בייזער'ן אשכול.! קימט אהער זיך אויפרעגן און בייזער'ן...

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 2:36 pm

הערסט אויף..???!!!!
סטאפ שוין!! זאפארט!!

כ'האב מער גארנישט מיט דיר און גיי דיר ווי די ציפעדיגע פלוימען וואקסט!!

ניין! כ'וויל מער נישט הערן פון דיר! רעדט מער נישט צו מיר און טראג זיך אפ פון דא!
כ'גיי סייווי נישט פאלגן וואס דו זאגסט מיר! איים דאן וויט יאא יצר הרע'לע!!

#תשובה
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 2:23 pm

שמועסער האט געשריבן:הערסט אויף..???!!!!
סטאפ שוין!! זאפארט!!

כ'האב מער גארנישט מיט דיר און גיי דיר ווי די ציפעדיגע פלוימען וואקסט!!

ניין! כ'וויל מער נישט הערן פון דיר! רעדט מער נישט צו מיר און טראג זיך אפ פון דא!
כ'גיי סייווי נישט פאלגן וואס דו זאגסט מיר! איים דאן וויט יאא יצר הרע'לע!!

#תשובה

אזוי ווי די shut down אינעם קאמפיוטער. אן קיין טענה'ריי.
אהער אהין, די סיסטעם איז ביזי, א קוועטש דעם באטן. out.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 1:13 am

גענוג איז גענוג!!! שוין טויזענט מאל פארשיקט סארא פעגע רע,

פיץ אפ פון דאנעט זאפארט,

זזזזזזז זזזזזז ווער האט דיך גערופן דא
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג דעצמבער 24, 2017 4:38 pm

ווייל ער האלט נישט דערביי, ער האט עס זייער ליב, און ער וועט זיך טרעפן אלע ראיות אז ער איז גערעכט, און גיין מיט די קאפ אין וואנט אריין. און ס'איז א שאד מיינע וואוקעל קארדס זיך צו טענה'ן מיט'ן. און כאטש אז דו הערסט וואס קלוגערע פון דיר זאגן וואלסטו כאטש געגאנגען אויפן גוטן נארמאלן וועג, נאר דו האלסט נישט דערביי. איך קען מיך מיט דיר נישט טענה'ן. איך וועל שטיין שעות ארוכות און זיך טענה'ן מיט דיר, ס'איז ממש א שאד. מיין שכל פארנעמט נישט דיינע אויבער-קלוגע דיבורים וואס טענה'ן אז איך בין פארמאכט, זיי מיר געזונט. ביי. א שאד אז מיר האבן זיך געטראפן. דער מסילת ישרים שרייבט שוין אויף דיר אז די 'שכל' האט גארנישט צוטון מיט 'שכל' נאר מיט דיינע אייגענע רצונות וואס דו ווילסט נאכגעבן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג ינואר 01, 2018 10:25 pm

הער אויף! אבער שוין!
דאס אז איך בין געווען א גוטער און געדאוונט פארן עמוד ביז גאל ישראל מיינט בכלל נישט אז איך האב א קאצקע ציקער מער אחריות וואו דיר צוצוענדיגן הויכע שמוינעשרה!
איך ווייס האסט מיר גארנישט געזאגט אבער פארוואס שפיר איך כאילו דו האלטסט אז איך דארף צוריק שפאצירן צום עמוד און ענדיגן דעם דאווענען? האאא??
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » זונטאג יולי 29, 2018 11:06 am

גיימער זיך רעגן נא וואס גייט פאר אזא ירידת הדורות מ'קען זיך נישט אביסל רעגן נא מ'קען מיינען די שיך וואס איז שוין וועט מען איבער קויפן די עיקר זיך צו רעגן
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

ששי ותלמי
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 8:01 am

תגובהדורך ששי ותלמי » מאנטאג יולי 30, 2018 1:03 pm

א מין אויסגעריפענע שמויטעפאנע דער, באדזזש'וועט אריין אין מיין אויער שוין א האלבע שעה, דער פליג

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 2:07 pm

די מאסקיטא פעיגערט!! שוין געציפט! גענוג, ארויס!!

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 5:18 pm

אדער יא האט געשריבן:די מאסקיטא פעיגערט!! שוין געציפט! גענוג, ארויס!!

דער דערמאנט מיר ווי כפלעג ארומגיין מיטן שמייסער זיי זענען געפאלן ווי די פליגן.... כמיין מוסקיטן.. כהאמער אויסגעגעבן ס'כעס פארן גאנצן הייסן בייסינדיגן שוויציגן נאכט.....אזש די ווענט זענען פאר בלוט רויט געווארן!! אקארשט דאן האט זיך מיין צורוישטער געוויסן אביסל געשטילט.....קומענדיגן נאכט אודך ......



ב"ה ס'איז דורך! ס'איז דורך!
. . . . . . .

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 5:19 pm

הא הא, דער ציפער איז שוין טויט... (אבער מיינע הענט טוהן וויי..)

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 5:26 pm

די זומער איז שוין אויכט אריבער געפלויגן! מ'בלאזט אוי ס'פאלט א ציטער
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 5:27 pm

אדער יא האט געשריבן:הא הא, דער ציפער איז שוין טויט... (אבער מיינע הענט טוהן וויי..)

סארי, ראנג אשכול! דער אשכול איז בלויז אויף זיך בייזערן! אויף זיך צו בארואיגן מוזט איר עפענען א בארואיגן אשכול, פארשטאנען?? איך וויל דיר נישט דארפן זאגן נאכאמאל!!
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 5:29 pm

קענסט בלייבן אין מייקראוועיוו

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 6:18 pm

וואס ווילסטע??? ער זאל ווערן מער אנגעהיצט?
טייל פון די סארטן קארטאפל: גאנצע, אפגעשיילטע, צומאלענע, מיט אייער, מיט זאלץ, מיט סעלצער, מיט אויל, אין א בעקעלע, אין אויוון, אפגעבאקן, ליל שישי, אווערנייט קוגל.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 6:27 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:הא הא, דער ציפער איז שוין טויט... (אבער מיינע הענט טוהן וויי..)

סארי, ראנג אשכול! דער אשכול איז בלויז אויף זיך בייזערן! אויף זיך צו בארואיגן מוזט איר עפענען א בארואיגן אשכול, פארשטאנען?? איך וויל דיר נישט דארפן זאגן נאכאמאל!!

דארפסט נישט זאגן נאכאמאל! האסט נישט געדארפט זאגן איינמאל אויכנישט! קיינער האטער נישט געפרעגט וואס צו טון! ווילסטעך בייזערן ?? נו בייזער! איינער לאטעך נישט??? הא? האאא? כערנישט?! נא געגאנגען בייזער ביזן לבנה אין נאך העכער...... אבער טייל נ י ש ט איין דא וואס צו טון! פארשטאנען? גיי דא גיי דארט דאס געהענגל, דער געהענגל, הענגל מיר נישט אין קאפ אריין!!!! בייזער אם און געגאנגען!! לאז מנוחה אלעמען!!!!

יעצט וויל איך דיר הויעך אנפייפן, ווי דער רבי האט געהייסן.

און אויסרופן הויעך!!!

ב"ה יעצט בינעך אסאאאאאך רואיגער!!!
א דאנק פארן זיין דער גוטער שליח
. . . . . . .

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 6:36 pm

נא שוין בעסער? מען קען זיך רעגן בקול דממע דקה
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 11:36 am

צ/ק

איז דעס נארמאל אז דער מלבוש אויפן קאפ וואס אונז גיימער יעדען שבת איז אן עוורידזש 3 אלפים? וועלכע ביליאנער גייט מיט אזא טייערען מלבוש?

אקעי איך בין שוין גענוג אנגעדרייט, איך גיי נישט שעלטן

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 11:48 am

Haklal האט געשריבן:צ/ק

איז דעס נארמאל אז דער מלבוש אויפן קאפ וואס אונז גיימער יעדען שבת איז אן עוורידזש 3 אלפים? וועלכע ביליאנער גייט מיט אזא טייערען מלבוש?

אקעי איך בין שוין גענוג אנגעדרייט, איך גיי נישט שעלטן

קענסט שוין אויפהערן!
ספאנגט זיך נישט אן די גאנצע מעשה. פאנגט נישט אן צו קאסטן קיין דריי בכלל נישט איך ווייס נישט אויף וועלכע פלאנט די לעבסט אז די זאגסט ס'קאסט דריי. ביסט אינגאנצן אויפ'ן קאפ געפאלן? ווי האט מען אזאנסט געהערט? קיינמאל נישט אפשר פאר פופצן יאר צוריק היינט? קיינער צאלט נישט דעם פרייז!
מ'צאלט היינט אינגאנצן דערפאר 8 אלפים! דעטס איט
קענסט שוין אנהייבן....

