אלעס צוזאם - איר פארשטיייט מסתם - בלויז אויפן גראם!

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

איך האב נישט וואס צו טוהן
איך דריי זיך אהער און אהין
איך זיץ אין די אשכולות
איינס איז טויט און איינס גייט גאר קולות

איך טרעף זיך נישט דאס פלאץ
איך בין דאך נישט קיין שרייבער אוואו שאץ מאץ
ליינען האב איך קיין געדולד
מיין מידעקייט נעמט אויף זיך דעם שולד

נאך אפאר מינוט מישן
אויפן וועלטל אינצווישן
דעם געהענגל האב איך געטראפן
איך האב אים געמאכט אפן

איך הייב אן קלערן
אפשר א גראמער ווערן
ווער זאגט מ'דארף טאקע טויגן
און אז יעדע ווארט דארף זיין געוואויגן

פראבירן טוט נישט קאסטן
ממילא דארף די החלטה נישט זיין געמאסטן
מ'שטעלט צוזאם איין, שיין, ריין, ביין און קליין
ווער קען עס דען נישט טוהן אליין

אויפן קנעפלעך זיך גענומען קוועטשן
ס'איז למעשה יא אן ארבעט אז די ווערטער זאלן מעטשן
גראמען איז נישט מיין פאך
איך דארף פאר יעדע שורה טראכטן אסאך

איך וועל ענדערש זיך גיין אינטערלאנען
ביז די פרימארגן וועט אויפשאנען
גיין שאפן אביסל כוח
פאר די גוף און פארן מוח

איך וועל פריילאזן דעם פאפיר
פאר די וואס טויגן בעסער פון מיר
איך וויל מיר גיין זוכן אנדערע גליקן
ביז השי"ת וועט משיח שיקן
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

וואס??!! מרדכי ביקט זיך נישט פאר מיער????

דאס איז דאך חוצפה אן א שיעור!!!!!!!!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:מיט א גראם זיך אויסטשוכען
אזוי טוט א חכם

מיט שיינע חרוזים געשריבן
ווערט די מרה שחורה פארטריבן

אין דעם אשכול מ'קומט אריין
פארגעסט מען פון יעדע פלאן

מ'ווערט פריש און דערקוויקט
ווען אין דעם אשכול מ'גיט א קוק...

אראפגעברענגט דעם תגובה
ארויסצוברענגען שמעלקעס בליק
אז ס'איז א מקום חשובה
סא שמעלקע קום צוריק
לעב צוריק אויף
דעם געשמאקען אשכול
ברעגנ צוריק ארויף
מכח אל הפועל
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

eller האט געשריבן:ווער האט נאך געדענקט
ווען סיי ווער ס'איז אים געווארען אביסל גענגט
האט ער גראד צו מייזל צום קאמפיוטערל געברענגט
און ארויף אויפן חשובע וועלטעל וואס מ'האט אונז געשענקט
אן מ'האט פארשטייט זיך גראד זיך צום גראמען אשכול געבענקט
און מ'האט דארט אזוי שיין און געשמאק פארברענגט
און פארשטייט זיך ס'האט נישט אויסגעפעלט קיין הסבירים
מ'האט זיך דא מיט די געטראפען מיט אזוינע חשובע חבירים
יעדער וואס האט געוואלט האט גראד קיין התירים
אריין צורעדן דא מיט דיינע דבירים
קיינער האט זיך נישט געפילט דא ווי קיין גרים
יעדער וואס האט נאר געטראכט אדער געפלאנט
אז ער האט די טאלאנט
האט עס געקענט מאכן צושטאנד
מיטן זיך מאכן באקאנט
מיט די חשובע און געטרייע פריינט
וואס ליידער ליידער ליידער זענען שוין נישטא היינט

די לופט איז אזוי געשמאק געווען
נישט עפעס סתם פלעין
יעדער האט דאך עס אליין צוגעזעהן
אבער פלוצלונג איז עפעס שוידערליך געשעהן
ס'איז ליידער געקומען די צייט
ווען די צוויי גרעסטע און געלונגעסטע לייט
האבן פלוצלונג אראפ פון די וועב זייט
מיר האבן דאך פון זיי אזויפיל הנאה געהאט

