שומרים קארטליך

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

איבער דער ענין פון חוצפה וויל איך נישט אריינרעדן אבער כאטשיג פון אן אנדערן קוק ווינקל, עס איז שוין היינט דא צענדליגע בתי מדרשים וואס די תקנה מטעם הקהלה איז נישט ארויסצונעמען אין ביהמ"ד א סמארטפאון אפי' מיט'ן בעסטן פילטער, יעצט נישט אריינגייענדיג צו דער בעל הס"פ איז איינשטימיג מיט'ן תקנה אדער נישט, איז אבער קלאר אז א ביהמ"ד אונטער אן הנהגה וואס ערלויבט נישט ארויסצונעמען א ס"פ ברבים, איז א "חוצפה" ארויסצונעמען א ס"פ קעגן די תקנה מטעם הקהלה יהי' מי שיהי', יעצט ס'איז דא אזעלכע וואס ווען מ'איז זיי מעורר (כ'רעד בדרכי נועם) אנטשולדיגן זיי זיך און לייגן עס אוועק וואס דאס איז די נארמאלע וועג צו רעאגירן צו אזא בקשה, ווידער איז דא אזעלכע וואס ס'איז זיי שווער עס תיכף אנצונעמען וועלן זיי שפאצירן נאך אפאר טריט און מכלומר'שט צוענדיגן וואס זיי דארפן און דערנאך אוועקלייגן, נו נישקשה מיר פאדערן נישט יעדער איינער זאל זיין אויסגעארבעט אין מדת הניצוח, אבער ס'איז פאראן אזעלכע וואס ווען מ'איז זיי מעורר אדער מ'ווייזט זיי צו א טעוועלע אויפן וואנט מיט'ן אויבערדערמאנטן תקנה, איז אדער וועלן זיי דיר מיט א שוימיגן כעס אנקוקן מיט ברייט צועפענטע נאז לעכער און זיך אנפייפן, אדער וועלן זיי דיר אנקוקן מיט אזעלכע ברייט צועפנטע קעלבערנע אויגן כאילו דער מעורר איז פון די לבנה אראפגעפאלן, און אלעס מיט'ן ציהל דער אפעטיט פונעם מעורר זאל פארגיין פון נאכאמאל זיך "וַואגן" מעורר צו זיין אויף א פשוט'ע תקנת הקהלה, יעצט דאס זאגט נישט אז מ'דארף נישט קאנטראלירן די קינדער וויאזוי זיי באגייען זיך מיט עלטערע אידן בנוגע די מצות תוכחה, אבער די יעניגע וואס בריש גלי פייפן זיי זיך אריין אין תקנות פון א ביהמ"ד וואס אויסער דער עצם חוצפה איז קלאר אז דאס איז מקרר אנדערע אידן אויך, די זאלן נישט קומען רעדן וועגן חוצפה, נאר קודם זאלן זיי מתקן זיין זייער אייגענע מדת החוצפה אויף די סיניאר ווערסיע, און דאן זאלן זיי פאדערן איינגעהאלטנקייט פון די מדת החוצפה אויף די זשוניאר ווערסיע...
און נאכאמאל מ'בארעכטיגט נישט דא קיין חוצפה, מ'רעדט נאר פון די וואס די גנות החוצפה בפיהם בעת וואס זיי דרייען זיך מיט חוצפה -אן א היתר פון א רב [ווייל א רב קען נישט רעדן בנוגע תקנות פון א צווייטן ביהמ"ד]- און פייפן זיך אריין אויף תקנות פון קהילות הקודש ורבניהם.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

בכלל, ניינציג פראצענט פון די וואס פארפירן איצטערט מיט א געוואלדיגע אש קודש און עזות דקדושה אויף די פירצה גדולה ועולה נוראה פון די חוצפה וואס מען ברענגט אריין אין די יוגנט אזש מען קען באלד פארשפארן די מוסדות התורה זענען יודן וואס ווען ס'קומט צו אנדערע פירצות אין יודישקייט זענען זיי גאנץ איידלע מענטשן און זענען נישט די ערשטע (ווי אויך נישט די לעצטע) צו מעורר זיין דערויף
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

גערעכט וואוילע שפע'לע הוא הדבר שאנו מדברים, כ'האב עס נאר געוואלט ארויסברענגען אין דעם עצם ענין פון חוצפה אז עס איז שוברם בצדם.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

יין ישן האט געשריבן:איבער דער ענין פון חוצפה וויל איך נישט אריינרעדן אבער כאטשיג פון אן אנדערן קוק ווינקל, עס איז שוין היינט דא צענדליגע בתי מדרשים וואס די תקנה מטעם הקהלה איז נישט ארויסצונעמען אין ביהמ"ד א סמארטפאון אפי' מיט'ן בעסטן פילטער, יעצט נישט אריינגייענדיג צו דער בעל הס"פ איז איינשטימיג מיט'ן תקנה אדער נישט, איז אבער קלאר אז א ביהמ"ד אונטער אן הנהגה וואס ערלויבט נישט ארויסצונעמען א ס"פ ברבים, איז א "חוצפה" ארויסצונעמען א ס"פ קעגן די תקנה מטעם הקהלה יהי' מי שיהי', יעצט ס'איז דא אזעלכע וואס ווען מ'איז זיי מעורר (כ'רעד בדרכי נועם) אנטשולדיגן זיי זיך און לייגן עס אוועק וואס דאס איז די נארמאלע וועג צו רעאגירן צו אזא בקשה, ווידער איז דא אזעלכע וואס ס'איז זיי שווער עס תיכף אנצונעמען וועלן זיי שפאצירן נאך אפאר טריט און מכלומר'שט צוענדיגן וואס זיי דארפן און דערנאך אוועקלייגן, נו נישקשה מיר פאדערן נישט יעדער איינער זאל זיין אויסגעארבעט אין מדת הניצוח, אבער ס'איז פאראן אזעלכע וואס ווען מ'איז זיי מעורר אדער מ'ווייזט זיי צו א טעוועלע אויפן וואנט מיט'ן אויבערדערמאנטן תקנה, איז אדער וועלן זיי דיר מיט א שוימיגן כעס אנקוקן מיט ברייט צועפענטע נאז לעכער און זיך אנפייפן, אדער וועלן זיי דיר אנקוקן מיט אזעלכע ברייט צועפנטע קעלבערנע אויגן כאילו דער מעורר איז פון די לבנה אראפגעפאלן, און אלעס מיט'ן ציהל דער אפעטיט פונעם מעורר זאל פארגיין פון נאכאמאל זיך "וַואגן" מעורר צו זיין אויף א פשוט'ע תקנת הקהלה, יעצט דאס זאגט נישט אז מ'דארף נישט קאנטראלירן די קינדער וויאזוי זיי באגייען זיך מיט עלטערע אידן בנוגע די מצות תוכחה, אבער די יעניגע וואס בריש גלי פייפן זיי זיך אריין אין תקנות פון א ביהמ"ד וואס אויסער דער עצם חוצפה איז קלאר אז דאס איז מקרר אנדערע אידן אויך, די זאלן נישט קומען רעדן וועגן חוצפה, נאר קודם זאלן זיי מתקן זיין זייער אייגענע מדת החוצפה אויף די סיניאר ווערסיע, און דאן זאלן זיי פאדערן איינגעהאלטנקייט פון די מדת החוצפה אויף די זשוניאר ווערסיע...
און נאכאמאל מ'בארעכטיגט נישט דא קיין חוצפה, מ'רעדט נאר פון די וואס די גנות החוצפה בפיהם בעת וואס זיי דרייען זיך מיט חוצפה -אן א היתר פון א רב [ווייל א רב קען נישט רעדן בנוגע תקנות פון א צווייטן ביהמ"ד]- און פייפן זיך אריין אויף תקנות פון קהילות הקודש ורבניהם.

גוט געזאגט
אמת'ע דיבורים
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אמת'ע דיבורים פאר ווער ס'איז נישט באקאנט מיטן מציאות הדברים וויאזוי די סארט א.ג. "תקנות" קומען צושטאנד
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

ס'האט נישט קיין שייכות וויאזוי עס קומט צו שטאנד.
איינער וואס איז עובר תקנות פון א קהלה בריש גלי, נישט קיין חילוק צו ער באלאנגט דארט צו נישט איז א "מחוצף" איידל גערעדט....
וואלט איר געוואלט אז איינער זאל אריין קומען צו אייך אינדערהיים אין זיך נעמען בראקן אין פסח?? ווייל ער זעהט נישט קיין פראבלעם מיט דעם??
איי האסט א טענה וויאזוי און ווער זענען מחליט תקנות, שוין קען זיין ביסט גערעכט אבער ס'טוישט נישט די מציאות אז למעשה איז דא אזא תקנה
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

מי חכם וואס הייסט?
גיב א קוק ביי סאטמאר מהרי"י די רבי אליינס פארלאנגט עס בכל תוקף!! (און איך שטעל זיך פאר די זעלבע ביי סאטמאר מהר"א און אלע אנדערע קהילות)

איך זעה נישט מיט וואס די תקנות פון נישט האבן א ס"פ אין ביהמ"ד איז צושטאנד געקומען שוואכער ווי סיי וועלכע אנדערע תקנה?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

די אלע תקנות זענען בעיסיקלי א 'באטטאם אפ' צוגאנג, די עקסטרעמיסטן וואס זענען שוין (על פי רוב) ארויס פון כולל ולכלל זשאב לא באו, העצן אויף די גרעס רוטס, איידעלע כולל יונגעלייט צו שאנטאזשירן - במלא מובן המלה - די פירנדע הנהגה גשמית ורוחנית פון די קהילה, באגלייט מיט געפערליכע זלזולים און דין פארשלייערטע ליצנות אין די יכולות, ידיעות און כוחות פון די הנהגה.

נאך א שטיק צייט פון דעם העץ קאמפיין ברעכן די מנהיגים אונטער, עס איז נישט זייער טאפ פריאריטי עס זאל דוקא 'יא' זיין ס"פ אין שול. זייער כוחות און ענערגיע איז פאוקוסט אויף דעקן דעם בוזשעט און פרובירן זיכער צו מאכן אז דער עולם לייגט ארויף פילטערס. אפילו אויב זיי כאפן ווי ווייט די עקסטרעמיסטישע סטראטעגיע האקט אונטער זייער אייגענע, לאנג טערם מהלך האבן זיי אבער נישט די געדולד און כח מיט זיי זיך מטפל צו זיין. ווילסט א איסור, א תקנה, זאל זיין אזוי.

יעצט זאלן נאר נישט קומען די זעלביגע אנשי בליעל וואס מאכן ליצנות פון די רבנים און שרייען אז זיי ווייסן נישט בחייכון, פארשטייען נישט א.א.וו. און מיר אנשרייען פארן נישט פאלגן די מעכטיגע 'תקנה גדולה וקבועה' פון די פארהייליגטע רבנים.

(כ'גיי נישט אריין אין א וויכוח מיט זיי איבער זייערע טענות אויף די רבנים, דאס איז א שמועס פאר זיך און עס איז דא די זעלבע טענות פונעם פארקערטן ריכטונג אויכעט. די פוינט איז די ליצנות עמוקה פון סעקירן די רבנים אז זיי זענען נישט גענוג פרום ביז זיי ברעכן זיך צו זייערע שיקאנעס, און דערנאך ארום לויפן שרייען אז מען מוז פאלגן די תקנה פון די 'רבנים', איז ערשטע קלאס מאניפולאציע).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

קענסט אפשר מסביר זיין וואס איז "עקסטרעם" מיט א תקנה פון נישט ארויס נעמען א ס"פ אין ביהמ"ד [בשעתן דאווענען איז דאך אפגערעדט אז אפילו א פשוטע פאון טאר מען אויך נישט, דא רעדט פון סמארט פאון דייקא]
למעשה וועסטו מודה זיין אז די גאנצע היתר איז אויף די אזוי גערופנע "לצורך פרנסה" נו האסטו אמאל געזען א פלאמבער קומען מיט זיינע כלים אין שול?!
דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער בדחן »

נודה לך האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן: די גאנצע ציל פון די קארטלעך, איז צו ברענגען צו א מצב אז אנשטאט די קינדער זאלן ווערן אנגערייצט פון די סמארטפאון'ס און טראכטן "ווען איך גיי זיין גרויס גיי איך אויך האבן" אנשטאט דעם זאל דער סמארטפאון ווערן ביי אים אן אראפגעקוקטע - מיאוס'ע ארטיקל.


