ס'מיינסטע, אז דו ביזט פרום?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

ס'מיינסטע, אז דו ביזט פרום?

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג ינואר 27, 2017 3:10 am

עס זענען דא אזעלכע מענטשן וואס ווילן זיין פרום. אבער נישט סתם פרום, נאר פרומער ווי אלע פרומע. יעצט היות אין די פרומע פון וועם זיי ווילן זיין פרום איז אריינגערעכנט אזעלכע אידן ווי ר' יאסל קארו, ר' משה איסר'לס און נאך, ווילן זיין פרומער ווי זיי אויך.

למשל: ס'דא אידן וואס זענען זייער מקפיד צו דאווענען אויפ'ן קול. עס איז גאר א חשוב'ע זאך, און לכתחילה (נד"נ) איז מען מחויב עס צו טוען. וואס געשעהט אבער ווען דער עולם האט זיך שוין געשטעלט שמו"ע און דער איד האלט נאך ביי "לע-מא-אן. יור-בי. יע-מיי-כעם."? סתם א בעה"ב וואלט אראפגעלאזט די שטימע, זיך רעכענענדיג מיט'ן פאקט אז דער עולם שטייט שמו"ע. אבער נישט אונזערע 'פרומע' אידן. זיי וועלן ווייטער אנהאלטן זייער מנהג טוב פון דאווענען בקול, העכסטנס וועלן זיי עס אראפלאן א פערטל טאן.

נו, וואסי דען דער פראבלעם?

דער פראבלעם איז אז חוץ פון שפאצירן אויף די נערוון פון די מתפללים, איז עס קעגן א בפירוש'ע הלכע אין שו"ע. דער מחבר שרייבט אין סי' ק"א סעיף ב': ואם אינו יכול לכוין בלחש מותר להגביה קולו וה״מ בינו לבין עצמו אבל בצבור אסור דאתי למטרד צבורא. און דער משנה ברורה לייגט צו בשם דעם גר"א "אפילו להשמיע קולו במקצת כ״ש להגביה קולו.
קומט אויס אז מיט דיין זיין פרום האסטו נישט נאר נישט געטוען קיין מיצווע, נאר האסט גאר א נעוויירע. און נישט סתם א נעוויירע, נאר א נעוויירע פון שטערן א ציבור!

--------------------

נאך א דוגמא וואס איך מיין אז יעדער וואס איז א בעל קורא וועט מסכים זיין מיט מיר:

עס איז דא אידן, פון די א.ד. 'פרומע' חברה, וואס האבן זיך געמאכט אזא מנהג אז זיי זענען זייער מקפיד מיטצוהאלטן דאס ליינען פון אינעווייניג, און נישט סתם פון אינעווייניג נאר טאקע פון אינעווייניג אין דעם ספר תורה. עס איז א שיינער מנהג, און עס קען זיין אז עס האט א מקור, אבער עס איז פארט אן עולה. א גרויסע עולה.

וואס פרעגסטו? פארוואס? פארוואס?!?!?! דו פרעגסט נאך פארוואס?!?!?!?!?!?!

לעט מי געס - דו ביזט קיין בעל קורא נישט געווען אין די לעצטע זיבן גלגולים.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » פרייטאג ינואר 27, 2017 10:49 am

און רוב מאל בלאזט ער א מויל גרוך צום בעל קורא וואס דארף מאנעווערירן זיינע אייגענע לופט זאלן דאס פארדעקן... א ריח נודף? לכתחילה שבלכתחילה!

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » פרייטאג ינואר 27, 2017 10:52 am

ולדוגמה וואס איך האב דא געשריבן.....

ווי פלעגט מיין באבע אלס זאגן?

פ'יל ר'שעות ו'וייניג מ'צוות!!!
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג ינואר 27, 2017 1:01 pm

טשאלענט האט געשריבן:ולדוגמה וואס איך האב דא געשריבן.....

ווי פלעגט מיין באבע אלס זאגן?

פ'יל ר'שעות ו'וייניג מ'צוות!!!

ס'נישט דיין באבעס א ווארט, דער הייליגער ראפשיצער רב האט דאס געזאגט.

נודה לך
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג ינואר 27, 2017 4:20 pm

סאיז א פארצווייגטע נושא נישט אזוי פשוט...

ועוד חזון למועד
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

תגובהדורך רביש » מוצ"ש ינואר 28, 2017 8:14 pm

און בכלל ווער רעדט נאך פון די וואס קומען אריין ביי קרבנות אדער אינמיט'ן פסוקי דזמרה און נעמען זיך זאגן ברכות השחר הויעך בקול רעש גדול ווייל ס'נישט קיין ברכה בשלימות אויב איינער ענטפערט נישט אמן און דערפאר איז ער מרוב "פרומקייט" מכשיל מיט אסאך מענטשן וואס כאפן זיך נישט אז ער זאגט איצטערט ברכות און זיי פארפאסן די אמן...

ועוד ועוד ועוד אבער וואס זאל מען טוהן אז אזוי מ'דארף לעבן מיט אזאנע מענטשען אויך...
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מוצ"ש ינואר 28, 2017 8:32 pm

WOW אזוי אויסברויך. משה קאלם דאון עליטל ביט...
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:02 pm

נו נו, הלואי זאל דאס זיין דער פראבלעם פון כלל ישראל...
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:10 pm

משה וואס איז געשעהן מיט דיר היינט? די פרישטאג איז נישט געלןנגען?
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג ינואר 29, 2017 10:51 am

משהזוךמיר האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:ולדוגמה וואס איך האב דא געשריבן.....

ווי פלעגט מיין באבע אלס זאגן?

פ'יל ר'שעות ו'וייניג מ'צוות!!!

ס'נישט דיין באבעס א ווארט, דער הייליגער ראפשיצער רב האט דאס געזאגט.

יא! אבער מיין באבע פלעגט דאס נאכזאגן מיט אזא תמימות, זי פלעגט זיך אלס בייזערן אויב האט זי געזעהן איינער פון די אייניקלעך ווערט פרומער ווי די עלטערן, זי פלעגט אלס פרעגן אויב זי איז נישט גענוג פרום....
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג פאברואר 06, 2017 2:31 pm

איך זעה דער עולם כאפט באמת נישט דעם פראבלעם.
די וויכטיגסטע זאך פאר א בעל קורא איז קאנצענטראציע. פאר ווער עס ווייסט נישט, אין ספר תורה שטייט נישט די טראפן און אפי' נישט די נקודות. וויאזוי ווייסט דער בעל קורא וויאזוי צו זאגן דעם ווארט, אפגערעדט פון די טראפן? איז ד דערויף צוויי מהלכים: איין מהלך וואס אסאך בעלי קורא נוצן איז, אז מווייסט טאקע נישט. מ'מאכט אייגענע נקודות און אייגענע טראפן. נאך א מהלך איז דא וואס געוויסע חברה נוצן, אז מ'קוקט זיך פאר פארדעם. מ'חזר'ט זיך איין איינמאל און נאכאמאל, מ'זאגט איבער איינמאל און נאכאמאל,מאויב מעגליך אין א תיקון קוראים, און אזוי, ווען מ'זעהט די ווערטער אין ספר תורה ווייסט מען וויאזוי מ'זאגט עס ארויס. איינער וואס איז א בעל קורא א לענגערע צייט, דארף זיך שוין פארקוקן ווייניגער ווייל ער געדענקט עס האלבוועגס. איינער וואס ליינט שוין נאך לענגער, דארף זיך אינגאנצן נישט פארקוקן ווען נישט וואס עס איז א הלכה אין שו"ע אז מ'דארף זיף פארקוקן צוויי דריי מאל. איך למשל, קען ליינען סיי וואו אומפארגעקוקט און גוט קענען די עברי. נישט וויל איך געדענק עס נאר ווייל נאכן ליינען אזוי סאך קען איך שוין די סגנון פון פסוק, און איך קען מיך אליין פארשטעלן ווען עס שטייט יאכל מיט א חולם י און ווען עס איז יאכל מיט א צירי אונטער דעם י און א קמץ א. די זעלבע ווען די גמ' אדער א ספר ברענגט א פסוק וואס איך קען נישט קען איך אליין אויסרעכענען מער ווייניגער וויאזוי עס צו פינטלען. עכ"פ, ווען דער בעל קורא ליינט, דארף ער צאמשטעלן די ווערטער וואס ער זעהט, מיט די עברי און טראפן וואס ער האט אין זיין מח, און עס ארויסזאגן הויך. און ער דארף צו דעם האבן 100 פראצענטיגע קאנצענטראציע. דערפאר איז די ערגסטע פלאץ צו שמועסן ביים ליינען אונטער דעם בעל קורא, ווייל אויסער די עולה פון שטערן די שכנים, שטערט ער אויך דעם בעל קורא.
יעצט, פרוביר זיך צו קאנצענטרירן בשעת איינער שטייט צוויי אינטשעס אונטער דיר און פרובירט צו קוקן איבער דיין פלייצע אראפ אויף די בימה.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג פאברואר 06, 2017 7:49 pm