אנגעפאנגען פון הרב שמעלקע זאפטיגער
וויפיל איך וועל נאר אנפאנגען צו רעדן פון ער
וועט עס נישט קענען געבן אפילו א שטיקל ערקלער
ער האט דאך געפענט די אשכול , אנגעצינדען די נר
צו רעדן פון אים איז מיר גאר שווער
ס'ברענגט מיר צו בענקעדיגע געפילן מיט טרער
אבער דאך מיינע געפעלן דא איך שער
אזויפיל צוגעגעבן צו די וועלטעל דא
אים צוהאבן דא איז געווען א נחת יעדע מינוט און שעה
יעדער האט דאך פון געהאט אזויפיל הנאה
ער האט געלאזט אויף אונז אזא השפעה
וואלטן מיר זיך אויפגעפירט כראוי
וואלט ער נאך אפשר נישט געמאכט די הצאה
וויפיל איך וועל נאר ראדן פון אים איז נישט גענוג
איך ווייס נישט צו ס'איז נאך געווען אזא ניק
וואס האט געהאט אין זיך אלע שטיק
און נאך געווען אזוי ספעשיל יוניק
ער האט אלעס געמאכט און א אויגן בליק
יעדע מאל וואס מ'האט נאר געדארפט א גיט ווארט אדער חיזוק
האט ער גראד געגעבן א שיק
יעדע ווארט וואס כ'זאג איז איבריג
ווען יעדער קען דאך נאך עס געבן א קוק
אקעי כקען נישט רעדן ווייטער וויל פון טרערן איך שטיק....

(האף מיר אז אויב ער וועט טאקע נישט צוריקקומען
וועלן מיר ליידער מוזן מיטשטומען
און דעמאלס אויב איך וועל נישט זיין פארנומען
וועט א הספד פארקומען)

און אוודאי במקום שאין איש
אפילו איך פיל מיר ליידער ביי די כוחות ניש
צו רעדן פאר ניק מיט אזא גרויסע חוש
דאס איז כ"ק הרב רעביש
יעדן טאג געקומען אזוי פריש
און געשטעלט זיינע הערליכע זאכען צום טיש
מיט זיינע רייכע רעיונות און ידועות
דערמאנען דא כ'טו עס
מיט אזא רבישע געשמאק ממש א פליע איז
און ליידער ער איז אראפ פון מציאות

איך האב נישט קיין ווערטער צו זאגען
ווען אזאלעכע געלונגענע יודן וואס מיר האבן געטוען פארמאגען
האבן זיך ליידער געטוען אפטראגען
כ'ווייס נישט וויאזוי צו קלאגען
מיט שווערע מחשבות כ'טו מיר שלאגן

איך האף אין איך בעט
אז ס'איז נאכנישט צו שפעט
און זיי וועלן מאכן א צוריקטרעט
און צורייסן די גט

און מיט א פרישקייט צוריק אויפלעבן
און אונז פון זייערע געלונגענע כשרונות געבן
און ווייטער שיינע תגובות וועבן
מיט הערליכע גראמען קלעבן
און ווייטער בלייבן דא דערנעבן
וואס דאס איז אונזער שטרעבן....

שמעלקע סא פאר
איז די הספד נאך אקטיוו נישט מער געדאכט
סא מיר בעטן דיר דערפאר
קום צוריק און ווי מיר האבן דא אזוי פארבראכט..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

איך זיך א גראם אויף "לאנדא"
אוועטאר
ידען נאמן
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען נאמן »

די גאנצע 'קאנדאו'
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

ידען נאמן האט געשריבן:די גאנצע 'קאנדאו'

שקויעך!
ס'איז פאר א קינד צי ניצן ביים פורים שפיל... האסט עפעס בעסערס?
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

(קאליר) בארדאו
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

צי טון יענעם א טובה זאגט ער קיינמאל נאו
אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמועסער »

לייבעלע הירש האט געשריבן:צי טון יענעם א טובה זאגט ער קיינמאל נאו

אלס א גראם פאר א פורים שפיל געב איך עס א 10 מיט א סמיילי...
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

;l;p-
שמועסער האט געשריבן:
לייבעלע הירש האט געשריבן:צי טון יענעם א טובה זאגט ער קיינמאל נאו

אלס א גראם פאר א פורים שפיל געב איך עס א 10 מיט א סמיילי...

