פראגעס און ענטפערס

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 1:09 pm

פארוואס נישט?

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג ינואר 02, 2017 1:11 pm

איין זאך זעה איך, דו ביסט געבליבן דער זעלבער אלטער קרעמער. נאטינג טשעינדזשד...
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג ינואר 02, 2017 1:13 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:איין זאך זעה איך, דו ביסט געבליבן דער זעלבער אלטער קרעמער. נאטינג טשעינדזשד...

לאפוקי פון די מאנכע וואס האבן געוואלט זאגן אז מען האט געהעקט דיין ניק....

זענען די מנהלים צופרידן פון די ווערטשאפט אויפן וועלטל?
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג ינואר 02, 2017 1:13 pm

נאך א פראגע;

ליינט איר נאך דא טעגליך/וועכנטליך/חודש'ליך/?

און אויב יא וואס האלט איר, זענען די הייטיגע שרייבער בעסער/שוואכער ווי די אמאליגע?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 1:19 pm

טשאלענט האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:איין זאך זעה איך, דו ביסט געבליבן דער זעלבער אלטער קרעמער. נאטינג טשעינדזשד...

לאפוקי פון די מאנכע וואס האבן געוואלט זאגן אז מען האט געהעקט דיין ניק....

זענען די מנהלים צופרידן פון די ווערטשאפט אויפן וועלטל?

איך קען נישט רעדן אין נאמען פון די מנהלים.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 1:20 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:נאך א פראגע;

ליינט איר נאך דא טעגליך/וועכנטליך/חודש'ליך/?

און אויב יא וואס האלט איר, זענען די הייטיגע שרייבער בעסער/שוואכער ווי די אמאליגע?

איך ליין און ליין. געוויסע היינטיגע שרייבער פאקן איין די אמאליגע מיט א שמוץ אריבער!

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג ינואר 02, 2017 1:21 pm

פון וועמענס ארטיקלען האסטו דאס מערסטע הנאה?

וויפול ניקס האסטו?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 1:30 pm

שטעלסט מיך אין א ווינקל...

איך האב הנאה פון גאר אסאך שרייבער, א ביישפיל איז יש-ברירה, פון מיינע פעוואריטן. טריסקער איז פיינע נייעס, אזוי אויך שמעלקא זאפטיגער, און נאך. ואטו כי רוכלא וכו'.

איך האב עטליכע ניקס, אבער נוץ זיי כמעט נישט.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג ינואר 02, 2017 1:33 pm

ווי אלט בערך זענט איר געווען ווען איר האט געעפנט די שטותים אויף הייד פארק? (מ׳מעג?...)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 1:38 pm

א ראצער... ארום 24

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג ינואר 02, 2017 1:41 pm

וויאזוי האט איר געשפירט ביים עפענען די קרעטשמע?...

א מעסעדש פאר די אייוועלט ליינער ביטע?...

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג ינואר 02, 2017 1:58 pm

ענדיג שוין צו

וואס איז אייער מעסעדזש פאר כלל ישראל...
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 2:03 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:וויאזוי האט איר געשפירט ביים עפענען די קרעטשמע?...

א מעסעדש פאר די אייוועלט ליינער ביטע?...

איך האב מסתמא געשפירט איינזאם און לאנגווייליג...
מיין מעסעדזש איז: האלט עס ארויף!

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4819
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג ינואר 02, 2017 2:08 pm

וואס איז טאקע פשט אז איר האט אונז אפגעלאזט ? עפעס געזעהן אמאל אז ס'האט געהאט מיט כינוס כל"י ?
און בכלל ווי איז די גאנצע דור הישן ? האט ענק אלע עס אפגעלאזט ווייל ענק זענען שוין געווען בארד צו זיין דא אזויפיל יארן אדער אנדערש ווייל עס איז געווארען מער א בחורישע לופט דא ?
אזוינע שרייבער ווי אמאל זעהט מען היינט נישט פארפאלען ! ווער רעדט פון נאטירלעך אדער יאנטעש ! מיין בעסטע וואונטש איז אז ענק שטייען אויף מחיה המתים אין ווערן צוריק אפשר אקטיוו !
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4819
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג ינואר 02, 2017 2:10 pm

אפשר קען מען פועלען אז איר זאלט זיך צוריק אויפוועקן און ווערן צוריק אקטיוו ???
איז אזא זך נאך אפילו שייך צו פרעגן אדער עס איז בכלל נישט קיין אפשען היינט ??
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 2:11 pm

ביים כינוס כלל ישראל האב איך געהאט א מאמענט פון התעוררות און חשבון הנפש, באשלאסן צו גיין אויף אורלויב אויף א וויילע.

די גאנצע דור הישן איז אין די ביזנעס וועלט, דער עולם ארבעט און האפנטליך פארדינט מען. יעדער האט זיך געהאט זיין סיבה פארן אפלאזן די זאך, און די וואס נישט זענען טאקע געבליבן.

נאטורליך און יענטאאש האבן טאקע אייגנארטיגע שריפטן, אבער דאס איז פונקט אזוי אמת אויף פארשידענע היינטיגע שרייבער.

עס קוקט נישט אויס איך זאל ווערן צוריק אקטיוו מיט דעם ניק לעת עתה, אבער ווער ווייסט, אפשר וועט נאך אמאל קומען די צייט דערפאר.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4819
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג ינואר 02, 2017 2:14 pm

איך האב געמיינט צו פרעגן אויב ס'איז אפשר שייך צו מאכן א אויפוואכונג ביי אלע אמאליגע שרייבער און זיי זאלן צוריק קומען שרייבן כאטש למשל אזא טאג ווי היינט ? מיט די זעלבע אלטע געשמאקע טעם ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג ינואר 02, 2017 2:17 pm

eller האט געשריבן:איך האב געמיינט צו פרעגן אויב ס'איז אפשר שייך צו מאכן א אויפוואכונג ביי אלע אמאליגע שרייבער און זיי זאלן צוריק קומען שרייבן כאטש למשל אזא טאג ווי היינט ? מיט די זעלבע אלטע געשמאקע טעם ?

גם אני מצטרף
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג ינואר 02, 2017 2:22 pm

אמאל מיט א קליינעם עולם איז געווען גרינג צו קאנטראלירן די שרייבעריי דא און בכלל דער עולם וואס האט זיך דא געדרייט האט דאס געוואלט און מ'האט קאפערירט,
היינט אז אייוועלט איז אויסגעוואקסען א וועלטספארנעם מיט אזויפיל פורומים מיט א ריזיגען ציבור אקטיווע ניקס איז שוין לכאורה סאך שווערער צו קאנטראלירן, און ס'פאלט היינט אריין קאנווערסעישאן'ס וואס אמאל איז ניטאמאל בייגעפאלן ארויפצוברענגען אזעלעכע אישו'ס,

האלטס נישט אז ס'וועט אמאל קומען א טאג וואס די וועסט שפירן דאס איז אונז קען מיר מער נישט און אפשפארן דעם סייט אדער גאר עס לאזן אויף הפקר?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג ינואר 02, 2017 2:50 pm

האבען זיך דיינע וועלטס אנשויאינגען געטוישט זינט דו האסט אנגעפאנגען שרייבען?
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 3:00 pm

eller האט געשריבן:איך האב געמיינט צו פרעגן אויב ס'איז אפשר שייך צו מאכן א אויפוואכונג ביי אלע אמאליגע שרייבער און זיי זאלן צוריק קומען שרייבן כאטש למשל אזא טאג ווי היינט ? מיט די זעלבע אלטע געשמאקע טעם ?

עס איז נישט דא קיין באהאלטענע פארום וואו די אלטע שרייבער געפונען זיך, איך זאל זיי קענען אויפוועקן. רוב פון די אלטע שרייבער קען איך ניטאמאל אין ריעל לייף.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 3:02 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:אמאל מיט א קליינעם עולם איז געווען גרינג צו קאנטראלירן די שרייבעריי דא און בכלל דער עולם וואס האט זיך דא געדרייט האט דאס געוואלט און מ'האט קאפערירט,
היינט אז אייוועלט איז אויסגעוואקסען א וועלטספארנעם מיט אזויפיל פורומים מיט א ריזיגען ציבור אקטיווע ניקס איז שוין לכאורה סאך שווערער צו קאנטראלירן, און ס'פאלט היינט אריין קאנווערסעישאן'ס וואס אמאל איז ניטאמאל בייגעפאלן ארויפצוברענגען אזעלעכע אישו'ס,

האלטס נישט אז ס'וועט אמאל קומען א טאג וואס די וועסט שפירן דאס איז אונז קען מיר מער נישט און אפשפארן דעם סייט אדער גאר עס לאזן אויף הפקר?

איך ציטער פון דעם טאג.
זעלבסטפארשטענדליך אז מען וועט עס ענדערש אפשליסן (פאר שרייבער, לאזן אפן צום ליינען) ווי איידער לאזן אויף הפקר ח"ו.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4819
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג ינואר 02, 2017 3:03 pm

קרעמער האט געשריבן:
eller האט געשריבן:איך האב געמיינט צו פרעגן אויב ס'איז אפשר שייך צו מאכן א אויפוואכונג ביי אלע אמאליגע שרייבער און זיי זאלן צוריק קומען שרייבן כאטש למשל אזא טאג ווי היינט ? מיט די זעלבע אלטע געשמאקע טעם ?

עס איז נישט דא קיין באהאלטענע פארום וואו די אלטע שרייבער געפונען זיך, איך זאל זיי קענען אויפוועקן. רוב פון די אלטע שרייבער קען איך ניטאמאל אין ריעל לייף.

האט אייך נישט געבאדערט אז מיט אידן וואס איר האט פארברענגט יארן צוזאמען האקן פלוצלונג אפ מיט אייך ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 3:03 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:האבען זיך דיינע וועלטס אנשויאינגען געטוישט זינט דו האסט אנגעפאנגען שרייבען?

איך בין שוין היינט נישט אזוי אויפגערעגט אויף אבאמא ווי ווען ער האט באזיגט מיין מלחמה העלד מעקעין... אבער דאס איז בלויז נאציאנאל, נישט וועלטליך.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג ינואר 02, 2017 3:04 pm

הרב קרעמער,
איך האב הנאה פון די פראגע און ענטפער סעסיע.
מיין פראגע איז צי איר פלאנט צו ערשיינען דא ניטל-נאכט פאר נאך אזא סעסיע ווען דער עולם איז פנוי?

ווי אויך וויל איך וויסן צי שרייבן מאכט אייך זאט אזויווי עסן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 10 געסט