בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 5:14 pm
דורך קרעמער
מזל טוב הער מיללער פארן אננעמען דעם פאראנטווארליכקייט פון די תורה'דיגע אפטיילונג פון קרעטשמע! יהי רצון זאלסט נישט קיין סאך דארפן ארבעטן (נישט מחמת חוסר תגובות ח"ו, נאר ווייל דער עולם וועט נישט פארמישן די יוצרות).
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 5:51 pm
דורך זארעכפעפער
כא'נישט קיין כח פאר קיין לאנגע דרשות. אבער איך פרעג נאר, פארוואס דארף מען אים צעביסלעך ארויף שטעלן אלס אחראי דא אחראי דארט, גיבט אים א לייג ארויף אלס אחראי פארן גאנצן 'בית המדרש' אפטיילונג און פארטיג.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 6:10 pm
דורך בני היכלא
מ'טוט דערין זארעכ.
אבער אויפן גאנצן זיכער נישט, בית יאנאש, איז אויסדרוקליך יאנאש'ס.
דארט איז דאך נאר די שיעור שטיבל, נישט די בית המדרש בעצם.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 6:18 pm
דורך זארעכפעפער
היכלא, דו מאכסט מיך שרייבן על אפי ועל חמתי, אן קיינע געדולדן.
די מעשה איז אזוי
בשנים קדמוניות פלעגט שטיין ביי יעדן פורם אינדרויסן די אחראים ומנהלים. ויהי היום מ'האט דאס געמוזט אראפנעמען צוליב טעכנישע סיבות.
אז מ'לייגט א טאוועלע אינדרויסן, ביי איטליכן פורום באזונדער, קען זיך צוריק שאפן דער אלטער טעכנישער פראבלעם, דעריבער האב איך פארגעשלאגן א לעהזונג דערצו, אז מ'זאל ארויפלייגן 'מיללער'ס' נאמען אלס אחראי פארן גאנצן בהמד"ר, און אזוי וועט מען זיך איינשפארן מעגליכע טעכנישע פראבלעמען. ודו"ק כי אין לי געדולדן.
איי בית יאנאש, נו וועט ער דארט אויך קענען אריינרעדן, וואסי דען?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 6:24 pm
דורך בני היכלא
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 6:30 pm
דורך זארעכפעפער
געדולד, נערווען, ווילסט אוודאי נישט איך זאל דיר אויס'משל'ן וויאזוי כ'שפיר זיך היצט, הא? שוין בעסער מ'רעדט נישט. צוריק צום ענין.
כ'מיין אז טעכניש וועט דאס אויסמאכן. איי בית יאנאש? נו, אחרי רבים להטות. אויב איז ער שוין אחראי אויף רוב חלקים פונעם שוהל וועט שוין נישט שאדן אז ער וועט דארט אויך קענען אריינרעדן, און נישט נאר ס'עט נישט שאדן, מ'וועט נאך אפשר פארדינען! ווייל לויט ווי מ'האמיר אים קענען געלערנט, איז ער גוט און בעסער ווי גוט; מיט אן אחריות און מיט אן איבערגעגעבנקייט און כל מעלות שמנו חכמי הקרעטשמע.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 6:31 pm
דורך בני היכלא
ביי מיר געפועל'ט...
זארעכ.. יעצט קען מען שוין זינגען דעם פסוק הידוע, ויהי ערב ויהי בוקר יום שני. דער וסת דיום ראשון איז שוין א פארגאנגענהייט, צודק?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 6:34 pm
דורך זארעכפעפער
הלואי...
טוה א קוק. בשנים קדמוניות פלעג איך זיך אין אזא נאכט אריינשארן קיין יאהו, און אפשפילן דארט אפאר 'שאך' שפילן. גלייב דער קאפ איז מיר היצטער זוי פארהאקט, אז אפי' דאס קאן איך נישט באווייזן. חבל...
א שטיקל לימוד זכות, פארן נישט לערנען טייל מאל ווען דאס קעפעלע איז נישט דערביי...
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 7:26 pm
דורך יאנאש
ערשטנס, הערשט איצט הייבעך אן פארשטיין וואס מען האט צוזאמגעשמאלצן די מזל טוב'ס מיט די ניחום אבילים'ס, ווייל אמאל איז א מזל טוב (אחראי אין בית מדרש קאטעקאריע) פאר איינעם א ניחום אבילים פאר א צווייטן (יאנאש'ן אינעם שיעור פורום)....
לענין איז אזוי, מען קאן נישט מאכן אן אחראי אויף א קאטעקאריע נאר אויף פורום'ס, סאו די גאנצע אישו איז קיין טישו נישט.
און בית יאנאש איז נישט יאנאש'ס שטיבל, עס הייסט נאר אזוי לעילו נשמתי, און עס איז לגמרי נישט קיין פראבלעם אז א צווייטער איז אחראי דארט, ווי אויך זענען די פיר מנהלים במילא גלאבאל, נאר עס שטייט נישט ביי איטליכן פורום באזונדער.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 7:42 pm
דורך זארעכפעפער
אין כאן לא אישו ולא טישו. כאב בלויז אריינגעווארפן פארשלאגטי העניה, וואס ס'האט זיך מיר אויסגעדאכט אז ס'קען זיין א גוטע איידיע ביינעזאם מיט א לעזונג צו א פראבלעם. נישט איז נישט. ס'איז נישט דאס ערשטע דורכפאל מיינע בכלל, און פון היינט אודאי נישט...
וואס זאגסטע נאר, אז ס'א ניחום אבילים? הא, הא, לעוויי...
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 9:32 pm
דורך בני היכלא
אוי זארעכ, שכינתא בגלותא, ספר תורה שרוי בצער...
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2008 10:23 am
דורך מיללער
המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי קרעטשמע ויושביה.
זארעך, כשיש לך געדולד ונערוון, אל תבלה את הזמן בשכויחות ומזלא טבא'ס, תנצל את כשרונותיך במאמרים תורניים בבית מדרשינו ותעשה בזה נייחא לנשמתך ונשמת כל חי, ואח"כ תברך את שמך בפי כל חי.
רבי, מיט זארעכ'ס נארבונים וגדולדים, וועסטו קיין חן ניט האחבן, דיין געאיילטקייט און חריפות הוא תהלתיך.
וואס איז נוגע מיין אחריות, איז מיר איינגעפאלן א געדאנק:
אחריות, טעות סופר! מ'ברויך האבן די אחריות אין א פאל פון א טעות סופר ודו"ק