בלאט 1 פון 1

גיי מיר מבקר חולה זיין

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 16, 2007 4:02 am
דורך מאשקע
אקעי רבותי, ווער וויל קומען מיט מיר מבקר חולה זיין אן עלטערן איד? ער זיצט נעבעך איינגעשפארט אינדערהיים און ווארט קוים צו רעדן צו א נפש חי' יחידה.

נו זארעכ, קומסט מיט מיר, צי דו גייסט מיט דיין אייגענע קאר?

ווער ס'קומט מיט מיר, זאל זיך אנטון ווארעם, מ'זאל זיך גוט ארומפעלצן, איינהילן מיט א גוטן שאל, ווייל די בעק ווינדאו פון מיין סטעישאן-וואגאן איז אויסגעבראכן, און ס'קאאאאלללטטט אינדרויסן.

די קאר פארט ביז פינף מינוט. ווער ס'נישט רעדי, קען דא בלייבן.

אקעי, מ'זעצט זיך שוין אריין אינעם גרעיען/אראנדזשען סטעישאן-וואגאן. נו, לאמיר זעהן, הושיעה את עמך, וברך את נחלתך, איריים, וענאסיים, עד העולם, נפשנו חכתה לה' עזרנו ומגיננו הוא, כי בו! שוין, סטאפ! גענוג! נישטא מער קיין פלאץ!

נאך מענטשן ווילן גיין? זאלן זיי גיין מיט א טעקסי. איך בין עפעס גאט'ס פארזארגער?

נו, העי, טעקסי, טעקסי. שוווי שוווי. (איך פייף יעצט מיט'ן מויל, ס'עניוועי נישט אינטערעסאנט ווען מ'זעהט נישט מיין פנים בשעת מייסע...)

שוין, דער פאקיסטאנער טעקסי דרייווער נעמט אריין נאך א מנין אידן, פלאס טעקס און קאמישאן, קומט אויס 17, ויסעו, מ'פארט.

וואוהין? פרעגט דער טעקסי דרייווער.

"פאלאו מי".

אבער דער עולם אין מיין קאר איז דאך אויך נייגעריג. וועמען גייט מען מבקר חולה זיין?

איך זאג זיי אז מ'גייט מבקר חולה זיין א איד א זקן, אבער זיי ווילן וויסן א נאמען.

נו, קיין נאמען ווייס איך דאך אויך נישט. כ'קען ענק נאר איין סימן געבן: ער איז א זקן ויושב בישיבה.

"דו מיינסט נישט 'אלטער בחור'", רופט זיך אן איינער.

יא יא, טאקע אים מיין איך.

דער עולם הייבט אן צו פרעגן קשיות:

- וואסימיטעם? וואסי געשען?

- כ'ווייס נישט. איני יודע.

- וואס הייסט? ווער האט דיר דערציילט?

- קיינער.

- קיינער? נאר פארוואס גייסטו אים מבקר חולה זיין?

- ווייל ער איז קראנק.

- פון וואנעט נעמסטו דאס?

- קוקטס אהער. דער איד האט שוין נישט געשריבן קיין ארטיקל אין קרעטשמע, פאר מער פון 48 שעה. נו, זאגט איר אליין, איז נישט עפעס ראנג מיט אים.

- גערעכט, גערעכט.

און מיר זענען ווייטער געפארן אויפ'ן וועג צום זקן ושבע אשכולות...

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 16, 2007 10:53 am
דורך לחיים ולברכה
מאשקע, הייבסט גוט אן... אבער וואסעפעס פירער פארטאגס? וואו טרעפט מען 'כי בו' אידן זוי שפעט אויפדערנאכט?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 16, 2007 11:12 am
דורך 3x0
חחחחח, וויאזוי איז עס אדורך דארט? וויפיל אידן זענען למעשה דארט געווען?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 16, 2007 2:44 pm
דורך אלעקסיי
ווי זיצט ער?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 16, 2007 2:53 pm
דורך אנדי פעטיט

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 16, 2007 2:53 pm
דורך 3x0
נעבעך אזוי לאנג האט ער געווארט אז איינער זאל אים קראסן? נעעבבבבעעעך.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 16, 2007 5:09 pm
דורך אלטעבחורל
אלעקסיי!איך בין געזיצן ביים קאמפיוטער און געמאכט אן ארטיקל...

