זענט איר געווען ביי פראדוקטיוו?

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זענט איר געווען ביי פראדוקטיוו?

יא
17
14%
ניין
101
86%
 
סך הכל שטימען: 118

שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיק יונגל »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:מ'קען שוין איינמאל באמערקן.
קוק נאר אויף מיין שכן'ס בחורל נעבעך, זינט ער איז אדורך די קורסן גייט ער אויפן גאס מיט פארמאכטע אויגן, און הערט נישט אויף אריינצוקלאפן אין נשים.
דאס איז איין דוגמא, ליידער א עכטע...

ר"ל נעבעך!
ווי אזוי פלעג ער פארדעם גיין אויפן גאס? וואס זאגט זיין טאטע דעראויף? וואס זאגט זיין ראש ישיבה דעראויף?
hi class
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2011 11:14 am
לאקאציע: שויתי ה' לנגדי תמיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hi class »

געהערט אמאל פון ר יחזקאל ווייס אז פאר דעם ווערט אנגערופן מדות אין רמב"ם הלכות דעות צוליב וואס קודם דארף עס אדוירכגיין דעם מענטשס מחשבה, אין טעאריע דארף עס קודם שטימען. און בשעת מעשה וועט יעדער מודה זיין אז עס איז געוואלדיג ובפרט ווען דער מסבב כל הסיבות שטעלט צו א קאלירפולער גרופע וואס פרובירט אים צו טשאלענדזשן.

נאר עס איז נישט מעגליך זיך צו טוישן ווי אויבן דעמאנט אין 40-50 שעה'ן, עס אריינצונעמען אין ריעללייף נעמט זייער לאנג און אסאך כוחות הנפש, ובפרט אז מיט אזויפיל אינפארמאציע וואס אפילו מיט די ביסל עקשיאן וואס מען טוט דארט, ווערט עס באמת נישט איינגעווארצלט אינם מענטש מסודר, סך הכל קען עס העלפן אין די לאנג ראן ארויסצוהעלפן ווען מען איז אויפ'ן פראנט, און באמת ארבעטן אויף א מדה האבן שוין אונזערע רבי'ס געזאגט אז עס איז גרינגער צו ענדיגן ש"ס ווי צו טוישן א מדה, און ליידער איז יצר לב האדם רע מנעוריו און פאר א מענטש איז זייער שווער זיך צו בלעימען אין אדם משים עצמו רשע איטצ עי ווערי בעד פילינג, און דערפאר פרובירט פראדוקטיוו צו אינקארעדזשן גרופעס אויף א לענגערע טערמין (איך ווייס נישט צו עס האט זיך אויסגעארבעט) אבער אוודאי איז גרינגער זיי צו בלעימען. אז נאך 3 יאר איז גארנישט דערפון
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

hi class האט געשריבן:און דערפאר פרובירט פראדוקטיוו צו אינקארעדזשן גרופעס אויף א לענגערע טערמין (איך ווייס נישט צו עס האט זיך אויסגעארבעט) אבער אוודאי איז גרינגער זיי צו בלעימען. אז נאך 3 יאר איז גארנישט דערפון

וואס רופסטו אן א לענגערע טערמין?
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

פיר גאנצע בלעטער אנגעפילט מיט העצע אן אראפ ברענגן עפעס א פאקט וואס איינער זאל פארשטיין וואס גייט פאר....

קען זיך איינער נעמען די מיה אין אראפ ברענגן זייער מהלך אין וואס איז די דעת החולקים, מיר דווקא קוקט עס אויס ווי א געוואלדיגע אויפטוע פאר איינעם וואס איז צוריק געצויגען פאר וועלעכע סיבה זאל נישט זיין אין אז די עפענסט אים אויף איז א ישועה,
די איינציגסטע טענה דא וואס כ׳האב געזען אז אויב די אינגערמאן איז אנגעפילט מיט מלא טפשות וועלן עס מענטשען אנהייבן צו הערן, כ׳מיין אויך מיר א טענה, ווער זאגט אז די ביסט טאקע כל כולו חכמה וואס גוסעך נאר פערל ווערטער? אין יענער מיז בלייבן פארמאכט ווייל דיר געפעלטיר נישט וואס יענער זאגט.

איך ווייס נישט אז פראדוקטיוו איז די ישועה פאר זיי אבער כ׳האב אויך נאכנישט געליינט פארקערט....
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

איך מיין אז מען דארף דא עפענען א וואלן 'זענט איר געווען צופרידן פון פראדאקטיוו', און די צוועלף (אדער מער) וואס זענען געווען זאלן שטימען דערויף.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אויבער-חכם האט געשריבן:פיר גאנצע בלעטער אנגעפילט מיט העצע אן אראפ ברענגן עפעס א פאקט וואס איינער זאל פארשטיין וואס גייט פאר....

קען זיך איינער נעמען די מיה אין אראפ ברענגן זייער מהלך אין וואס איז די דעת החולקים, מיר דווקא קוקט עס אויס ווי א געוואלדיגע אויפטוע פאר איינעם וואס איז צוריק געצויגען פאר וועלעכע סיבה זאל נישט זיין אין אז די עפענסט אים אויף איז א ישועה,
די איינציגסטע טענה דא וואס כ׳האב געזען אז אויב די אינגערמאן איז אנגעפילט מיט מלא טפשות וועלן עס מענטשען אנהייבן צו הערן, כ׳מיין אויך מיר א טענה, ווער זאגט אז די ביסט טאקע כל כולו חכמה וואס גוסעך נאר פערל ווערטער? אין יענער מיז בלייבן פארמאכט ווייל דיר געפעלטיר נישט וואס יענער זאגט.

איך ווייס נישט אז פראדוקטיוו איז די ישועה פאר זיי אבער כ׳האב אויך נאכנישט געליינט פארקערט....

דער רבוש"ע האט באשאפן די וועלט מיט א פונקטליכע סדר, און האט שוין פון פאראויס באשטומט יעדן זיינע נאטורן, און מיט וואס ער וועט קענען מצליח זיין,

יעדער פארשטייט אז דער וואס דארף זיין א ראש ישיבה, וועט קיינמאל נישט מצליח זיין אין ביזנעס, און דער ביזנעסמאן וועט קיינמאל נישט מצליח זיין אין זיין א ראש ישיבה, דאס איז אלעס שוין באשטומט פון אויבן,

קומט פראדאקטיוו, און גייט טוישן דעם מענטש, הלאוו!!! דער רבוש"ע האט אים דייקא געגעבן א איבערפלוס פון ביישנות צו פאשטעקן עפעס, פארוואס נעמסטו דאס אים צו.

דער פאקט האט באוויזן, אז די חברה נאך פראדאקטיוו (עכ"פ די וואס איך קען), ערלויבן זיך שפעטער אסאך זאכן וואס זיי וואלטן נישט געטון פארדעם,
איך וועל געבן אפאר סעמפל"ס (אלעס אמת'ע 100% איך האף זיי זענען גענוג שטארק ביי זיך, אז אפי' זיי וועלן דאס דא ליינען וועלן זיי זיך נישט דערשרעקן

ביי אסיפת מרעים פלעגט קיינמאל אויסטון זיין הוט, און קען שוין היינט זיצן אן דעם הוט, און אמאל פאר א נויט אן דעם רעקל אויך (צווישן חברים וואס אזא זאך איז אפגעפרעגט, און דאס ווייזט אויף קלות ראש)

גייען צו צום עמוד, אפי' זיי האבן א קול פון א טרעילער, און נערווירן יעדן איינעם (זיי זענען ניטאמאל אין יאר, נאר שעמען זיך פשוט מער נישט און האבן נישט "מורא" צו ציגיין, און דער גאנצער בית מדרש ליידט דערפאר)

שטעלט זיך אויף רעדן א דרשה פול מיט שטותים, אבער רעדט מיט א פעסטקייט

שטעלט זיך אויף רעדן ברבים, פול מיט קלות ראש, אפפרעגן אלטע חסיד'ישע הנהגות, ווייל מ'דארף מער נישט מורא האבן פון דעם מה יאמרו הבריות

און פשוט דער אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעהו, ווערט בערך נתקיים ביי זיי

והבן כי קצרתי.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

הבנתי אע"פ שקצרת, סאיז א לאנגע ענין, מען קען נישט אפסטעמפלען יעדן אויפן זעלבן פעידש, אבער ע"פ רוב זענען עס אזעלכע וואס צום סוף ליידט מען נאר דערפון, סיי זיי אליינס, און סיי די ארומיגע.......
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

טשאלענט האט געשריבן:הבנתי אע"פ שקצרת, סאיז א לאנגע ענין, מען קען נישט אפסטעמפלען יעדן אויפן זעלבן פעידש, אבער ע"פ רוב זענען עס אזעלכע וואס צום סוף ליידט מען נאר דערפון, סיי זיי אליינס, און סיי די ארומיגע.......

גוט פארשטאנען און בעסער ארויסגעברענגט
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

איךרעד פון מיינס א נאנטע וואס איז נעבעך חרוב געגאנגען דארטן, רח"ל...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

איך וועל מיך נישט אריינמישן אין די נושא אויב פראדאקטיוו איז שלעכט אדער נישט,

אויב איינער איז יא דארט געווען און ער פיהלט צורידערט פון די איבערפלוס פון קאנפידענץ קען ער דורכליינען די בוך the confidence gap פון Dr Russ Harris און מיטן אויבערשטנס הילף וועט מען צוזעך קומען פון די שיכרות
חביבי
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

שמו האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:מיך פערזענליך האט מער גערעדט די ׳קאמיוניקעישן׳ און ׳מאטעוועישן׳ חלק.

מיך פערזענליך האט נארוועיז געמאכט די 'קאמיוניקעישן',

ר' איד נישט ווייל איך זיץ יעצט נעבן דיר אויף די באס, ברויכסטו אנקניפן מיט מיר א קענעקשן.


הרב שמו קוקט אויס ווי איר וואלט געקענט נוצען א פראדאקטיוו אדער ענליכס, וואס איז דיר אזוי שווער צו קענען מיט יענעם קאמיוניקירען,
פארוואס איז עס ביי דיר אזא פרעשור ?
לעצט פארראכטן דורך רצון טוב אום זונטאג דעצעמבער 18, 2016 12:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

געהערט פין מיינס א נאנטער א ביזנעסמאן:
זייט ער האט זיך בעסער אויסגעשליפן זיין קאמיוניקאציע ביי פראדאקטיוו, האט ער געמאכט 5 מאל אזויפיל סעילס וויפיל ער פלעגט מאכן בעפאר, אין א צייט אפשניט פון 3-4 חדשים וואס ער פלעגט אמאל לייזן א 20-30 אלפים, לייזט ער היינט איבער הינדערט.
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

שמו האט געשריבן:דער רבוש"ע האט באשאפן די וועלט מיט א פונקטליכע סדר, און האט שוין פון פאראויס באשטומט יעדן זיינע נאטורן, און מיט וואס ער וועט קענען מצליח זיין,

יעדער פארשטייט אז דער וואס דארף זיין א ראש ישיבה, וועט קיינמאל נישט מצליח זיין אין ביזנעס, און דער ביזנעסמאן וועט קיינמאל נישט מצליח זיין אין זיין א ראש ישיבה, דאס איז אלעס שוין באשטומט פון אויבן,

קומט פראדאקטיוו, און גייט טוישן דעם מענטש, האלאוו!!! דער רבוש"ע האט אים דייקא געגעבן א איבערפלוס פון ביישנות צו פרשטעקן עפעס, פארוואס נעמסטו דאס אים צו.

די נקודה איז נישט אינגאנצן ריכטיג. א מענטש ווערט געבוירן מיט נישט גוטע מדות און איז מחוייב צו אויסארבעטן. אין צעטיל קטן רעדט רבי ר' אלימלך אויך פון אויסרייסן בושה רעה. נישט אז איך פארגלייך פראדוקטיוו צום צעטיל קטן (להבדיל), אבער דיין הנחה איז אביסל אומריכטיג.

שמו האט געשריבן:והבן כי קצרתי.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

רצון טוב האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:מיך פערזענליך האט מער גערעדט די ׳קאמיוניקעישן׳ און ׳מאטעוועישן׳ חלק.

מיך פערזענליך האט נארוועיז געמאכט די 'קאמיוניקעישן',

ר' איד נישט ווייל איך זיץ יעצט נעבן דיר אויף די באס, ברויכסטו אנקניפן מיט מיר א קענעקשן.


הרב שמו קוקט אויס ווי איר וואלט געקענט נוצען א פראדאקטיוו אדער ענליכס, וואס איז דיר אזוי שווער צו קענען מיט יענעם קאמיוניקירען,
פארוואס איז עס ביי דיר אזא פרעשור ?

ר' רצון טוב, ווי קומט דא אריין פרעשור,
ווען איך זיץ אויפן באס, וויל איך דורך פירן די שעה צוויי מיט מיר אליינ'ס (איך האב ב"ה גענוג וואס צו טון), און איך בין גאנץ ווייניג אינטרעסירט זיך צו מאכן נייע חברים, יעדע'ס מאל איך פאר אויפן באס, נאר ווייל יענער האט זיך גע'דאקטאר'ט ביי פראדאקטיוו.


און איך רעדט שוין נישט פון דיע, וואס ווען איך שטעל אים אפ אין גאס פרעגן, ר' איד וויפיל איז דער זייגער יעצט, באקום איך צוריק א גאנצע דרשה, אזויפיל א זייגער, גראדע זאגט מיר ווי אזוי הייסט איר

ר' רצון איר פארשטייט, ס'דא צייטן וואס מ'דארף ניצן דעם קדקוד אויך, און נישט נאר די לעסנ'ס. ודי בזה.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

שמו האט געשריבן:
אויבער-חכם האט געשריבן:פיר גאנצע בלעטער אנגעפילט מיט העצע אן אראפ ברענגן עפעס א פאקט וואס איינער זאל פארשטיין וואס גייט פאר....

קען זיך איינער נעמען די מיה אין אראפ ברענגן זייער מהלך אין וואס איז די דעת החולקים, מיר דווקא קוקט עס אויס ווי א געוואלדיגע אויפטוע פאר איינעם וואס איז צוריק געצויגען פאר וועלעכע סיבה זאל נישט זיין אין אז די עפענסט אים אויף איז א ישועה,
די איינציגסטע טענה דא וואס כ׳האב געזען אז אויב די אינגערמאן איז אנגעפילט מיט מלא טפשות וועלן עס מענטשען אנהייבן צו הערן, כ׳מיין אויך מיר א טענה, ווער זאגט אז די ביסט טאקע כל כולו חכמה וואס גוסעך נאר פערל ווערטער? אין יענער מיז בלייבן פארמאכט ווייל דיר געפעלטיר נישט וואס יענער זאגט.

איך ווייס נישט אז פראדוקטיוו איז די ישועה פאר זיי אבער כ׳האב אויך נאכנישט געליינט פארקערט....

דער רבוש"ע האט באשאפן די וועלט מיט א פונקטליכע סדר, און האט שוין פון פאראויס באשטומט יעדן זיינע נאטורן, און מיט וואס ער וועט קענען מצליח זיין,

יעדער פארשטייט אז דער וואס דארף זיין א ראש ישיבה, וועט קיינמאל נישט מצליח זיין אין ביזנעס, און דער ביזנעסמאן וועט קיינמאל נישט מצליח זיין אין זיין א ראש ישיבה, דאס איז אלעס שוין באשטומט פון אויבן,

קומט פראדאקטיוו, און גייט טוישן דעם מענטש, הלאוו!!! דער רבוש"ע האט אים דייקא געגעבן א איבערפלוס פון ביישנות צו פאשטעקן עפעס, פארוואס נעמסטו דאס אים צו.

דער פאקט האט באוויזן, אז די חברה נאך פראדאקטיוו (עכ"פ די וואס איך קען), ערלויבן זיך שפעטער אסאך זאכן וואס זיי וואלטן נישט געטון פארדעם,
איך וועל געבן אפאר סעמפל"ס (אלעס אמת'ע 100% איך האף זיי זענען גענוג שטארק ביי זיך, אז אפי' זיי וועלן דאס דא ליינען וועלן זיי זיך נישט דערשרעקן

ביי אסיפת מרעים פלעגט קיינמאל אויסטון זיין הוט, און קען שוין היינט זיצן אן דעם הוט, און אמאל פאר א נויט אן דעם רעקל אויך (צווישן חברים וואס אזא זאך איז אפגעפרעגט, און דאס ווייזט אויף קלות ראש)

גייען צו צום עמוד, אפי' זיי האבן א קול פון א טרעילער, און נערווירן יעדן איינעם (זיי זענען ניטאמאל אין יאר, נאר שעמען זיך פשוט מער נישט און האבן נישט "מורא" צו ציגיין, און דער גאנצער בית מדרש ליידט דערפאר)

שטעלט זיך אויף רעדן א דרשה פול מיט שטותים, אבער רעדט מיט א פעסטקייט

שטעלט זיך אויף רעדן ברבים, פול מיט קלות ראש, אפפרעגן אלטע חסיד'ישע הנהגות, ווייל מ'דארף מער נישט מורא האבן פון דעם מה יאמרו הבריות

און פשוט דער אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעהו, ווערט בערך נתקיים ביי זיי

והבן כי קצרתי.

קען איך איינער וואס איז דורך דעם פראגראם נעבעך א שרעקליכע נער וואס צוליב נאטורליכע בושות וואס די רבש"ע האט אין אים איינגעפלאנצט האט ער ביז היינט נישט געהאט קיין דעה נאר אויסגעהערט אנדערע און זיך כמעט נישט געפענט דאס מויל ברבים, און כהיום נאכן דורכגיין די פראגראם איז ליידער א בחינה פון ויפתח ה'...... דער עולם לויפט אין אלע זייטן ווען ער הייבט אן צו גיסן זיינע פערל ווערטער און זיינע דורכגעטראכטע מיינונגען, א שרעק צוזעהן ווי ער שעמט זיך נישט, אזוי ווייט אז ער האט שוין א מיינונג כלפי חינוך.... און זיינע קינדערלעך ליידן שוין פון זיינע שיטות... די מלמדים און מחנכים וועלן אים דער פראדוקטיוו פראפעסאר נישט איינטיילן וואס צו טוען... בקיצור ביטע מאכט נישט פון א נער א פארשטענדליכער ווייל די ארומיגע ליידן
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

על כגון דא נאמר
דער עולם צוגייט!! פון מתיקות נועם דבריו.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

לענ"ד ווענדט זיך ווער די באטרעפענדע איז. אויב איז ער נישט די גרעסטע חכם קען עס טאקע שלעכט אויסקלאפן, אבער איך קען עטליכע עכט קליגע אינגעלייט וועלכע זענען מעיד אז זיי זענען געווארן אנדערע מענטשן אדאנק פראדאקטיוו.

קען טאקע זיין אז דאס איז די סיבה פון די שלעכטע בליק וואס מהאט דערוף צוליב דעם וואס די קליגע שעמן זיך צו זאגן אז זיי קומען פון דארט און די ... זענען די וואס גרויסן זיך דערמיט..

(נאכאמאל איך האב אויך אלס געהאט (און נאכאלס..) די שלעכטע בליק אויף עס, וועגן דעם בין איך טאקע קיינמאל נישט געגאנגען, אבער מקען עס נישט אוועקמאכן סתם אזוי ווען עס העלפט שטארק פאר אסאך מענטשן).
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

:lol:
שמו האט געשריבן:על כגון דא נאמר
דער עולם צוגייט!! פון מתיקות נועם דבריו.

אריין אין דיקשאנערי ;l;p-
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
נאך איינער

Re: זענט איר געווען ביי פראדוקטיוו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

זעי איך איצט עדווערטייזט פרישע שיעורים אין די פראדוקטיוו קלאסן, דאכציך שוין לאנג נישט געזען עדווערטייזט, געמיינט אז ס'איז שוין אינטער געגאנגען,

איך זיך אינפארמאציע פאר איינער וואס קען עס מעגליך ניצן, איז דא תלמידים דא ואס קענען איבערגעבן אינפארמאציע?

אזוי אויך שרייבן זיי אז ס'קאסט נישט קיין געלט דורך עפעס א פראגראם, איינער מיט אינפארמאציע ווי אזוי דאס ארבעט?
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: זענט איר געווען ביי פראדוקטיוו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

נאך איינער האט געשריבן:זעי איך איצט עדווערטייזט פרישע שיעורים אין די פראדוקטיוו קלאסן, דאכציך שוין לאנג נישט געזען עדווערטייזט, געמיינט אז ס'איז שוין אינטער געגאנגען,

איך זיך אינפארמאציע פאר איינער וואס קען עס מעגליך ניצן, איז דא תלמידים דא ואס קענען איבערגעבן אינפארמאציע?

אזוי אויך שרייבן זיי אז ס'קאסט נישט קיין געלט דורך עפעס א פראגראם, איינער מיט אינפארמאציע ווי אזוי דאס ארבעט?

ס'איז נוגע למעשה? אויב יא, אדער קען איך דיר ענטפערן אין אישי, אדער טוט וואס איר פארשטייט..
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: זענט איר געווען ביי פראדוקטיוו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

איבער די פרייע קלאסען.
ער אפלייד פאר א קרעדיט קארד אויף דיין נאמען און נוצט די פוינטס אלס באצאלדונג.