מחאה
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 6:40 pm

.
לעצט פאראכטן דורך מחאה אום דאנארשטאג ינואר 17, 2019 6:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 7:00 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:צ/ק

איז דעס נארמאל אז דער מלבוש אויפן קאפ וואס אונז גיימער יעדען שבת איז אן עוורידזש 3 אלפים? וועלכע ביליאנער גייט מיט אזא טייערען מלבוש?

אקעי איך בין שוין גענוג אנגעדרייט, איך גיי נישט שעלטן

קענסט שוין אויפהערן!
ספאנגט זיך נישט אן די גאנצע מעשה. פאנגט נישט אן צו קאסטן קיין דריי בכלל נישט איך ווייס נישט אויף וועלכע פלאנט די לעבסט אז די זאגסט ס'קאסט דריי. ביסט אינגאנצן אויפ'ן קאפ געפאלן? ווי האט מען אזאנסט געהערט? קיינמאל נישט אפשר פאר פופצן יאר צוריק היינט? קיינער צאלט נישט דעם פרייז!
מ'צאלט היינט אינגאנצן דערפאר 8 אלפים! דעטס איט
קענסט שוין אנהייבן....


איך האב געזאגט 3 אלפים ווייל אפשר איז דא 75 יעריגע יודן וואס זייערס האט געקאסט 250 דאללער ווען מען איז אראפגעקומען פין שיף, אבער לכאורה איז די עוורידזש אסאך העכער

ממש נישט צים פארשטיין וואס דא טוט זיך

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » פרייטאג ינואר 11, 2019 12:22 pm

און וואס איז מיט די הייזער עס פלעגט קאסן נישט לאנג צוריק 75 טויזנט א שיינע פריוואטע הויז
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג ינואר 13, 2019 12:31 am

אלעס איז די דילעפעווארס, און פילדערס, און די בלאוקערס שולדיג.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג ינואר 13, 2019 12:35 am

אויפגעפרישט האט געשריבן:און וואס איז מיט די הייזער עס פלעגט קאסן נישט לאנג צוריק 75 טויזנט א שיינע פריוואטע הויז


אין הנידון דומה לראי', הייזער איז א מארקעט אין ווערט קאנטראלירט דורך סאפליי אין דימענד משא"כ שטריימלעך איז א יודישע מארקעט אין איז א גרויסע עולה אז מען האט ארויפגעברענגט די מארקעט זייער טייער
איך גיי מיט א שטריימל נישט ווייל איך בין א חסידישער יוד רייט נישט אויף מיר

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג ינואר 13, 2019 1:01 am

נו גיי שוי גיי דארטן, וואס שרייסטע הא? פאר דעם שרייט מען? קענסט מיר זאגן דרייווער וואס די וועג געדארט אזוי לאנג? דו באלאנד.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג ינואר 13, 2019 3:59 am

Haklal האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן:און וואס איז מיט די הייזער עס פלעגט קאסן נישט לאנג צוריק 75 טויזנט א שיינע פריוואטע הויז


אין הנידון דומה לראי', הייזער איז א מארקעט אין ווערט קאנטראלירט דורך סאפליי אין דימענד משא"כ שטריימלעך איז א יודישע מארקעט אין איז א גרויסע עולה אז מען האט ארויפגעברענגט די מארקעט זייער טייער
איך גיי מיט א שטריימל נישט ווייל איך בין א חסידישער יוד רייט נישט אויף מיר


אנטשולדיגט אבער איר מאכט א גרויסן טעות.
אויב די גאנצע סיבה פונעם שטריימל אויף אייער קאפ, איז נאר ווייל דו ביסט א חסידישער איד, נעם א קאפל דריי ארויף א וויידל און א שטריימל איז געבוירן, און ביזט יוצא לכל הדעות, ווילסט אבער נישט ווייל דו שעמסטעך, אויב דאס איז די מעשה זיישע מוחל און באצאל ווי א טאטעלע...
. . . . . . .


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט