בלאט 1 פון 1

סאב-טאטעל. וואס האט מען געדארפט אינזין האבן

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 11, 2007 12:57 pm
דורך אלטעבחורל
ווען איך האב נעכטן פארגעסן צו דערמאנען מטר ביי גשם נאך די ניסים ווען מען זאגט יעלה ויבוא, וואס איז די דין??

וואס איז די דין אויב פארגעסט מען למשל נאר גשם? עס איז דאך שוין דורך 90 תפילות

משא"כ מטר איז נאך און העווי קלאפונגען "נייטלי" ...מטר...מטר.. ברומט מען זיך אונטער פארן געבן ס'בוק ביים אנהייב שמו"ע..

אבער באמת יעלה ויבוא, איז א רויטע לעקטער, מיינט צו זאגן האלללאא, פארגעס נישט אידעלע באלד קומט על הניסים....

אבער און פאחקט האב איך נעכטן נישט געדארפט איבערדאווענען קיין איין שמו"ע.. ס'מוסף איז אויך דורך בשלום ב"ה.מהאט אינזין געהאט די שמות כדבעי'.


דער יוצר בראשית זאל נאר העלפן מיר זאלן האבן געפוילט אלעס גוטס..


וואס זעאגט ער דא?? עםםם יאא איך מיין פשוט צו זאגן אז איך בין נאך אלס אונטער פרעשור וואס מען דארף אלס געדענקן...

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 11, 2007 4:50 pm
דורך איך_הער
מ'האט געדארפט אינזין האבן אז אויב מ'זעט עפעס א גוטס, זאל מען עס געדענקען צו באשרייבן אין די קרעטשמע.