איבער די וואס גייען אריבער דעם פראגראם...
זיי שפירען זיך זיכער אין סיי ועלכען שמועס, אפילו אין א זאך וואס איינער פרובירט אויפצוקומען מיט א נייע אייטעם וואס איז נאך נישט פערהאן אויף מארקעט...
און ווען מען זאגט אז מען וויל אליין רעדן אן זייער אנוועזנהייט, דאן איז זיין זעלבסט זיכערהייט נאך גאר העכער און ער אפפערט דיר נאך בעסער צו מאכען די פראדוקט וואס דו זעלבסט ווייס נאך נישט פונקטלעך וויאזוי דאס ארבעט...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

Re: זענט איר געווען ביי פראדוקטיוו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

צו געזונט האט געשריבן:איבער די פרייע קלאסען.
ער אפלייד פאר א קרעדיט קארד אויף דיין נאמען און נוצט די פוינטס אלס באצאלדונג.


די מהלך איז שוין אלטמאדיש. היינט איז ער שוין סאך מער סאפיסטיקירט: עלה והצלח (וואס איז, אגב, דער זעלבער מענטש ווי פראדאקטיוו קורס...) האט א מענטש וואס באקלעבט א מענטל העלט דיאגנאזע אויף דעם באטרעפנדנ'ס א קינד, דערנאך סיינט ער אויף פאר קעיר מענעדזשמענט און HCBS סערוויסעס דורך HAND IN HAND (וואס ווייסט מסתמא נישט די ווירטשאפט...), און בינגא - ס'דא גענוג און נאך געלט פאר די פראדוקטיוו קורסעס.

אויב איז עס איינעם נוגע למעשה און ער דארף מער אינפא קען מען זיך ווענדן אינישי.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
נאך איינער

Re: זענט איר געווען ביי פראדוקטיוו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

Think and Thank האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:איבער די פרייע קלאסען.
ער אפלייד פאר א קרעדיט קארד אויף דיין נאמען און נוצט די פוינטס אלס באצאלדונג.


די מהלך איז שוין אלטמאדיש. היינט איז ער שוין סאך מער סאפיסטיקירט: עלה והצלח (וואס איז, אגב, דער זעלבער מענטש ווי פראדאקטיוו קורס...) האט א מענטש וואס באקלעבט א מענטל העלט דיאגנאזע אויף דעם באטרעפנדנ'ס א קינד, דערנאך סיינט ער אויף פאר קעיר מענעדזשמענט און HCBS סערוויסעס דורך HAND IN HAND (וואס ווייסט מסתמא נישט די ווירטשאפט...), און בינגא - ס'דא גענוג און נאך געלט פאר די פראדוקטיוו קורסעס.

אויב איז עס איינעם נוגע למעשה און ער דארף מער אינפא קען מען זיך ווענדן אינישי.

איז דאס אויסגעהאלטן לעגאל?
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: זענט איר געווען ביי פראדוקטיוו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

נאך איינער האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:איבער די פרייע קלאסען.
ער אפלייד פאר א קרעדיט קארד אויף דיין נאמען און נוצט די פוינטס אלס באצאלדונג.


די מהלך איז שוין אלטמאדיש. היינט איז ער שוין סאך מער סאפיסטיקירט: עלה והצלח (וואס איז, אגב, דער זעלבער מענטש ווי פראדאקטיוו קורס...) האט א מענטש וואס באקלעבט א מענטל העלט דיאגנאזע אויף דעם באטרעפנדנ'ס א קינד, דערנאך סיינט ער אויף פאר קעיר מענעדזשמענט און HCBS סערוויסעס דורך HAND IN HAND (וואס ווייסט מסתמא נישט די ווירטשאפט...), און בינגא - ס'דא גענוג און נאך געלט פאר די פראדוקטיוו קורסעס.

אויב איז עס איינעם נוגע למעשה און ער דארף מער אינפא קען מען זיך ווענדן אינישי.

איז דאס אויסגעהאלטן לעגאל?

וואס איז דאס אנדערש וואו ווען א בחור דארף א אינגערמאן צו צולערענען מיט אים וואס ער קען דאס אויך טוהן עס זאל זיין בחנם?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: זענט איר געווען ביי פראדוקטיוו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

בחנם באקומט מען כונם (פראדאקטיוו קארסאס)
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”