Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מזל טוב'ס - ניחום אבלים'ס

מאנטאג דצמבר 17, 2007 11:58 am

זוי ווי מאשקע האט שוין באקומען דעם טיטל ראשעקאהעל, און יגר'ל דעם ניק מ. ראש הקהל, עמיר מייסד זיין אנעשקעל געווידמענט פאר די מזל טוב און ניחום אבלים צעטלעך וואס דערוילעם וועט ווארשיינליך הענגען אויפ'ן וואנט אין בעסמעדרעש (אינדרויסן פון בית יאנאש, נעבן גרויזאמער'ס קאמפיין אפיס).

לאמיר אנהויבן:

ברכת מזל טוב
פיר אונדזער ראש האחקאטהעזל רעבי מאטשסקע שעליטע, זאלל ער שעזפלען עמערס נאחכעס פאהן אונדז אללע.

ניחום אבלים
גראסער טרויהער הירשט ביינונז אין בעסמעדרעש, נאחך די אנידערשטעלונג פאהן אונדזער געוועהזענער ראשעקאהעל, זאלל איהם האחשסעם בעגליקען מיט אלדאס גיטס.

Advertisement

מאנטאג דצמבר 17, 2007 12:24 pm

ובא השמש
וזרח (נישט פעפער) השמש

מאנטאג דצמבר 17, 2007 12:42 pm

וועגן דעם האט זיך מאשקע היינט צוגעגאנגען צום עמוד?? אההההה יעצט פארשטיי איך שוין..האפזעך...

און געזינגען, המבררררך את עמו ישראהאאאאל בשטשטשטשטשטשטלוםםםםם, דער האט געממיינט אז מען זאגט הלל... ער איז געווען אונטערן רושם.
ס'געווען חרפות, בלשון תימה, איז דער עולם געשטאנען און רחמנות געהאט אויף אים, מה זו השמחה??
אלעס וויל ער איז געווארן ראה"ק, דארף מען היינט זאגן הלל, והודאה??

אההה ועגן דעם האט דער ראה"ק זיך געקויפט די עליות, היינט ביי אונזער מנין?? אהההה
אויב אזוי לאמיר אים וואנטשען...
וואס וואנטשט מען??

אזוי ווי אייביג, זעהן אסאך נחת, פון די קרעטשמע באזוכער!

קיפליראטפל!

דינסטאג דצמבר 18, 2007 12:11 am

מזל טוב מאשקע פארן אנקומען צום פלאץ וואו גרויסע לייט האבן פאראויסגעזען דיין אנקום (א שטייגער ווי "קרעמער" אין דיינע בראשית טעג).

אז מען לעבט דער לעבט מען אז.

דינסטאג דצמבר 18, 2007 10:07 am

קרעמער האט געשריבן:אז מען לעבט דער לעבט מען אז.

בחינת ונתנו, הא קרעמער, אבער דער צווייטער אז קומט באמת נישט, סאו עס איז א שאלה.

אה ביידעוועי מזל טוב מאשקע.

דינסטאג דצמבר 18, 2007 6:10 pm

סי געווען אזוי קאלט, אז ער האט געטראפן צוויי מאל א(יי)ז.

דאנערשטאג דצמבר 20, 2007 4:34 pm

מזל טוב דרך אגב פאר דיין ניי געבוירן שעפעלע. זאלסטעם זעהן צו מחנך זיין על דרך הסלולה לנו מרבינו הגדול ומרב מילער סקראנטינער.

מ'גייטעם שוין איינשרייבן אין די קרעטשמע מוסדות.

קרעמער, רעזערוויר א זיץ פאר'ן ניי געבוירענעם נעבן דיר, זאלער זיך אויסלערנען, און לערנען דעם טאטן, וואס מיינט א קרעטשמעריסט.

דאנערשטאג דצמבר 20, 2007 6:16 pm

מזל טוב!!! מזל טוב!!!

אסאך אסאך נחת פון דייין ניי געבארן קינד,

האללאו, ווי איז די וואך-נאכט ? רחוב שמואל הנביא 25 ? אדער ביים שווער אויף רחוב מלכי ישראל ?

דאנערשטאג דצמבר 20, 2007 6:21 pm

צייטליך, ס'איז ביי זיין שוויגער. פארוואס זאגעכייך דאס? ווייל כ'האלט אז ס'איז שוין העכסט צייט צו מאכן די וואך נאכט דא אין קרעטשמע. הערסט א מעשה? ביים שוויגער מאכטערעס? פארוקט? הא? וואס האט זי דעך געטוהן אז דו מאכסטעס ביי איר?

מאשקע, א דרינגענדע מיטינג דארף פארקומען אינעם נאנטן צוקונפט איבער די וואך נאכט מסיבות אראנדזשירט דורכ'ן קרעטשמע.

דאנערשטאג דצמבר 20, 2007 6:25 pm

מזל טוב, דרך'ל, א לאט אויף אידיש נחת, און די ברית זאל זיין בעתו ובזמנו בשעה טובה ומוצלחת.

דאנערשטאג דצמבר 20, 2007 6:28 pm

גאמאני מיץ טאר עפלי ביער כאסי כער.

דאנערשטאג דצמבר 20, 2007 6:29 pm

הערויף צו געינעצן עסטו קענען בעסער ארויס רעדן.

דאנערשטאג דצמבר 20, 2007 6:30 pm

וואס איז ראנג?

דאנערשטאג דצמבר 20, 2007 6:46 pm

דער זכר וועט אי"ה זיין און בהמ"ד
דער וואכטנאכט וועט זיין ביים שווער
דער ברית וועט זיין און בהמ"ד , שחרית 8:00 פינקטליך

דאנערשטאג דצמבר 20, 2007 8:29 pm

מזל טוב דרך אגב ברבים (נאכן נעכטיגן פריוואטן אין גוגעל טאלק באריכות)

דאנערשטאג דצמבר 20, 2007 8:56 pm

העי, וואס טוט עטץ דא? דער אשכול איז מיוחד בלויז פאר מיר און יענטאאש...

ס'איז דא א באזונדערער אשכול פאר שמחות מזל טוב וואונטשן.

דרך אגב, מזל טוב, דרך אגב.

פרייטאג דצמבר 21, 2007 10:54 am

מאשקע מען האט שוין פונלאנג ציגעמאכט די וואל בודקעס און סי שוין נישטא קיין זכר דערפון און דיין חתימה האסטו נאך נישט געטוישט

פרייטאג ינואר 04, 2008 11:54 am

מזל טוב הרב מיללער שליט"א.

צו אייער קרוינונג צום טיטל "אחראי" [בל"א, אויפזעער, אדער אויפפאסער, וואטעווער] בפורום ידיעות התורה, כי לו נאה כי לו יאה כתר אחראי.
מברך מקרב לב ידידך דושת"ה באה"ר, הק' בני היכלא ת"ט. [תימני טהור].

פרייטאג ינואר 04, 2008 12:22 pm

ברוכים תהא תימני, ווי דערמאנט איז געווען לשעה פורתא, אבער פורתא פורתא מצתרפת.

פרייטאג ינואר 04, 2008 12:37 pm

הער מיך אויס מ'קען נישט וויסן, אפשר איין טאג וועט דאס יא ווערן א נצחיות, איך מיין קיינער האט נישט דערקעגן, בפרט אז דו ביסט שוין סיי ווי אחראי, אויפן שכן, ס'איז דאך יעצט ארויסגעקומען די וויכטיגקייט, און ס'פעלט אויס א אינעווייניגער א מיטהאלטער.
זאל עס שוין זיין א למפרע, אז נישט, וועט מען עס לייגן אין שמות, ערב פסח...

שבת ינואר 05, 2008 9:06 pm

אחראי = פאראנטווארליכער

און א ווארט פון רבי'ן איז זעלבסט א נצחיות, ימים ידברו.

זונטאג ינואר 06, 2008 1:59 am

קרעמער האט געשריבן:אחראי = פאראנטווארליכער

ריכטיג!!
אויפזעער, מיינט א משגיח.


און א ווארט פון רבי'ן איז זעלבסט א נצחיות, ימים ידברו.

לאמיר האפן!!

זונטאג ינואר 06, 2008 2:36 pm

יא, די ימים האבן שוין גע'דבר'ט, יעצט האביך באקומען די פיינעל ווארט פון ר' יאנאש, פון די עבדות שאני נותן לך, אז מהיום והלאה וועל איך זיין פאראנטווארטליך אויף די חשוב'ע ידיעות התורה פארום בשכינות פון אונזער שיינער אוצר הספרים.

בכניסתו מהו אומר? יה"ר מלפניך, כשם שזיכיתנו להתחיל ולנהל את האוצר, כן תעזרנו הלאה בהידיעות, שלא יבוש המעין ולא יקצוץ האילן ולאילנא רברבא יתעביד, אמן.

איך וויל פערזענליך באדאנקען די אלע וועלכע זענען געווען אינסטרומענטעל אונעם באשלוס, איך האף צו ערפילן דעם תפקיד בשלימות בעזהשי"ת.

כ"ד החותם ומאחל לכבוד התורה ולומדיה, ולכבוד העם הנאספים,
הק' יעקב דוב בהגרג"פ מיללער מסקרענטאן יצ"ו

זונטאג ינואר 06, 2008 2:41 pm

גלייב מיר, חביבי עוז, אז ס'געווילט זיך מיר אין אטא די מאמענטן אפצוקלאפן אן אורך ורוחב'דיגס לכבוד שמך יתברך, שנתעלה לכבוד ולגדולה לשמחת לב כל הנהנים מזיו תורתך ופרי אוצרתך. אבער מה אעשה, כ'קאן נישט אויפן מומענט. ס'האט מיר אנגעכאפט עפעס אזא מין וסת דיום הראשון אזש ס'לאזט זיך גארנישט באשרייבן. ודי בזה. ועוד חזון.

זונטאג ינואר 06, 2008 2:59 pm

איך האב געוואלט אזוי ערנסט ארויסגיין אין א פארברענג, און א רקידה טאן צו דער פון אויבן, פארן באפריידיגן מיין הערצל, מיט אזא בשורה'לע.

האט זיך אונזער זארעכ, אריינגערוקט דא מיט צוויי שורות, און דער לעצטער האט מיך צו דער ערד, אזא ווארף געטאן, אזוי ווילד, אן קיין ווארענונג, פונעם הימל...
אז ס'האט שוין געדארפט געשען א נס ווי פאר בתי' פרעה'ס טאכטער, [דאס איז איר לעצטע נאמען, ניין?], אז מיינע הענט זאלן זיך אויסציען פון דער ערד, איך זאל קענען בחדא מחתא טייפן....

מילער.
וואס קען איך דיר זאגן, איין זאך, א יישר כח פארן אננעמען דעם פאסטן, יעזור ה' הלאה, זאלסט אננעמען נאך אזוינע, כל מן דין סמוכו לנא....
שרייב א תגובה

Advertisement