און דערנאךאיז דא די אידן וואס ווען זיי דאווענען פאר'ן עמוד זענען זיי מחמיר נישט צו לאזן די עמוד ליידיג סאו זיי זאגן נפילת אפים שטייענדיג כאטש עס איז א בפירוש'ער מחבר ''נפילת אפים מיושב ולא מעומד''

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג פאברואר 06, 2017 9:04 pm

די וואס שרייען אריין יעדע מינוט ווייל זיי ליידן אויף או סידי, זענען אסאך ערגער ווייל זיי שטערן יעדן איינעם, נישט נאר דעם בעל קורא
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
יין ישן
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » מאנטאג פאברואר 06, 2017 9:16 pm

עס באלאנגט אפשר אין מילתא דבדיחותא, אבער אביסל צו בארואיגן די געמיטער העמיר נאכזאגן א ווארט פונעם לאשאנצער רב אויף זיינע קריאה טעיפ'ס, אז עס זענען דא אזוינע לייט וואס ליינען ווי א שיכור, ס'טייטש ער לאזט נישט איבער קיין איין טראפ, און מאנכע ליינען ווי אן אפטייקער, דהיינו זיי מאכן אייגענע טראפן, און יעצט צוריק צום נושא.
בן שבעים אני וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג פאברואר 06, 2017 9:17 pm

גוט ווארט

וועלכע נושא?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
יין ישן
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » מאנטאג פאברואר 06, 2017 9:28 pm

איך ווייס דען וועלכע נושא? אזויפיל ווייס איך אז איינמאל מ'רירט אן דעם נושא פון אידעלעך אין ביהמ"ד, בפרט בימינו אלה וואס איז קע"ה א וועלט פון מנינים צענטערן, קען -דוכט זיך מיר- יעדער מפקח בעניני הכלל אין ביהמ"ד שרייבן חיבורים גאנצעטע מיט וואזשנע מעשה'לעך וואס מאכט זיך יעדן טאג, צו איז עס דער שמש אין ביהמ"ד וואס איז אויסגעשטעלט צו יעדן'ס הגהות בעניני הייס קאלט נידריג הויעך וכהנה וכהנה, און יעדער איינער יעדן טאג אין אן אנדערע גיסטע, צו איז עס דער בעל תפלה וואס איז אויסגעשטעלט צו יעדן'ס (וואס האט נישט געהאלטן ביים צוגיין) הגהות צו שטאט/שנעל /שטיל/הויעך, צו איז עס דער בעל קורא ווי שוין ארומגעשמועסט באריכות דא, וכהנה וכהנה, און יעדער מיט זיינע משוגעת'ן, און דער וואס רעגט זיך אויף יענעם וואס נערווירט אים, ווייסט דאך נישט וואס ער נערווירט דעם צווייטן, דער עיקר איז צו האבן דעם פיפטן שו"ע און וויסן ווי איין און ווי אויס, ולע"ע א גוטע נאכט מען דארף שוין באלד אויפשטיין, גיי ווייס אויף וועלכע זייט....
בן שבעים אני וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » מאנטאג פאברואר 06, 2017 11:23 pm

זיי זאגן אז דאס איז פשט פארוואס די שמשים האבן געלייגט די קאווע אין אזאנע האלטערס וואס מדארף קלאפן סזאל ארויסקומען, כדי די אידן וואס די שלאף איז זיי נישט געלונגען זאלן האבן ווי עס אריינצוקלאפן .... פארן אנקומען צום שמש.....
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

אוועטאר
יין ישן
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » דינסטאג פאברואר 07, 2017 9:39 pm

התינח די בתי מדרשים וואס די ערשטע פלאץ וואו מ'קלאפט זיך אריין איז אינעם קאווע צימער, אבער מה יעשו די בתי מדרשים וואס די ערשטע זאך וואס מ'קלאפט זיך אן איז אינעם שמש, נישט אזוי פשוט הא? נו בלייבט איבער פאר כל הקהל הקדוש צו פארענטפערן די הארבע פראגע....
בן שבעים אני וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך פאברואר 08, 2017 12:40 am

נאך א 'פרומקייט' וואס איז קעגן א בפירוש'ע הלכה און איז בזיון ספר תורה:
צוגעלייגטע
Capture.JPG

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מיטוואך פאברואר 08, 2017 4:23 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:נאך א 'פרומקייט' וואס איז קעגן א בפירוש'ע הלכה און איז בזיון ספר תורה:

וועלכע הלכה?
און וואס איז דער בזיון?
דאכט זיך דער אר"י הקדוש פלעגט א יעדן פרייטאג מעביר סדרה זיין אין א כשר'ע ספר תורה
אפשר איז דאס ליינען פרשת המן א משוגעת ענדערש ווי א פרומקייט
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך פאברואר 08, 2017 4:54 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:נאך א 'פרומקייט' וואס איז קעגן א בפירוש'ע הלכה און איז בזיון ספר תורה:

וועלכע הלכה?
און וואס איז דער בזיון?
דאכט זיך דער אר"י הקדוש פלעגט א יעדן פרייטאג מעביר סדרה זיין אין א כשר'ע ספר תורה
אפשר איז דאס ליינען פרשת המן א משוגעת ענדערש ווי א פרומקייט

די הלכה אז מ'טאר נישט מטלטל זיין א ספר תורה בחינם, טאקע אלס כבוד ס''ת.
ריכטיג, דער אר''י הקדוש האט טאקע מעביר סדרה געווען פון א ס''ת, און אלע פוסקים מוטשענען זיך וויאזוי ער האט עס געמעגט טוען, און בכל אופן זאגן זיי אלע אז מ'טאר עס נישט נאכטון.
איך האב נישט די מ''מ אפהענד און איך האב נישט יעצט קיין צייט און נערוון נאכצוזוכן, איך וועל אי''ה בקרוב עס ארויפלייגן.
אויב דו האסט א היתר, זייזשע מוחל און לייג עס ארויף.
און יא, פרומקייט אן קיין שום מקור איז טאקע משוגעת, אבער ווען עס טרעט אויף די הלכה איז עס ראפשיצע פרומקייט. ליינען פרשת המן איז ביידע. נאכמער, עס איז מעגליך אז זיי האבן גארבכלל נישט 'יוצא געווען'! (לויט די דיעה אין די ראשונים [דאכט זיך תוס'] אז מ'קען אויסהערן פון בעל תפילה קדושה אינמיטן שמו''ע און עס הייסט נישט אויסגערעדט, איז שומע כעונה בפשטות פשט אז מ'איז יוצא, נישט אז מ'זאגט עס. די סגולה פון פ' המן ג' בשלח איז עס צו זאגן, נישט יוצא צו זיין.)