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 16, 2007 9:10 pm
דורך איך_הער
מאשקע, כ'האלט נאך אינמיטן איבער קוקן מיינע פינף און אכציג נייע הודעות סינס מיטוואך נאכט, אבער דאס איז די ערשטע גוטס וואס כ'זעה פון דיר, זייער שיין אראפ געלייגט, כ'האף נאר אז איך גיי באלד טרעפן נאך, אויב נישט,,,, אקעי איך שרייב נישט וואס.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 16, 2007 9:32 pm
דורך מאשקע
אויב נישט איז וואס? הא? וואס גייסטו טון? וואטשיעגאנע דא עבאורעד? וועסט צוריקציען פון דיין שטימע פאר מיר? טו לעיט! צוריק גייט א קאזין...

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 16, 2007 9:49 pm
דורך איך_הער
מ'קען מיינען אז דו גייסט נישט לויפן נאכאמאל.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 16, 2007 9:58 pm
דורך מאשקע
מ'קען מיינען אז דו גייסט געדענקען ביז דעמאלטס נקמה צו נעמען אין מיר.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 16, 2007 10:03 pm
דורך איך_הער
א דו עסט האבן דיין געלן טלית קטן, וויזוי זאלעך פארגעסן?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 17, 2007 2:02 am
דורך קרעמער
זיס זיס זיס

(הגם, אין די 48 איז פערצופאל אויסגעפאלן א פרייטאג און א שבת און א מוצאי, אבער אפאר כדורים קענען אים קיינמאל שאטן... קעגן עין הרע)

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 17, 2007 9:48 am
דורך צייטליך
מאשקע, זעיר זעיר גוט!

ס'מערסטע האביך נאך געלאכט ביי די סענטענס:
"אקעי, מ'זעצט זיך שוין אריין אינעם גרעיען/אראנדזשען סטעישאן-וואגאן. נו, לאמיר זעהן, הושיעה את עמך, וברך את נחלתך, איריים, וענאסיים, עד העולם, נפשנו חכתה לה' עזרנו ומגיננו הוא, כי בו! שוין, סטאפ! גענוג! נישטא מער קיין פלאץ!".....

האלט אן! לאז נישט נאך!

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2008 1:31 am
דורך מאשקע
נו, וואו איז ער? איינער האט לעצטנס געזען אן ארטיקל פון אים? זאג מיר נישט אז ער ווערט אלט...

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2008 9:58 am
דורך זיידעניו
מאשקע אויב מיינסטע מיך מיט דיין באזיך קענסטו שוין מאכן א יו-טערן
כפיל שוין בעסער באכהאשעם בעסער

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2008 10:03 am
דורך מאשקע
נאופס, כ'האב נישט דיך געמיינט. אבער טאמער דו שפירסט אז דו ביזט פעאיג, נעם דעם קיבאורד אין האנט און נעם דיך שרייבן.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2008 1:49 pm
דורך דארפסמאן
מאשקע איך האף אז די האסט שוין געפיקסט דיין בעק ווינדאו אויב יא לאמיר פארן אים מבקר חולה זיין , איך מיין אז ער האט די פלאו

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2008 5:47 pm
דורך סאכדעס
מאשקע, הערשט איצט געליינט, כאב זייער געלאכט שערקויעך.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2008 5:50 pm
דורך צייטליך
מאשקע האט געשריבן:נעם דעם קיבאורד אין האנט און נעם דיך שרייבן.


און אויב דער קיבאורד ארבייט נישט צו קיין בלעקבערי ?...

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 05, 2008 6:39 pm
דורך מאשקע
דאנט ראב איט אין...

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2008 3:13 pm
דורך אלטעבחורל
משאקע.

געווען פארקילט, אבער מה עשה הק'-ברכו?

געשיקט דער לופטל, עס איז שוין אזוי וואחרעם אז איך דריי מיך שוין ארום מיט מיין קליפל פען אין פלאחקעזט.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2008 7:32 pm
דורך איך_הער
און דאס איבריגע לאזטו פארן פייגל, הא?