קרעדיט: מאיר אדלער :grin:
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

געשמאקע אייער מיט ברעזל
אה... ס'ריח קיצלט אין נעזל
טרוקענע קאקיס מיט זופ
אוי איז דאס א טיפ...

צוברעקלטע רייס-קעיק מיט טאמעיטעס
פון די זייטן ס'רינט יעדער זעהט עס
צודריקטע באנאנעס מיט כריין
אוי די קאליר אזוי שיין...

צוביסענע ראזשינקעס מיט צוויבל
אין די ציינער ס'פארעמט א גריבל
צוקאליטשטע פאטעיטעס מיט וויין
אוי עס קען דאך בעסער ניט זיין...

פארסמאליעטע מעלאנעס מיט אייז
מיט פארווישטע שפורן פון מייז
צובראכענע מצות מיט פצעי
אוי אין בויך עס טוהט וויי...

אומאידענטיפיצירטע מאראנצן
מיט מורישקעס אויף דעם זיי טאנצן
צושויבערטע הערינג מיט לעבער
אזש פאר'חלש'ט ווערט דער נעיבאר...

צושטאכענע פיש זאפט מיט סלאש
מיט ברעקלעך פון א געוועזענעם קאקאש
פארברענטע טשעריס מיט פיקל
אוי איז דאס א גוט שטיקל...

ראסטיגע וואסער מיט קארן
מ'זעהט נישט וואס דא איז געווארן
אלטע לעטעס מיט מינט
אוי איז דאס א בייזע ווינט...

די מאגן קען נישט פארדייען
די קישקעס טוהן זיך אויסדרייען
די בויך זי יאמערט זי שרעקט
ביז פון שלאף מען דערוועקט...
אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמועסער »

פון אלעם האבעך שוין געהערט, אבער מצות מיט פצעי? נאכינמיין לעבן נישט געגעסן דאס..
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

eller האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:איך זע אז דער עולם טויגט זייער גוט דא, אפשר מעג איך דא בעטן פאר א שיינע פאום ?

אוודאי קענסטו בעטן
אבער ווען דו טיסט אין די אשכול אריין טרעטן
זעהט איר דאך אויפן אשכול'ס נאמען גראד
אז דא מעג מען נאר זיין אין די גראמען מאד
דא איז ערלויבט נאר מיט א גראם
אן קיין שום אויסנאם

נאכאמאל א דערמאנונג
ווען דו ווילסט עפעס דעציילן מיט שפאנונג
אדער זאגן אז אויף עפעס האסטו נישט קיין אנונג
פאר די ברענגט עס ארויס מיטן מויל
זיי נישט פויל
און קוק אויף די קעפל פונעם אשכול
ברענג עס ארויס מכח אל הפועל
און מיט א גראםאזוי לעכטיג און וואויל.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

:? :shock:
טריסקער האט געשריבן:געשמאקע אייער מיט ברעזל
אה... ס'ריח קיצלט אין נעזל
טרוקענע קאקיס מיט זופ
אוי איז דאס א טיפ...

צוברעקלטע רייס-קעיק מיט טאמעיטעס
פון די זייטן ס'רינט יעדער זעהט עס
צודריקטע באנאנעס מיט כריין
אוי די קאליר אזוי שיין...

צוביסענע ראזשינקעס מיט צוויבל
אין די ציינער ס'פארעמט א גריבל
צוקאליטשטע פאטעיטעס מיט וויין
אוי עס קען דאך בעסער ניט זיין...

פארסמאליעטע מעלאנעס מיט אייז
מיט פארווישטע שפורן פון מייז
צובראכענע מצות מיט פצעי
אוי אין בויך עס טוהט וויי...

אומאידענטיפיצירטע מאראנצן
מיט מורישקעס אויף דעם זיי טאנצן
צושויבערטע הערינג מיט לעבער
אזש פאר'חלש'ט ווערט דער נעיבאר...

צושטאכענע פיש זאפט מיט סלאש
מיט ברעקלעך פון א געוועזענעם קאקאש
פארברענטע טשעריס מיט פיקל
אוי איז דאס א גוט שטיקל...

ראסטיגע וואסער מיט קארן
מ'זעהט נישט וואס דא איז געווארן
אלטע לעטעס מיט מינט
אוי איז דאס א בייזע ווינט...

די מאגן קען נישט פארדייען
די קישקעס טוהן זיך אויסדרייען
די בויך זי יאמערט זי שרעקט
ביז פון שלאף מען דערוועקט...

איך האב אריינשפאצירט אין דעם אשכול דעם היכל,
איך האב נאכנישט אראפגענימען מיין שמייכל,
דא שרייבן נאר אידעלעך מיט שכל,
אבער טרערן פון געלעכטער א גאנצער טייכל,
ווען איך האב געזעען דעם תגובה אזוי רייכ'ל,
טריסקער, איך האב מיר געוואלט יעצט זעצן עסן,
פון מיין אפעטיט האב איך פארגעסן,
פאר'ן מיר מאכן אזוי גוט שמייכל'ן וויל איך דיר בלעסן,
זאלסט אלעמאל קענען מיט דיין מויל און פעדער,
מאכן לאכן א יעדער,
סיי די יונגע אין די וויגעלעך אויף רעדער,
סיי די אלטע אין די מארינבאד בעדער,
אוי טריסקער... מה נהדר....
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

צום נייעם יאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ווען די יאר גייט פארביי
אין עס קומט א יאר א ניי
א ברכה וואונטשן דא איך גיי

ס'זאל זיך גיסן השפעות מן השמיא
מיט ברכות עד בלי די
בני חיי ומזונה רויחי
געזונט פרנסה, און זעהן נחת פון די קינדער, פון זיי

קוק צו, הבט וראה
צו אונזער קול דמאי
נעם אן אונזער געבעט און אונזער געשריי
די צרות איז שוין גענוג יותר מדאי
די אלע שלעכטע גזירות, צורייסן איז כדאי

און פאר אלע קראנקע אידן די חולי
זייער יסורים און פלאג, זעה און פארשטיי
זיי מקיים די רפאינו ה' ונרפה

און די אלע פון די חבריא
וואס ווארטן נעבעך אין די רייע
פאר שוין צוזאם די צוויי

און די אלע פארפעלקער וואס לעכצען נאך א וויינעריי
זייער מזל איבער דריי
מיט לעכטיגע קינדער זיי דערפריי

די אלע טויזענטער אוועקגעפאלענע אין די מדינת ישראל מיליטער, אוי וויי
און די אלע פארווארפענע נשמות, למען אחי
וועק צוריק אויף אין זיי די חלק אלקי.

און מיר בעטן צום באשעפער צום קל חי
און ספר פון צדיקים פארשרייב אונז דערביי
מיט א זיס לעכטיג יאר, מיר זענען דיר דאך געטריי.

ס'זאל שוין זיין די יאר פון ביאת המשיח, הלואי
ווען די גאנצע וועלט וועט הערן די שריי
פון יתגדל ויתקדש שמיא.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

eller האט געשריבן:ווען די יאר גייט פארביי

אמן ואמן!!!
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

שוין דריי מעת לעת,
אין עין טית,
זיסע מייערן איך עס,
אין הימל זאגט מען יעס,
פאר ענק טוה איך עס,
איך מאך דעם גרויסן נס,
ארויס פונעם גלות פּרעס,
אלע רשעים זיין א מת,
בגדי ישע דרעס,
די גאולה שלימה וְאֶת,
דער בית המקדש; איי געס.
אמן.
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

מיין שטעלונג האט געשריבן:שוין דריי מעת לעת,
אין עין טית,
זיסע מייערן איך עס,
אין הימל זאגט מען יעס,
פאר ענק טוה איך עס,
איך מאך דעם גרויסן נס,
ארויס פונעם גלות פּרעס,
אלע רשעים זיין א מת,
בגדי ישע דרעס,
די גאולה שלימה וְאֶת,
דער בית המקדש; איי געס.
אמן.

איר זענט פריש און מינטער,
שוין דריי טאג אינעם לאנגען ווינטער,
אבער איך מיין אז איר זיצט באקוועם אין א ספרינטער,
אז איר נעמט די מייערען ארינטער,
דאן זענט איר א געזינטער,
ווייל אייער מאגן,
קען דאס נאך פארטראגן,
וואס זאל איך אייך זאגן???...
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

שיינע גראמען באווייזט-דאך-ער,
אבער פארט אזוי שווער פאסט-דאך-ער,
הערשל פאסטעכער.
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

מיין שטעלונג האט געשריבן:שיינע גראמען באווייזט-דאך-ער,
אבער פארט אזוי שווער פאסט-דאך-ער,
הערשל פאסטעכער.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך געב דאס א לייק,
אויפ'ן לייטער פון גראמען ווייטער שטייג...
שבת שלום ומבורך,
פאר אייך און פאר יעדן אורח...
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אז נודה געפינט זיך דאהי,
לאמיר דעם אשכול געבן א צי,
שארף אויס דיין שטימע, און נעם די מייק אין האנט,
מיר ווארטן אויף דיינע פערל ווערטער געשפאנט..
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך טויג נישט
מוועט נאר ווערן צומישט
בעסער רוף אהער עלער
איך זעה ער איז דאהי ביי עטליכע פעלער
זאל ער ווייזן זיינע קענטעניסן
וועט יעדער אוודאי געניסן
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

נודה לך האט געשריבן:איך טויג נישט
מוועט נאר ווערן צומישט
בעסער רוף אהער עלער
איך זעה ער איז דאהי ביי עטליכע פעלער
זאל ער ווייזן זיינע קענטעניסן
וועט יעדער אוודאי געניסן

געהערט פון קראנטע קוועלער
אז מ'רופט עלער
כ'זאל קומען שנעלער
ביי די פעלער
פארוואס עפעס בין איך זוכה
אבער פאר אלעם בין איך מוחה
אויף דעם וואס נודה זאגט מי אנכי
ווען היינט
איז שוין פאר יעדעם באקאנט
פון נודה מיט זיין טאלאנט
וואס לייכט און שיינט
און נאך אזוי בפניו
האלט ער זיך פאר א עניו
אז ער טויגט נישט
און ער מיינט אז זיין טאלאנט ווערט אזוי שנעל אפגעווישט
און די גוטע צייטן
שוין א צייט א ווייטן
פלעגן זיך תגובות בייטן
און נודה איז געווען אינדערמיט
און געגאסן גראמען מיט אזא אפעטיט
מיט זיין שיינע שניט
און אזוי הערליך און גיט
וואס איז געשעהן די מינוט
אז דו זאגסט דו טויגסט ניט ?

אקעי צוריק צום ענין
כ'בין ארויסגעלאפן פון מיין מנין
און גראד אריין צום גראמען בנין
צן זעהן
וואס איז געשעהן
עפעס נישט פלעין
אז מ'האט מיך געלאדענט היינט
איז דאס אויפצונעמען נייע פריינט ?
אויב יא שלום עליכם מאכט אייך באקאנט
מיר שטרעקן אויס א האנט
פאר אייער טאלאנט..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

עלער יישר כח פארן קאמפלימענטירן
און ספעציעל פאר אונזער הארץ שפירן
נישט אונז לאזן פארפרירן
פון די שטילקייט וואס טוט עקסטירן
ארויגענומען זיינע פענע מיט די פאפירן
און מיט זיינע שיינע גראמען אונז קען מיר שטאלצירן.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”