Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

999 !!!!

מיטוואך דצמבר 12, 2007 9:30 am

ניין הונדערט און ניין און ניינציגסטע תגובה !!!!

וואס עפעס דארף איך סעלעברעטן די טויזענטסטע ??, וויל איך נישט !!

999 געפעלט מיר אסאך מער, הוי וויפיל ברידזשעס זענען דורכגעלאפן אונטער די וואסערן זינט מיין ערשטע תגובה.

וויפיל פאר שיך האבן זיך צוריסן אין די קורצע תקופה.

הוי געוואלד, וויפיל בלעק ענד ווייטס האב איך געגעסן אין די צייט.

אקעי איך הער שוין אויף, עניוועי וואסא חילוק, דאס איזעס 999 און פארטיג.

איך האב גארנישט מער צו צולייגן, אקעי ? ביי

Advertisement

מיטוואך דצמבר 12, 2007 9:49 am

ווייזט אויס אז שר חמש מאות געפעלט דיר בעסער ווי שר האלף. לאמיר זעהן אויב דיין רייץ צוריקצושרייבן פאר די מגיבים דא וועט זיין שטארקער ווי די גלוסט צו פארבלייבן א שר חמש מאות.

מיטוואך דצמבר 12, 2007 10:19 am

מזל טוב !! זאג מיר נישט אז דו האסט געגעסן 999 בלעק ענד ווייטס.
אדער אז 999 ברידזשעס האבן זיך געדרייט אונטער די וואסערן.
אדער אז דו האסט צוריסן 999 פאר שיך...

מיטוואך דצמבר 12, 2007 11:07 am

מזל טוב! זאלסטו שנעל אויסוואקסן דעם טיטל.

מיטוואך דצמבר 12, 2007 2:40 pm

נא ווי לאנג דארף איך ווארטן עס זאל שוין ווערן טויזענט

מיטוואך דצמבר 12, 2007 4:23 pm

דער עולם כאפטצעך נישט, אז דער איזאק, האט אויך גאנץ אינטערעסאנטע איידיעס, דער פראבלעם אינאר, אז ער לאזטעס ביי זיך, פאר אונז געטער זיך נאר ארויס איינס אדער צוויי מאל א חודש.

מיטוואך דצמבר 12, 2007 4:24 pm

איזאק

אמת ס'שווער זיך איינצוהאלטן??

זאג די אמת!

מיטוואך דצמבר 12, 2007 4:28 pm

סיניש אזוי שווער ווען איך קען אריין קומען מיט דעי ניק און דיר ענטפערען אן ארויף גיין צו א טויזענעטער


חחחחחחחחחחחחח

מיטוואך דצמבר 12, 2007 4:29 pm

חחחחחח

מיטוואך דצמבר 12, 2007 4:55 pm

אנדי, און מיט דעם אלעם אידער שווער, אמת?

מיטוואך דצמבר 12, 2007 5:09 pm

דו רעדסט צו מיר אדער צו איזאק?

מיטוואך דצמבר 12, 2007 5:17 pm

איזאק קען נישט ענטפערן..ווייל טאמער יא...הופפפפס טויזענט!
אחוץ איזאק- איז אנדי.

מיטוואך דצמבר 12, 2007 5:19 pm

ווער איז אנדי?

מיטוואך דצמבר 12, 2007 5:19 pm

אופפפס!!

איך האב געמיינט אז איך שרייב יענע תגובה מיט מיין איזאק ניק.

מיטוואך דצמבר 12, 2007 5:27 pm

אנדי !!

חחח

מיטוואך דצמבר 12, 2007 7:59 pm

אנדי/זאק;

ביסט גוט!

מאנטאג דצמבר 17, 2007 12:35 pm

קומט אויס אז די וואלען זענען נישט גוט געווען און מען דארף איבערמאכען וואלען חוץ אויב סיי איזאק און סיי אנדי האבן געוואויט פאר מאשקע

מאנטאג דצמבר 17, 2007 12:47 pm

וואס אויב מיר האבן ביידע געוואוט פאר יענטאאש?

מאנטאג דצמבר 17, 2007 12:56 pm

איז די קשיא קאי וקיים ווייטער

מאנטאג דצמבר 17, 2007 3:14 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:וואס אויב מיר האבן ביידע געוואוט פאר יענטאאש?


ווענדט זיך אויב דו האסט 2 קאמפיוטערס, אדער נאר 2 ניקס

דינסטאג דצמבר 18, 2007 12:04 am

איזאק;

דיין לעצטיגע אויפפירונג גרעניצט זיך מיט פרעכע עקשנות! קיין שום תירוץ אין די וועלט האסטו נישט זיך צוריקצוהאלטן פון שרייבן, נאר ווייל דו גלייכסט דעם נומער 999 אונטער דיין ניק, דאס איז שוין א שרעקליכע תאוה! רחמנא ליצלן וויפיל עבירות דו ביסט דא עובר! מיט איין אות קענסטו דאס אלעס פארריכטן (פארגעס נאר נישט צו דרוקן שלח דערנאך).

דינסטאג דצמבר 18, 2007 9:25 am

קרעמער,

אפשר מיט איין אות און א ספעיס, ווייל איין אות אליין גייט עס נישט.


מנהלים,

איך מיין אז מען זאל מעקן אפאר תגובות פון איזאק, אזוי וועט ער קענען נאך אביסל שרייבן...

דינסטאג דצמבר 18, 2007 9:51 am

קרעמער כתב:
איזאק;

דיין לעצטיגע אויפפירונג גרעניצט זיך מיט פרעכע עקשנות! קיין שום תירוץ אין די וועלט האסטו נישט זיך צוריקצוהאלטן פון שרייבן, נאר ווייל דו גלייכסט דעם נומער 999 אונטער דיין ניק, דאס איז שוין א שרעקליכע תאוה! רחמנא ליצלן וויפיל עבירות דו ביסט דא עובר! מיט איין אות קענסטו דאס אלעס פארריכטן (פארגעס נאר נישט צו דרוקן שלח דערנאך).


ואסאחילוק מיט וועלעכע ניק איך שרייב?

דינסטאג דצמבר 18, 2007 6:12 pm

ס'האט גענומען, אבער הערשט יעצט פארשטיי איך שוין מער ווייניגער, די גאנצע תגובה פון איזאק'ס טויזענט'סטע תגובה אשכול.

דינסטאג דצמבר 18, 2007 6:13 pm

וואו ביסטו געווען די לעצטע פאר וואכען?
שרייב א תגובה

Advertisement