אויב דו האסט א היתר, זייזשע מוחל און לייג עס ארויף.

די טו“ז און די מג“א און אלע אחרונים זענען מעתיק די אריה“ק אין או“ח סי' רפ“ה
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”