בלאט 1 פון 79

די נאך 'צוויי אזייגער פארטאגס' אשכול

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 2:33 am
דורך אויסגערעכנט
דא אויפן וועלטל ב״ה איז דא פאר יעדעם צוגעשטעלט לויט זיין באקוועמליכקייט.
עס איז פארהאן א וויליאמסבורגער אשכול, א בארא פארקער אשכול, א מאנסי אשכול, א קרית יואל אשכול, די אלע קענען זיך אויסגעבן ווען זיי ווילן אין זייער אשכול.

אבער די דיסקרימענאציע קעגן די וואס זענען אויף נאך 2:00am איז נישט נארמאל, מען לאזט אונז נישט קומען צום ווארט, אונז האמער נישט ווי צו שמועסן אונזער גאר וויכטיגע ענינים.

דעריבער עפען איך דא א אשכול פאר אלעס וואס באלאנג צו נאך 2:00am און איינער וואס שלאפט דעמאלס האט נישט די רעכט, און זאל זיך נישט דערווייגן צו אריינרעדן דא.

א דאנק.

הנהלה.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 2:39 am
דורך Naftule
ביזט דאך נישט ווייניגער ווי גערעכט

עס זעהט אויס ווי נאך 2:00 Am

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 4:39 am
דורך ATF
די רעדס אפשר פון שלאף?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 5:19 am
דורך פטיש
דארפסט אויכט זען צו שטעלן א דעדליין
פין 2:00 ביז 6:00 למשל

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 6:03 am
דורך שפיץ
עס ארבעט פאר יודען פין אויסלאנד וואס האלטען שוין יעצט נאך 4 שעה לערנען?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 6:10 am
דורך פטיש
ווי איך פארשטיי
וויל ער ווידעמען א ספעציעלע אשכול פאר די אמעריקאנע אויסגענוצטע מוחות פין א גאנצע טאג ארבעטען
און נישט
פאר די אויסלענדישע מוחות וואס זענען שוין אויסגעשארפט פין 4 שעה לערנען

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 7:43 am
דורך שפיץ
פטיש האט געשריבן:ווי איך פארשטיי
וויל ער ווידעמען א ספעציעלע אשכול פאר די אמעריקאנע אויסגענוצטע מוחות פין א גאנצע טאג ארבעטען
און נישט
פאר די אויסלענדישע מוחות וואס זענען שוין אויסגעשארפט פין 4 שעה לערנען

האסטו א שארפע קאפ, מען זעט האסט גיט געלערנט היינט...

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 10:04 am
דורך וואוילע שעפעלע
העי, פארדעם איז דא רבניש'ס אשכול!

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 10:25 am
דורך אויסגערעכנט
איך בין אביסל צומישט.

איינער ווייסט וואס דער האט געוואלט דא מיט עפענען אזא אשכול?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 10:27 am
דורך חושב מחשבות...
#שוואכע זיכרון

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 10:29 am
דורך טשאלענט
אויסגערעכנט האט געשריבן:איך בין אביסל צומישט.

איינער ווייסט וואס דער האט געוואלט דא מיט עפענען אזא אשכול?

אה אוי.......

סאיז ריעלי צרות...........

אויסי, גיי שנעל צום דאקטאר.... דאס איז די ערשטע סימטאמס..........

ווארט נישט נאך איין מינוט........

פארגעס נאר נישט מיטצונעמען דיינע פאפירן, און א פין מיט דיין נאמען אויף דיין קויט, אין קעיס דו פארלירסט זיך און די פארגעסט דיין נאמען זאל מען דיר קענען אפפירן אהיים...........
#צרות ווי א בארג.......

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 10:12 pm
דורך וואוילע שעפעלע
@מתבונן

@חביבי

@שטארק זיך

@נשמה

אלערט

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 10:17 pm
דורך משהזוךמיר
אויסגערעכנט האט געשריבן:דא אויפן וועלטל ב״ה איז דא פאר יעדעם צוגעשטעלט לויט זיין באקוועמליכקייט.
עס איז פארהאן א וויליאמסבורגער אשכול, א בארא פארקער אשכול, א מאנסי אשכול, א קרית יואל אשכול, די אלע קענען זיך אויסגעבן ווען זיי ווילן אין זייער אשכול.

אבער די דיסקרימענאציע קעגן די וואס זענען אויף נאך 2:00am איז נישט נארמאל, מען לאזט אונז נישט קומען צום ווארט, אונז האמער נישט ווי צו שמועסן אונזער גאר וויכטיגע ענינים.

דעריבער עפען איך דא א אשכול פאר אלעס וואס באלאנג צו נאך 2:00am און איינער וואס שלאפט דעמאלס האט נישט די רעכט, און זאל זיך נישט דערווייגן צו אריינרעדן דא.

א דאנק.

הנהלה.


אויסגערעכנט האט געשריבן:איך בין אביסל צומישט.

איינער ווייסט וואס דער האט געוואלט דא מיט עפענען אזא אשכול?

חושב מחשבות... האט געשריבן:#שוואכע זיכרון

טשאלענט האט געשריבן:אה אוי.......

סאיז ריעלי צרות...........

אויסי, גיי שנעל צום דאקטאר.... דאס איז די ערשטע סימטאמס..........

ווארט נישט נאך איין מינוט........

פארגעס נאר נישט מיטצונעמען דיינע פאפירן, און א פין מיט דיין נאמען אויף דיין קויט, אין קעיס דו פארלירסט זיך און די פארגעסט דיין נאמען זאל מען דיר קענען אפפירן אהיים...........
#צרות ווי א בארג.......

באנונז פלעגט מען שרייבן אין אזעלכע פעלער:
#ראנג ניק אלערט

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 10:17 pm
דורך בוחר בשירי זמרה
אויסגערעכנט האט געשריבן:איך בין אביסל צומישט.

איינער ווייסט וואס דער האט געוואלט דא מיט עפענען אזא אשכול?


דאס איז געשריבן נאך 10

די אנדערע איז גערעדט פון שלאף

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 10:48 pm
דורך איש החסד
כ'האב מורא אז די האסט זיך פשוט פארגעסן עס צו שרייבן מיט דיין אנדערע ניק... ס'גארנישט ס'מאכט זיך ביי יעדעם...

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 11:04 pm
דורך בוחר בשירי זמרה
איש החסד האט געשריבן:כ'האב מורא אז די האסט זיך פשוט פארגעסן עס צו שרייבן מיט דיין אנדערע ניק... ס'גארנישט ס'מאכט זיך ביי יעדעם...

;l;p-

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 11:41 pm
דורך אויסגערעכנט
איש החסד האט געשריבן:כ'האב מורא אז די האסט זיך פשוט פארגעסן עס צו שרייבן מיט דיין אנדערע ניק... ס'גארנישט ס'מאכט זיך ביי יעדעם...

ער פראבירט צו שפילן ווי ער האט צוויי ניקס

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 11:53 pm
דורך איש החסד
אויסגערעכנט האט געשריבן:
איש החסד האט געשריבן:כ'האב מורא אז די האסט זיך פשוט פארגעסן עס צו שרייבן מיט דיין אנדערע ניק... ס'גארנישט ס'מאכט זיך ביי יעדעם...

ער פראבירט צו שפילן ווי ער האט צוויי ניקס

כ'פארשטיי נישט... ווער פרובירט צו שפילן וואס???????

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 11:55 pm
דורך חושב מחשבות...
כאפ איך נישט.. ס'נאכנישט 2:00, ש.ש..ששש

גייטס צו די 7:00 אשכול נארוואס אהיימגעקומען פון די ארבעט.

איך גייי עס יעצט עפענען, איך בעט קיינער זאל מיר נישט אויסכאפן,
נו ווי דאס גארטל? לשם יוחד...

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 11:56 pm
דורך אויסגערעכנט
איינער ווייסט ווי אזוי מען קען מעקן תגובות?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 11:59 pm
דורך מטעמים
קאונטדאון צו צוויי אזייגער.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 12:03 am
דורך חושב מחשבות...
ביז 2'ע קעןמען זיך אויסגעבן דא:

viewtopic.php?f=3&t=31976

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 12:52 am
דורך יהודי
העי פארוואס האט מען מיר נאכנישט אוועקגעפירט פון דא ? :twisted:

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:23 am
דורך מטעמים
נו. וואס נעמו עס אזוי לאנג.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:28 am
דורך אויסגערעכנט
מטעמי... דו האסטאך שוין געווינטשען פאר די נאכט...