Intern Tish האט געשריבן:[align=center]איך וויל קלאר שטעלן אז אזוי ווי די ארבעט פון ברענגן סחורה דא נעמט מיר אסאך צייט
האב איך געמוזט פארלאזן די ארבעט
ואתכם הסליחה
נ.ב. ייש"כ פאר למדן וחסיד פאר זיין געטרייע ארבעט[/align]
האללאו אינטערן.
קודם כל שפיר איך א חוב קדוש דיר צו באדאנקן מעומק הלב.
דו ווייסט נישט וויפיל מאל אין די לעצטע יארן איך האב שוין שיעור נישט געעפענט א ניק אויף אייוועלט נאר דיר צו דאנקען אין ווייזן אפרישיעישן\סופארט פאר דיין אומבאשרייבליכע געוואלדיגע ארבייט.
אבל דא עקא אז פונקט אין די טעג ארום מיין געבורט ביסטו נעלם געווארן ערגעץ ווי...
איך גיי נישט אויסרעכענען יעצט אלע מעלות בגשמיות, ווייל כבר קדמו לי שרי עשרת אלפים, שרי אלפים, שרי חמש מאות, שרי מאות ושרי חמישים. סאו וואס האב איך- שר העשר'ל - דען צוצולייגן חוץ א ריזיגע גאמאנימיץתארע"פ!
אבער איין נקודה וואס איז נישט אזוי שטארק אויסגעשמועסט געווארן איז די חלק הרוחני (לייען: אידישקייט) שבו.
בלי שום ספק אז גאר אסאך פון אינז טרעטן נישט דורך די שוועל פון יו-טוב (אין נאך פלעצער וואך פעלט נישט אויס אויסצורעכענען דא) נאר אדענק דיר אינטערן, צילוב דעם וואס דו סערווירסט אזוי שיין דא אויף א גאלדענעם טאץ.!
ווי נישט ווי, אינגערלייט ווילן און דארפן זיך אויסליפטערן אביסעלע דא דארט (אין געוויסע שעמען זיך ארייצוגיין יעדע צווייטע נאכט אין א צווייטע חתונה זאל צו וואטשן א פרי קאנצערט...) איז שכרך הרבה מאוד לפענ"ד.
פליז פליז, אויב איז מעגליך צו אפפיעל'ן די אורטייל טעיקינג אין קאנסידירעישאן אלל אוו די אבאוו.
יישר כח גדול!
הנהנה מפרי ידך
פריטל