בלאט 1 פון 2
999 !!!!
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 12, 2007 9:30 am
דורך איזאק
ניין הונדערט און ניין און ניינציגסטע תגובה !!!!
וואס עפעס דארף איך סעלעברעטן די טויזענטסטע ??, וויל איך נישט !!
999 געפעלט מיר אסאך מער, הוי וויפיל ברידזשעס זענען דורכגעלאפן אונטער די וואסערן זינט מיין ערשטע תגובה.
וויפיל פאר שיך האבן זיך צוריסן אין די קורצע תקופה.
הוי געוואלד, וויפיל בלעק ענד ווייטס האב איך געגעסן אין די צייט.
אקעי איך הער שוין אויף, עניוועי וואסא חילוק, דאס איזעס 999 און פארטיג.
איך האב גארנישט מער צו צולייגן, אקעי ? ביי
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 12, 2007 9:49 am
דורך קרעמער
ווייזט אויס אז שר חמש מאות געפעלט דיר בעסער ווי שר האלף. לאמיר זעהן אויב דיין רייץ צוריקצושרייבן פאר די מגיבים דא וועט זיין שטארקער ווי די גלוסט צו פארבלייבן א שר חמש מאות.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 12, 2007 10:19 am
דורך וואס
מזל טוב !! זאג מיר נישט אז דו האסט געגעסן 999 בלעק ענד ווייטס.
אדער אז 999 ברידזשעס האבן זיך געדרייט אונטער די וואסערן.
אדער אז דו האסט צוריסן 999 פאר שיך...
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 12, 2007 11:07 am
דורך לחיים ולברכה
מזל טוב! זאלסטו שנעל אויסוואקסן דעם טיטל.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 12, 2007 2:40 pm
דורך דארפסמאן
נא ווי לאנג דארף איך ווארטן עס זאל שוין ווערן טויזענט
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 12, 2007 4:23 pm
דורך איך_הער
דער עולם כאפטצעך נישט, אז דער איזאק, האט אויך גאנץ אינטערעסאנטע איידיעס, דער פראבלעם אינאר, אז ער לאזטעס ביי זיך, פאר אונז געטער זיך נאר ארויס איינס אדער צוויי מאל א חודש.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 12, 2007 4:24 pm
דורך אלטעבחורל
איזאק
אמת ס'שווער זיך איינצוהאלטן??
זאג די אמת!
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 12, 2007 4:28 pm
דורך אנדי פעטיט
סיניש אזוי שווער ווען איך קען אריין קומען מיט דעי ניק און דיר ענטפערען אן ארויף גיין צו א טויזענעטער
חחחחחחחחחחחחח
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 12, 2007 4:29 pm
דורך אלטעבחורל
חחחחחח
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 12, 2007 4:55 pm
דורך איך_הער
אנדי, און מיט דעם אלעם אידער שווער, אמת?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 12, 2007 5:09 pm
דורך אנדי פעטיט
דו רעדסט צו מיר אדער צו איזאק?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 12, 2007 5:17 pm
דורך אלטעבחורל
איזאק קען נישט ענטפערן..ווייל טאמער יא...הופפפפס טויזענט!
אחוץ איזאק- איז אנדי.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 12, 2007 5:19 pm
דורך אנדי פעטיט
ווער איז אנדי?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 12, 2007 5:19 pm
דורך אנדי פעטיט
אופפפס!!
איך האב געמיינט אז איך שרייב יענע תגובה מיט מיין איזאק ניק.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 12, 2007 5:27 pm
דורך אלטעבחורל
אנדי !!
חחח
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 12, 2007 7:59 pm
דורך קרעמער
אנדי/זאק;
ביסט גוט!
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 17, 2007 12:35 pm
דורך פאטאקי08
קומט אויס אז די וואלען זענען נישט גוט געווען און מען דארף איבערמאכען וואלען חוץ אויב סיי איזאק און סיי אנדי האבן געוואויט פאר מאשקע
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 17, 2007 12:47 pm
דורך אנדי פעטיט
וואס אויב מיר האבן ביידע געוואוט פאר יענטאאש?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 17, 2007 12:56 pm
דורך אלטעבחורל
איז די קשיא קאי וקיים ווייטער
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 17, 2007 3:14 pm
דורך אלעקסיי
אנדי פעטיט האט געשריבן:וואס אויב מיר האבן ביידע געוואוט פאר יענטאאש?
ווענדט זיך אויב דו האסט 2 קאמפיוטערס, אדער נאר 2 ניקס
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2007 12:04 am
דורך קרעמער
איזאק;
דיין לעצטיגע אויפפירונג גרעניצט זיך מיט פרעכע עקשנות! קיין שום תירוץ אין די וועלט האסטו נישט זיך צוריקצוהאלטן פון שרייבן, נאר ווייל דו גלייכסט דעם נומער 999 אונטער דיין ניק, דאס איז שוין א שרעקליכע תאוה! רחמנא ליצלן וויפיל עבירות דו ביסט דא עובר! מיט איין אות קענסטו דאס אלעס פארריכטן (פארגעס נאר נישט צו דרוקן שלח דערנאך).
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2007 9:25 am
דורך 3x0
קרעמער,
אפשר מיט איין אות און א ספעיס, ווייל איין אות אליין גייט עס נישט.
מנהלים,
איך מיין אז מען זאל מעקן אפאר תגובות פון איזאק, אזוי וועט ער קענען נאך אביסל שרייבן...
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2007 9:51 am
דורך אנדי פעטיט
קרעמער כתב:
איזאק;
דיין לעצטיגע אויפפירונג גרעניצט זיך מיט פרעכע עקשנות! קיין שום תירוץ אין די וועלט האסטו נישט זיך צוריקצוהאלטן פון שרייבן, נאר ווייל דו גלייכסט דעם נומער 999 אונטער דיין ניק, דאס איז שוין א שרעקליכע תאוה! רחמנא ליצלן וויפיל עבירות דו ביסט דא עובר! מיט איין אות קענסטו דאס אלעס פארריכטן (פארגעס נאר נישט צו דרוקן שלח דערנאך).
ואסאחילוק מיט וועלעכע ניק איך שרייב?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2007 6:12 pm
דורך איך_הער
ס'האט גענומען, אבער הערשט יעצט פארשטיי איך שוין מער ווייניגער, די גאנצע תגובה פון איזאק'ס טויזענט'סטע תגובה אשכול.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 18, 2007 6:13 pm
דורך אנדי פעטיט
וואו ביסטו געווען די לעצטע פאר וואכען?