מיין באזוך ביי מומחה אין אפיס

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת
פארבינד זיך:

מיין באזוך ביי מומחה אין אפיס

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 1:25 am

ער זיצט אויפן בענקל, די אנלאנער פארנעמט די גאנצע הייעך זיינע אזש עס דערקענט זיך קוים וואר דארט זיצט איינער. דער דארטשיקער אינגערמאן פירט א וועלט, אלעס דא אין ביורא.

ביי די זייט ליגט א נידריגטשקער שרענקעלע. אויף איר ליגט א קאסע, יעדע פאר סעקונדן קומט אריין נאך א פרוטה, א דאלער דא, א דאלער דארט, אבער מיודעינו באמערקט קוים וואס קומט דארטן פאר.

די ציגארעטל אין איין האנט, די קאווע איז גרייט, קנוילן רויעך פארנעמען דאס ארט און מאכן פלאץ פאר זייערע נאכפאלגער.

אויפן טיש ליגן פארווארפן כל מיני כלים, פיר סקרינס הענגען פון די וואנט, דאס רעככנט אריין א ווינדאוס קאמפיוטער, א מעק, לינוקס, צווישן אנדערע. אויפן דערנעבנדיגן בענקל ליגן אנגעהויפנט דריי לעפטאפס, איינס א ווינדאוס 10, א ווינדאוס זיבן וואס ווארט אויף אן אפגרעיד.

אויפן טיש דערקענט זיך א אייפעד, אייפאון, גאלעקסי, ביפער, טעבלעט, קאלקולעיטער, און נאך 10 פרישע כלים נאך אין די ארגינעלע באקס.

אזוי בשעת מיר זיצן דארט קלינגט די בעלל. הו איז דיר? פרעגט מומחה ווי נישט מיט זיין קול...

יו פי עס! דעליווערי!

מומחה ווייזט אונז אן אז ער האט געארדערט אן אייטעם אויף עמעזאן פאר 5 מינוט צוריק, און אט איזעס.

״איך האב אנגעשטעלט א קאוד אין מיין עמעזאן אקאונט״ טיילט ער מיט, ״עס פאררוקט די זייגער פון מיין אקאונט און שטעלט מיין ארדער ווי כאילו עס איז שוין צוויי טאג אלט, סאו עס קומט גלייך אן...״.

פשי! אזא ערפינדונג. ״דערווייל איז עס נאכנישט עוועילעבל פאר די פאבליק״ זאגטער מיט אזא שיפע ליפ, ווי צו זאגן מיינע טריקס זענען טאקע נאר דאס, טריקס.

אזוי שמועסנדיג גיבט מומחה א שריי ״העי סירי, גאו טו אייוועלט דאט קאם״ גלייך אנטפלעקטצעך די בלויע זייטל אויף אלע פיר סקרינס.

140,679,589,452,098 פריוואטע מעסעדשעס לויטעט די קעפל אויף די לינקע זייט.

וואס איז די קלונג דא יעדע האלבע מינוט פרעגעך מיט וואונדער, דאס זענען די נאטאפיקאציעס, קומט די ענטפער גלייך, איך האב געמאכט אז יעדע מאל איינער גיבט מיך א לייק זאלן אלע מאשינען צוזאמען ארויסלאזן א קלונג.

און פלוצלינג זעה איך א שוואכקייט נעמט אים ארום, איך ציטטער, זאלעך נאר נישט באשמוצט ווערן אין מאמענט נעקסטע וואך, האצאאאאאלע!

אבער מומחה אריענטירט זיך און זאגט זארגזעך נישט... איינער האט געגיבן א דיסלייק.

איך האב זיך געזעצט אויף אייוועלט און מומחה האט אנגעהויבן ענטפערן די אישי׳ס, עריז אריינגעקראכן אין אלע קאמפיוטערס צו וואס ער האט אמאל באקומען עקסעס, איך זעה ווי ער דרייט איבער חילי׳ס אוועטער און מאכט דערפון א בדיעבד...

יעדע פאר מינוט נעמטער זיך צו א צווייטן, כאפט די פראבלעם פארעכטעס. און... נעקסט. ווי כאילו איינער באצאלט אים דערפאר!

----

נאך א באזוך ביי מומחה איז דא אסאך צו רעדן אבער מומחה איז יעצט זייער פארנומען מיט די פארמעסט. שטא קיין צייט צו פארברענגען.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5977
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 5:15 am

דאס איז נאר א טייל פונעם עולם.... שטעלט ענק נאר פאר וואס דארט גייט פאר יעדען טאג... איי קענט בעליוו איט
חברה... איטס אווער!!

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: אויפן וועג צו סוקסעס

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 7:05 am

אוי, פתאום'ס ארטיקל האט געליעקט פאר די צייט!
דער פארמעסט איז פארלוירן...
#פוטין אלערט!
אויב האסטו עפעס וואס צוצולייגן - שעם זיך נישט, זאג וואס דו האסט צו זאגן!

וואס איך האב צו פארקויפן - וואס איך האב צו זאגן

פאר סיי וועלכע שרייב ארבעט, אידיש אדער לשה"ק, פאעזיע אדער סיי וואס, פארבינט אייך מיט אונז אויף zofti2016@gmail.com

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 7:22 am

נע, נישט גענוג. קוים 2002 קערעקטערס...

אוועטאר
טריסקער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4229
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 8:06 am

אלע מאשינען פייפן אין מומחה'ס ביורא! מומחה ווערט שיעור נישט טויב, ער דריקט שנעל אראפ א קנעפל און אויף אלע 4 סקרינס שפרינגט ארויף די דאזיגע אשכול, מומחה צושמייכלט זיך מיט א פולן מויל און גייט גלייך צום נעקסטן אישי ארויסהעלפן פאר א ווארטנדע.
הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

בשבילי נברא
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 8:38 am

אין ענגליש זאגט מען אויף אזאנס Wow!!!

ווייסט איינער וויאזוי מען זאגט עס אין אידיש?...

נ.ב. ארבעט דער טריק נאר ביי עמעזאן, אדער קען מען סתם אזוי צוריק פארדינען דעם פאריעריגן מיטוואך אויך?

אויב יא, האב איך אסאך טעג וואס איך וויל צוריקהאבן....

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 8:39 am

;l;p-
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

תגובהדורך רביש » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 8:51 am

קאוד 1 פאר מומחה!!!!!!!!

דרייעט זיך א שפיאן אין דיין אפיס...
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 9:02 am

מומחה איז א גאלדענע הארץ,
מה פתאום האט א גאלדענע פעדער
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 9:27 am

פתאום אפשר שאפסטו מיר דארט א ... (אקעי איך זאג נישט)


ביסט פיינע נייעס
עס איז דא מענטשן וואס זענען ווי וואלקענס. ווען זיי קומען אן ווערט א שפע...

(קרעדיט: מ"ק)

זוכט איר אזאפטיגע ארטיקל ארויסצופרינטן? באזוכט דא. האט איר געזעהן? הנאה געהאט? באדאנקט אייך דא.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת
פארבינד זיך:

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 9:29 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:פתאום אפשר שאפסטו מיר דארט א ... (אקעי איך זאג נישט)


ביסט פיינע נייעס

מאכדעך נישט טעמיש!

דו ווייסט אז איך ווייס שוין וועגן די קלאזעט. מאך א שווייג און בלאש!

אוועטאר
טשאלענט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 10:16 am

איך זעה אז די ציבור כאפט נישט עפעס היינט....... וואסי מיט ענק?
שוין וועל איך אנהייבן!

אין נאמען פון אלע אייוועלט באנוצער (איינער האט אייך געפרעגט \ געגעבן רשות צו רעדן אין יעדעמס נאמען?) ווילן מיר זיך דא באדאנקען פאר מומחה עצום, וואס כשמו כן הוא, א מומחה אין יעדע פלאץ, מיט א גאלדענע הארץ, ער העלפט ארויס יעדען באזונדער דא אויפן וועלטל, און בפרט אין די לעצטע צייטן ווען ער האט זיך אונטער גענומען צו פירן די שרייבעריי ווינטער פארמעסט!!!!

יישר כח מומחה!! קיפ אפ יאר ווארק!!!!

און לאמיר אוודאי נישט פארגעסן פון משנהו בדומה לו מה פתאום, וואס גיט זיך אזוי איבער פארן גאנצן פראיעקט, און קומט אלס צו הילף ווען מ'ברויך אים, סיי מיט זיינע הילף-פולע עצות, און זיינע תוכן'דיגע תגובות, און פון זיין ארימען פעדער'ל פליסט ארויס ארטיקלען וואס זענען רייכער פון די רייכסטע וואס מיר פארמאגן!!!

לאמיר זיי ביידע מחזק זיין אז זיי זאלן ווייטער אנהאלטן די פעולות טובות וואס זיי טוען, און השי"ת וועט זיי זיכער באצאלן דערפאר!!!
א געשמאקע פליישיגע טשאלענט
אינגערהייט פלעג איך זאגן:
"די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך",
היינט בין איך שוין געקומען צום שכל זאג איך:
"די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך"...

אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 5:53 am

תגובהדורך אלטן דור » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 10:35 am

קודם ווייסן מיר שוין אז מומחה רייכערט

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 11:21 am

חזקו - מומחה עצום ומה פתאום
ונתחזקה - כל יושבי אייוועלט

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: אויפן וועג צו סוקסעס

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 12:07 pm

שוין אריין אין קאמפלימענטן אשכול!
אויב האסטו עפעס וואס צוצולייגן - שעם זיך נישט, זאג וואס דו האסט צו זאגן!

וואס איך האב צו פארקויפן - וואס איך האב צו זאגן

פאר סיי וועלכע שרייב ארבעט, אידיש אדער לשה"ק, פאעזיע אדער סיי וואס, פארבינט אייך מיט אונז אויף zofti2016@gmail.com

eller
שר האלפיים
תגובות: 2335
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 2:20 pm

אלטן דור האט געשריבן:קודם ווייסן מיר שוין אז מומחה רייכערט

קיינער רייכערט נישט ער האט נישט קיין צייט צו רייכערען קיינמאל אין זיכער נישט יעצט ערב די פארמעסט !
יעדע איבריגע רגע פרובירט ער צו העלפן אנדערע אידן !
בכלל איז ער נישט אזוי דאר ער איז היבש א פעשליכער מיט א איינגעדרייטע רויט....... אקעי שוין צו אסאך גערעדט .
מה פתאום ! א הערליכע ארטיקעל באט נישט אזוי גיט געלונגען !
גוט טריי !
(כ'האף אבער אז קיינער האלט נישט אז כ'מיין עס ערענסט !)
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך פאברואר 15, 2017 12:38 am

דאס איז א גוטס! האסט מיר ממש אריינגעפירט אין א אפיס און איך האב ווירקליך געזעהן מומחה.

דאס איז א טאלאנט!
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 3 געסט