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מיטוואך פאברואר 08, 2017 5:14 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:די הלכה אז מ'טאר נישט מטלטל זיין א ספר תורה בחינם, טאקע אלס כבוד ס''ת.
מטלטל זיין מיינט אפשר ארויסטראגן פון איין הויז צו די צווייטע?
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » מיטוואך פאברואר 08, 2017 5:15 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:נאך א 'פרומקייט' וואס איז קעגן א בפירוש'ע הלכה און איז בזיון ספר תורה:

וועלכע הלכה?
און וואס איז דער בזיון?
דאכט זיך דער אר"י הקדוש פלעגט א יעדן פרייטאג מעביר סדרה זיין אין א כשר'ע ספר תורה
אפשר איז דאס ליינען פרשת המן א משוגעת ענדערש ווי א פרומקייט

די הלכה אז מ'טאר נישט מטלטל זיין א ספר תורה בחינם, טאקע אלס כבוד ס''ת.
ריכטיג, דער אר''י הקדוש האט טאקע מעביר סדרה געווען פון א ס''ת, און אלע פוסקים מוטשענען זיך וויאזוי ער האט עס געמעגט טוען, און בכל אופן זאגן זיי אלע אז מ'טאר עס נישט נאכטון.
איך האב נישט די מ''מ אפהענד און איך האב נישט יעצט קיין צייט און נערוון נאכצוזוכן, איך וועל אי''ה בקרוב עס ארויפלייגן.
אויב דו האסט א היתר, זייזשע מוחל און לייג עס ארויף.
און יא, פרומקייט אן קיין שום מקור איז טאקע משוגעת, אבער ווען עס טרעט אויף די הלכה איז עס ראפשיצע פרומקייט. ליינען פרשת המן איז ביידע. נאכמער, עס איז מעגליך אז זיי האבן גארבכלל נישט 'יוצא געווען'! (לויט די דיעה אין די ראשונים [דאכט זיך תוס'] אז מ'קען אויסהערן פון בעל תפילה קדושה אינמיטן שמו''ע און עס הייסט נישט אויסגערעדט, איז שומע כעונה בפשטות פשט אז מ'איז יוצא, נישט אז מ'זאגט עס. די סגולה פון פ' המן ג' בשלח איז עס צו זאגן, נישט יוצא צו זיין.)

איך האב געקענט אידן ריזיגע תלמידי חכמים און ערליכע יראי השם וועלכע האבן מעביר סדרה געווען אין א ספר תורה וועכענטליך.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך פאברואר 08, 2017 5:18 pm

:-(
וויל זיין גוט האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:די הלכה אז מ'טאר נישט מטלטל זיין א ספר תורה בחינם, טאקע אלס כבוד ס''ת.
מטלטל זיין מיינט אפשר ארויסטראגן פון איין הויז צו די צווייטע?

יא, עס מיינט 'אויך' אז מ'טאר נישט אויסטראגן פון איין הויז צום אנדערן. דעמאלטס איז עס פיל הארבער ווייל אפי' לצורך חיוב קריאה דארף מען גאנצע תנאים. אבער ארויסנעמען פון אר''ק שלא לצורך איז פונקט אזוי אסור ( דאס וואס די גבאים נעמען עס ארויס צו מישן שטייט קלאר אז עס איז מותר צוליב טירחה דציבורא)

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » מיטוואך פאברואר 08, 2017 5:20 pm

משהזוךמיר האט געשריבן: :-(
וויל זיין גוט האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:די הלכה אז מ'טאר נישט מטלטל זיין א ספר תורה בחינם, טאקע אלס כבוד ס''ת.
מטלטל זיין מיינט אפשר ארויסטראגן פון איין הויז צו די צווייטע?

יא, עס מיינט 'אויך' אז מ'טאר נישט אויסטראגן פון איין הויז צום אנדערן. דעמאלטס איז עס פיל הארבער ווייל אפי' לצורך חיוב קריאה דארף מען גאנצע תנאים. אבער ארויסנעמען פון אר''ק שלא לצורך איז פונקט אזוי אסור ( דאס וואס די גבאים נעמען עס ארויס צו מישן שטייט קלאר אז עס איז מותר צוליב טירחה דציבורא)

און ווער באשליסט וואס מיינט לצורך און וואס נישט?
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט