טראבל מעיקער האט געשריבן:דיין יעצטיגע תגובה [חתימה] האט מיר געמאכט אביסל אומבאקוועם אויפן מינוט, וועגען כ'האב למעשה שוין געזאגט פאר אפאר חברה.
אבער אינאמתן אריין איך שעם מיך נישט מיט מיינע תגובות.
אנטשולדיגט פארן אומבאקוועם מאכן, גראדע האב איך מיר אויך געפילט אומבאקוועם ארויף צו לייגן דער לינק צו נשמה'ס תגובה אין מיין חתימה, וויסנדיג אז ביי געוויסע אירע איז עס ווי א שירעם נאך א רעגן, אדער גאר ווי זאלץ אויף וואונדן,
אבער למעשה וויבאלד עס קען צוניץ קומען פאר די פרישע ניק'ס האב איך עס יא ארויפגעשטעלט. ווי אויך קען עס העלפן אביסל איינצוצוימען די לויזקייט פון רעדן איבעריג, און פארשטיין פ''וו ס'איז בעסער ווי ווייניגער מענטשן ווייסן דאס.
אפשר וואלט איך געדארפט שרייבן אביסל אנדערש:
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר נאך איינעם ווער עס פארשלייערט זיך וכו'.
אדער:
זענט איר מסופק ווי שטארק איר זאלט האלטן דעם סוד ווער עס פארשלייערט זיך אונטער וכו' , ביטע ליינט דא.
וואס האלט דער עולם, איינער קען מיר דא געבן עפעס הדרכה?