אשכול החתימות - גמר חתימה טובה!

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23311
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

אשכול החתימות - גמר חתימה טובה!

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 16, 2007 12:51 pm

נאך די סוקסעס פון די לאזונג אשכול, און לכבוד פון אונזער נייעם ראש הקהל, עפן איך דעם אשכול ווי דער עולם ווערט געלאדענט צו קאמענטירן איבער חתימות פון די חברים.

איך וועל זיין דער מתחיל, מיט מאשקע'ס חתימה וועלכע ברענגט מיר ארויף א שמייכל אויף די לעפצן איטליכע מאל ווען איך באגעגן איר, וזה דבר החתימה:

אונטער'ן פארהאנג זענט איר אליין. האט נישט מורא; ווישט אפ אייערע ברילן אינעם געלן טלית קטן!


בדרך אגב, אויך דער רב הכולל אונזערער, הרב קרעמער האט שוין ערווענט אז דער חתימה איז ווערט א תגובה וז"ל באשכול הלאזונגען:
מאשקע. בדרך אגב ברענג איך שוין אויך אהער דעם היינטיגן חתימה זיינעם, וואס האט מיר פארשאפט הנאה


און צום שלוס, האבנדיג אקארשט איבערגעטרעטן די יומי דחנוכה וואס לויט ספרי חסידות איז זאת חנוכה פון די ימי החתימה, בלייבט מיר נאר איבער צו וואונטשן, א גמר חתימה טובה!

(פ.ס. מאשקע לדוגמא, האט שוין אראפגענומען זיין חתימה, פארדעם איז זייער וויכטיג צו פאראייביגען גוטע חתימות אין דיזער אשכול)

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9143
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג דעצמבער 16, 2007 12:54 pm

אההה, א שמייכל קומט ארויף אויף מיר ווען איך דערמאן מיך פון מיילער חתימות די ערשטע וואך צוויי ווען ער איז אנגעקומען אין קרעטשמע. ווי נעמט מען די צייטן פון אמאל?...

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג דעצמבער 16, 2007 12:59 pm

http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=1475

איך מיין גראדע עס איז דא נאך עטליכע, אבער איך טרעף נישט אויפן מינוט, און היות מיללער האט זייער נישט ליעב ד(ט)אפעלטע (חחח אגב האב איך מיך דערמאנט וואס איך האב געזעהן די וואך און א ביהמ"ד אין וויליאמפעסט שטייט בזה הלשון "ביטע נישט לייגן אין די שענק פעקלעך נאך א 'באפארפן'", סארי זיך פלעין איצט דערמאנט) אשכולות ברענג איך דאס אהער.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג דעצמבער 16, 2007 1:01 pm

איך האב אראפגענומען מיין חתימה? נישט אמת, ס'איז קאי וקיים.

אגב, שכוח פאר'ן דאס פאראייביגן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג דעצמבער 16, 2007 1:03 pm

יאנאש האט געשריבן:אגב האב איך מיך דערמאנט וואס איך האב געזעהן די וואך און א ביהמ"ד אין וויליאמפעסט שטייט בזה הלשון "ביטע נישט לייגן אין די שענק פעקלעך נאך א 'באפארפן'", סארי זיך פלעין איצט דערמאנט)


כאניש קיין מושג וואו ס'קומט דא אריין, אבער עניוועי, חחחחחח, ווייל אלע צעטלעך אין יענע שוהל זענען געשריבן מיט א שרעקליכע אמעראצעס...
An article a day keeps the babies away

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג דעצמבער 16, 2007 1:05 pm

יאנאש, שכח פאר'ן דערמאנען דער אשכנטאזי...... יוי האבעך געלאכט בשעתו....
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג דעצמבער 16, 2007 1:14 pm

דזשאסט פאר די רעקארד, דא איז מיין חתימה פון אמאל:

אחשסכלאנטטזהי פלזך פלזך, לטמטה בלטאתט לזך לזך.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23311
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 16, 2007 1:22 pm

יאנאש,

נישט נאר אז איך האב נישט ליב קיין דאפעלטע/טאפעלטע אשכולות, איך האב עס גאר פיינט.

אבער דער אשכול וואס דו האסט אהער געלינקט איז עוסק אין ביאורי החתימות, מיר האבן גערעדט פון הנצחת החתימות, חתימה וחתימה ופשטיה.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » זונטאג דעצמבער 16, 2007 3:09 pm

מאשקע האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:אגב האב איך מיך דערמאנט וואס איך האב געזעהן די וואך און א ביהמ"ד אין וויליאמפעסט שטייט בזה הלשון "ביטע נישט לייגן אין די שענק פעקלעך נאך א 'באפארפן'", סארי זיך פלעין איצט דערמאנט)


כאניש קיין מושג וואו ס'קומט דא אריין, אבער עניוועי, חחחחחח, ווייל אלע צעטלעך אין יענע שוהל זענען געשריבן מיט א שרעקליכע אמעראצעס...


געזעהן לעצטענס א מודעה אין ביהמ"ד וואס פארענדיגט זיך בהאי לישנא:

המתאוננים (המעוננים) יתקשרו/יצלצלו...
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג דעצמבער 16, 2007 3:42 pm

וואסזשע דען? די מתאוננים האבן נישט געקלינגן?

ביי דע וועי, יצלצלו האלטעך סטאמאזוי פאר אן אמעראצעס. ווען איך קאל איינעם, קלינג איך עם? הא? וואס? איך דייל, ביי יענעם ווערט געטוהן א פעולה, אמאל איזעס קלינגען און אמאל ווייבערעיט. אבער איך קלינג עם אן? וואסא גערעדאכטס אז דאס.

זרח, וואו איז דיין באס צום נושא? כאשוין פארשפעטיגט?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מאנטאג דעצמבער 17, 2007 10:06 pm

לחיים: דזשו בוי וועט עדית זאגען אז אין ארץ ישראל זאגט מען אויף די אידישע שפראך, וווען מען וויל זאגען קאל מיך זאגט מען קלינג מיך.

אבער איך ווייס נישט, ווער עס נעמט עס פון וועם. צו אידיש איז אן אפטאטש פון עברית, אדער איז עברית אן אפטאטש פון אידיש.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14122
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג דעצמבער 17, 2007 11:28 pm

וואס עברית ווען עברית ??

.. איני מכיר.. און פערטיג
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מאנטאג דעצמבער 17, 2007 11:35 pm

די נושא באס איז שוין דא, אנטשולדיג פארען פארדרייען די נושא, אה יא מען רעדט דא פון חתימות
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג דעצמבער 18, 2007 11:20 am

זרח'ל, אזוי שפעט קומסטע אן מיט דיין באס? דיין דרייווער האט געבלאנדזשעט?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23311
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך ינואר 09, 2008 2:04 pm

מיין לעיטעסט פעיוואריט חתימה פון יענטאאש:
פאחוואט? א קוש אין נאט...


טיפיקעל יענטאאש!

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג ינואר 20, 2008 1:10 pm

איך בין נייגעריג צו וויסען, אויב עס איז דא איינער דא וואס פארשטייט מיין חתימה.

האטס רחמנות אויף די סאלאמי, פיסטראמי און באלאני!
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות.
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג ינואר 20, 2008 1:18 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו וויסען, אויב עס איז דא איינער דא וואס פארשטייט מיין חתימה.

האטס רחמנות אויף די סאלאמי, פיסטראמי און באלאני!


איך נישט, כ'ווייס נישט צו דו האסט דאס בכלל געוואלט וויסן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23311
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג ינואר 20, 2008 2:33 pm

אנדי,
נאך די לעצטערע שערוריות פארשטיי איך אז די מיינסט די פשוט'ע עסבארע סאלאמי אין פאסטראמי, צו דער זעלבער צייט ווילסטו ווייזן דיינע קענטעניסען אין הל' אכילה, אז עס איז אויך פארהאן אין די זעלבע סעריע א פלייש וועלכע הייסט 'באלאני'.

בינעך גערעכט?

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג ינואר 20, 2008 2:34 pm

מיללער האט געשריבן:אנדי,
נאך די לעצטערע שערוריות פארשטיי איך אז די מיינסט די פשוט'ע עסבארע סאלאמי אין פאסטראמי, צו דער זעלבער צייט ווילסטו ווייזן דיינע קענטעניסען אין הל' אכילה, אז עס איז אויך פארהאן אין די זעלבע סעריע א פלייש וועלכע הייסט 'באלאני'.

בינעך גערעכט?
נישט ממש!

עניבאדי?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9143
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג ינואר 20, 2008 4:10 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אנדי,
נאך די לעצטערע שערוריות פארשטיי איך אז די מיינסט די פשוט'ע עסבארע סאלאמי אין פאסטראמי, צו דער זעלבער צייט ווילסטו ווייזן דיינע קענטעניסען אין הל' אכילה, אז עס איז אויך פארהאן אין די זעלבע סעריע א פלייש וועלכע הייסט 'באלאני'.

בינעך גערעכט?
נישט ממש!

עניבאדי?

איך האב עס אויך אנגעלייגט אין די פלייש פרשה. יעצט וועל איך ווארטן ווילאנג דו וועסט עס פארענטפערן.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » זונטאג ינואר 20, 2008 4:53 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אנדי,
נאך די לעצטערע שערוריות פארשטיי איך אז די מיינסט די פשוט'ע עסבארע סאלאמי אין פאסטראמי, צו דער זעלבער צייט ווילסטו ווייזן דיינע קענטעניסען אין הל' אכילה, אז עס איז אויך פארהאן אין די זעלבע סעריע א פלייש וועלכע הייסט 'באלאני'.

בינעך גערעכט?
נישט ממש!

עניבאדי?


איך האב עס אנגעלייגט אין נחום איש האטליין (קרעדיט: מאשקע)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג פאברואר 22, 2008 9:16 am

איינער זאל ביטע פאראייביגן מיין חתימה. כ'וויל עס שוין טוישן לכבוד חודש אדר.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23311
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג פאברואר 22, 2008 9:55 am

יא מאשקע עמך אנכי בסוער, קיינער פאראייביגט נישט דא, קיין סמייטע, קיין באלאזונג, קיין חתימות, קיין בילדער.

דא איז געווארן ווי דער גן-עדן, וואס מ'נעמט זיך מיט, דאס האט מען........ בגן-עדן התחתון תהא חתימתם, תהא חתימתך צרורה בצרור, ומאשקע אל חתימתו לא תקח לצרור, ששוה עפ"י צליחתו לצור, הצילה חתימתו ממצוק ומצור.

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23311
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג פאברואר 22, 2008 10:02 am

אלד ווילי חתימה האט געשריבן:מארסי עוועניא וואטש יור סטעפ


דאס ווילעך גראדע פאראייביגען (מאשקע איך פייפ דיך אן ווי פיצי די ביסט, דיין חתימה זאלסטע דיר אליינס פאראייביגען), אלד, וואסי פשט דערפון?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג פאברואר 22, 2008 10:05 am

דו ווייסט טאקע נישט פשט? דאס איז פון ר' יו"ט עהרליך ז"ל אויפ'ן ערשטן טעיפ. דער טרעין קומט אן, און מ'הערט אויפ'ן מייק סיסטעם: מארסי עוועניו, וואטש יור סטעפ!
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט