ווען האט איר היינט געגעסן פרישטאג און וואס?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
ווען האט איר היינט געגעסן פרישטאג און וואס?
יאך האב געגעסן 10:30 צוויי פרישע בייגל'ס מיט אייער שפייז. געקויפט ביי איצאס אויף ליע עוו.
- יענטאאש
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 726
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
- לאקאציע: http://twitter.com/yentash
- פארבינד זיך:
אז דו פרעגסט, דאן איז דאך משמע, אז דאס איז זיכער ביי דיר אז איך האב שוין געגעסן, די איינציגע זאך וואס דריקט דיר נאר איז די צוויי הארטע פראגעס, ווען? און וואס? ווייל העסטו ווען געהאט א קלער אז איך האב נאך כלל נישט געגעסן העסטו ווען געפרעגט 'האסטו שוין געגעסן'? און הערשט נאכער ווען און וואס. און פרוביר נישט צו ספינען א קאפ און זאגן 'איך בין נישט אינטערעסירט צו וויסן', ווייל די האסטאריע ווייזט אז אלעס וויל מען דא וויסן. כסדר איז מען ביזי דא פרעגן וואס האט איר? ווען האט איר? ווי גייט איר? וואס טוט איר? ווער איז? וואס איז? וואו איז? מ'פרעגט און מ'פרעגט און מ'ווערט נישט פערטיג.
אלא מאי קומען דיר דאך צו אז אין הכי נמי, דיין קליינקעפיגקייט האט דיקטירט דיין מח צו טראכטן מיט א זיכערקייט אז דאס איז זיכער אז איך האב שוין געגעסן, און דו ווילסט נאר וויסן ווען און וואס, יא?
אויב אזוי, דו אכזר!!!!!!!!!!!!!!!!!! אפשר פרעגסטו פארדעם 'ר' איד איר האט שוין געגעסן'? זעסט נישט ווי איך גיי דא אויס פאר הונגער!!!!!............... די גלידער ווארפן זיך מיר און דאס מויל ציטערט מיר, די פינגער שאקלען זיך און די אויגן פלעיען מיר פאר גרויס הונגער. איך בין סטאררררררררררררררררררררררררררווד פלעג מיין שוועסטער שרייען אין אזא צייט....
דו האקסט בייגלס און טונא, וועגעטעבלס מיט אייערשפייז, בילקעס מיט אראנדזש דזשוס און וואס נישט. און א צווייטן לאזט איר הונגערן?!
------------
וואס איז דו מוסר השכל פון די תגובה? יעדער מענטש ערוועקט זיך אמאל אויף די לינקע זייט......