בלאט 1 פון 2

יישר כח ! אידיש וועלט פארומס !!!

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 11:28 am
דורך eller
י דיש וועלט פארומס באמת א גרויסען דאנק.
י עצט שרייב איך עס, אבער געדארפט האב איך שוין לאנג.
ש רייבענדיג די 1000 תגובה איז שוין העכסט געקומען די שעה .
ר עכן איך ארויסצוגעבן מיין געפילן ווי שטארק כ'האב פון דא הנאה .

כ שמו כן היא ! אזא שיין אידיש וועלטעל ! אין אזא שמיציגע וועלט.
ח סדי השם אז עס איז נאך דא א ריינע פלאץ . ספעציעל פאר הייליגע אידן אויסגעשטעלט .

א יך ווייס נישט פאר וועם כ'דארף מיין טיפע דאנק ארויסגעבן.
י עדער דא באזונדער טוט דאך דא אזויפיל צוגעבן .
ד עריבער וועל איך דא ארויסגעבן מיין שכח און דאנקבארקייט.
י עדן טאג אזא געשמאקע פלאץ זיך אויסצוגעבן אין די פרייע צייט.
ש טילענדיג די נייגער מיט אזויפיל רייכע ידיעות אין רעיונות .
ע פעס וואס כ'וויל נאר וויסן ווערט גלייך פארענטפערט דורך אזויפיל בעלי כשרונות.

ו וי שיין ביסטו וועלטעל וואס אין דיר קען מען אלעס געפינען .
ו ועלעכע נעמט אריין יעדעם !. אפילו נישט קיין שרייבער.נאר אפילו נייגעריגע ליינער דערינען .
ע רלויבסט יעדעם סיי שרייבער ,פרעגער,און קאמענטירער, צו זאגען זיינע הגהות.
ל ויט פארשטייט זיך די ערליכע און אויסגעהאלטענע כללים וואס נאר אזוי כראוי איז.
ט אקע דא דארף כ'באדאנקען די מנהלים אין אחראים פאר זייער שווערע ארבעט צענדליגע שעות ..

פ ין נייעס ביז נגינה, אריין צום ביהמ"ד ביז עצות און טיפס וואס אזויפיל יודן ווערן געהאלפן דערפון .
א נאליזען אין ארטיקלען פון הערליכע שריפטשט"עלער" ביז פשוטע עמך יודן'ס געדאנקען טרעפט מען דערין .
ר יכטיג א כשרע און אויסגעהאלטענע פלאץ ווי מען קען זיך אביסל אויסגעבן .
ו ויפיל יודן ווערן ב"ה דורך דעם אפגעהאלטען פון זיך דרייען פון אום אויסגעהאלטענע פלעצער דא דערנעבן .
מ יט מיינע שענסטע פארבן וויל איך מיין טיפע הכרות הטוב ארויסברענגען מכח אל הפועל .
ס' זאל שוין בקרוב ארויסשרייען משיח איז דא אויפן הויפט אשכול...

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 11:30 am
דורך חושב מחשבות...
;l;p- ;l;p- ;l;p- מזל טוב! מזל טוב!

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 11:33 am
דורך שמעלקא זאפטיגער
מזל טוב, א גלעזעלע לחיים.
כשם שהגעת לאלף ניק'ס, יה"ר שכן תמשיך ותעלה מעלות רמות בעולם היהודי, ותגובותיך יהיו לאלפי רבבה.
ונאמר אמן!
מזל טוב, מזל טוב...

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 11:40 am
דורך אויסגערעכנט
מזל טוב עללער פאר די טויזענטסטע.... אזא תגובה פאסט אלס דיין טויזענטסטע תגובה... מזל טוב מזל טוב.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 12:15 pm
דורך משה מאשקאוויטש
הערליך! עס קומט זיך דיר באמת צו זיין א 'שר האלף' נאכן שרייבן אזא שיינע דאנק בריוו.

יעצט מאך זיכער נישט צו בלייבן שטיין ביי דעם, אפילו ס'איז זייע געשמאק צו זעהן די דריי זערא'ס נאכן איינזער, וייל עס איז פיל שענער עס צו זעהן שטיין נאכן צווייער, דרייער, וכו'

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 1:10 pm
דורך וואוילע שעפעלע
הערליך רב עלער!

א שליח ציבור ארויס צו ברענגען די געפילן פון אונז אלע פאר דאס פלאץ

עלה והצלח!!

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 1:51 pm
דורך טשאלענט
[align=center]מזל טוב @עללער!!!

בשם כל חברי האייוועלט, פארן אונז שטענדיג מהנה זיין!!!
[/align]

איך בין נישט קיין שרייבער (?). נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער... :?: :?: :?:

עפעס שטימט נישט דא...

אויב דאס זענען נאר דיינע קאמענטארן, דאן ווארטן מיר שוין צו זעהן וואס דיינע שרייב געצייג זענען!!!

קיפ אפ!!!!!

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 2:50 pm
דורך eller
יישר כח פאר יעדעם ...כ'קען ניצן קאמפלימענטען....

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 2:50 pm
דורך eller
טשאלענט האט געשריבן:[align=center]מזל טוב @עללער!!!

בשם כל חברי האייוועלט, פארן אונז שטענדיג מהנה זיין!!!
[/align]

איך בין נישט קיין שרייבער (?). נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער... :?: :?: :?:

עפעס שטימט נישט דא...

אויב דאס זענען נאר דיינע קאמענטארן, דאן ווארטן מיר שוין צו זעהן וואס דיינע שרייב געצייג זענען!!!

קיפ אפ!!!!!

וואס איז שווער צו פארשטיין ? וואס שטימט נישט ??

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 2:51 pm
דורך טשאלענט
eller האט געשריבן:יישר כח פאר יעדעם ...כ'קען ניצן קאמפלימענטען....

נאכדערצו ווען סקומט זיך דיר.......

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 2:51 pm
דורך eller
טשאלענט האט געשריבן:[align=center]מזל טוב @עללער!!!

בשם כל חברי האייוועלט, פארן אונז שטענדיג מהנה זיין!!!
[/align]

איך בין נישט קיין שרייבער (?). נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער... :?: :?: :?:

עפעס שטימט נישט דא...

אויב דאס זענען נאר דיינע קאמענטארן, דאן ווארטן מיר שוין צו זעהן וואס דיינע שרייב געצייג זענען!!!

קיפ אפ!!!!!

ווי מיין אונטערשריפט זאגט בין איך קיין שרייבער......

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 2:52 pm
דורך eller
טשאלענט האט געשריבן:
eller האט געשריבן:יישר כח פאר יעדעם ...כ'קען ניצן קאמפלימענטען....

נאכדערצו ווען סקומט זיך דיר.......

יא כ' דארף אפשר צו לייגען צו מיין אונטערשריפט אז איך בין אויך א מענטש וואס קען ניצן קאמפלי.... ???

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 6:27 pm
דורך משה כספי
יישר כוחכם הרב eller א שיינעם שטיקל דא ארויסגעברענגט די גיוואדיגקייט פונעם וועלטעל, אבער ליידער "עולם" הפוך ראיתי נישט קיין שרייבער, שרייבט אן מייסטערהאפטיגער געשרייבאכטס! עניוועי אלס גוט צו האבן פרעגער ווייל נאר אזוי קלארט מען אויס! קיעפ אאן! פרעג און קאמענטיר, אבער ביני לביני מעגסטו אביסל שרייבען אזעלכע ארטיקלען אויף דעם אופן, און אי"ה ווען די וועסט ווערן א שרייבער וועט נאך זיין אסאך בעסער, איך קען קוים ווארטען אויף דיינס א שרייבערישע ארטיקל
בעסט ווישעס שר האלף
מזל טוב!

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 9:02 pm
דורך מטעמים
;l;p- מזל טוב מזל טוב.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 3:59 am
דורך געשמאקער
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:הערליך רב עלער!

א שליח ציבור ארויס צו ברענגען די געפילן פון אונז אלע פאר דאס פלאץ

עלה והצלח!!

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 11:51 am
דורך לכאורה
מזל טוב ELLER

איך וויל דיר שוין לאנג פרעגן פשט אין דיין ניקנאמען. דו הייסט העללער (בארץ ישראל: עללער) אדער דו וואוינסט אויף די עלערי גאס?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 2:22 pm
דורך eller
לכאורה האט געשריבן:מזל טוב ELLER

איך וויל דיר שוין לאנג פרעגן פשט אין דיין ניקנאמען. דו הייסט העללער (בארץ ישראל: עללער) אדער דו וואוינסט אויף די עלערי גאס?

ווי איז דאס עלערי גאס ???

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 1:06 pm
דורך לכאורה
עלערי לויפט צווישן פלאשינג און פארק, פון מארסי ביז בראודוועי (דאן דרייט זיך עס אביסל איין)

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 6:58 pm
דורך טריסקער
הערליך עללער'ל!

דארפסט אריינקומען אין די גראמען אשכולות ארויסקוועטשען אביסל געפילן פון אונזערע שטיינערנע הערצער! ביזט פיינע נייעס!

מזל טוב מזל טוב! הצלחה וברכה בכל מעשה ידיך!

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 6:00 am
דורך פטיש
;l;p- ;l;p-
מזל טוב מזל טוב
כשם שזכית לכתוב ולהגיע ל1000 תגובות
כך תזכה לגמור ולסיים עוד 1000 בטוב טעם ודעת במהרה

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 5:15 pm
דורך טשאקלעט
זייער שיין עללער !!!
אויב איך מעג פרעגען, וואסי פשט פין דיין ניק ?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 6:30 pm
דורך eller
טשאקלעט האט געשריבן:זייער שיין עללער !!!
אויב איך מעג פרעגען, וואסי פשט פין דיין ניק ?

שוין דורך געקאכט..
און איין מאל פאר אלעמאל נאכאמאל קלארשטעלן די ווארט האב איך ערגעטץ באגעגענט ממש פאר איך האב מיך דא אריין געסיינט אין נישט וויסענדיג אז יעדער ניצט אידישע נעמען האב איך דאס געגעבן א נעם..
דא ליגט נישט נישט מיין נאמען און נישט מיין עלטערענס נאמען מרומז בכלל ..

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 1:21 pm
דורך חביבי
מזל טוב עלי

עס איז א הנאה צו האבן דא אזעלכע ניקים ווי עלער, רעדט צום זאך, גראד צום פוינט, שטעלט אוועק א זאך מיט א קלארקייט

עלי! יו אר גרעיט!!!!!

געשריבן: מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:33 pm
דורך eller
צו מיין 2000 טע תגובה וויל איך נאכאמאל זיך באדאנקען פאר יעדע איינציגסטע ניק וואס דרייט זיך דא אין מאכט עס שענער און מער קאלירפול
און באזונדער פאר יעדעם וואס האט מיך ארויסגעהאלפן מיט מיינע שאלות און פראגעס
און אזוי אויך צום וועלטעל בפרטיות אין די מנהלים און אחראים און יעדער וואס העלפט ארויס דא פארן מיר געבן א פלאץ ארויסצוגעבן מיינע 2 סענט און מיינע הערות. און קאמענטארען. פראגעס. און קריטיק און מיר געבן א ערליכע מקום זיך צו קענען אויסגעבן אין מיינע פרייע צייט
א דאנק אייך אלע.
(באמת האב איך געפלאנט צו מאכן א הערליכע ארטיקל איבער א חשובע נושא אבער יעך האב נישט געטראפן די צייט אין די געדולד כ'האף נאך עס משלים צוזיין) אבער די דאנק קומט זיך אייך סייווי .

געשריבן: מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:43 pm
דורך וואוילע שעפעלע
מזל טוב עלער!!

מיר קוקן ארויס צו פארברענגען מיט אייך נאך פיל שעה'ן און תגובות מיט די זעלבע געשמאק ווי ביז היינט!

קיפ איט אפ