;l;p-


לאמיר געבען מיין פוינט אויף וויא אויף דעם גאנצע סאמעטוכע.
קודם אפאר פאקטען.

1. איינער וואס דארף נישט קיין ס"פ מעיג עס נישט האבען
2. אויב די האסט א היתר פון א רב מיזטו דאס ניצען מיט די תקנות הקהילה
3. אין בית מדרש מיזטו זיך פירען מיט די תקנות המקום, אפילו דיין רב אין דיין בית מדרש האלט אנדערש.
4. קינדער האבען נישט וואס צו האבען קיין צוטריט צו די כלים כהוראת גדולי ישראל

די גרויסע שאלה הייבט זיך אהן, וואס זאג איך פאר מיינע קינדער
דאס איז קלאר אז אפילו א טאטע וויל מחנך זיין זיינע קינדער אז א ס"פ איז א דבר טמא וכו וכו, האט אבער די קינד נישט קיין רעכט צו מוכיח זיין עלטערע מענשטען פאר דעים, פינקט ווי א קינד האט נישט קיין רעכט צו זאגען פאר א טאטע וואס רעדט אינמיטען דאווענען ער זאל זיין שטיל און אויף דעים דארף זיין גבאים וואס זענען דאס מעורר
דאס וואס די גמרא זאגט נערים פני זקינים ילבינו מיינט אויך די קארטלעך--קינדער האבען נישט וואס צו מוכיח זיין עלטערן פאר קיין שום צוועק

אבער אפילו א טאטע וואס האט יא דארף מחנך זיין דעם קינד אז מדארף האבען א פילטער און ממיז האבען גדרים און שמירה, ווייל אינזערע קינדער גייען דאס מיזען האבען -און אויב מלערנט זיי אויס אז סאיז א דבר טמא, אין זיי וועלען דאס מיזען האבען פאר פרנסה וועלען זיי זאגען אז מהאט זיי סתם פאדרייט א קאפ מיט שומרים קאטלעך און צום סוף דעי קינדער וואס ווארפען יעצט די קארטלעך גייען האבען ס"פ אהן קיין פילטער
און די קינער וואס די עלטערן האבען זיי גוט מחנך געוועהן וועלען זיין ערליכע יודען און געזינטע בעלי בתים
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

דאס איז איינע פון די קלאסישע טאלקינג פוינטס און מען מאכט עס אזוי קאמפליצירט אז עס קוקט אויס ווי די ענטפער קען נישט זיין אזוי פשוט

אבער די תי' אויף דעם איז אזוי פשוט ווי סקוקט אויס! ס'נישט די זעלבע זאך, די סעלפאון איז קליין אין גייט אריין אין טאש, סימפל עז דעטס!

ווייל ס'איז קליין?! יא! ווייל ס'איז קליין!

האט איר שוין אמאל געזעהן א בעל מלאכה ארויסנעמען די קליינע סקראל דרייווער פון טאש פארן אריין קומען אין שול ווייל עס איז א ארבעט'ס געצייג? ניין, אבער מיט א ריזיגע זעג וועט ער נישט אריין קומען

האט איר אמאל געהאט א פראבלעם ווען איינער קומט אין שול מיט א פעדער?
אבער אזאנס
31hvi42v9kL.jpg
31hvi42v9kL.jpg (11.1 KiB) געזען 2469 מאל

וועט ער נישט אריין ברענגען

ניין איך קום נישט אריין אין שול מיט א גרויסע סעיף אבער מיין בערזעל קומט יא מיט

איך קום נישט אן שול מיט א געז רענטש אבער מיין צינדערל ליגט אין טאש און ווערט געניצט ווען מען ברויך

איך קום נישט אין שול מיט מיין לעפטאפ, אבער מיין סעלפאון? דאס יא!

___
האקט
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

יש ברירה האט געשריבן:דאס איז איינע פון די קלאסישע טאלקינג פוינטס און מען מאכט עס אזוי קאמפליצירט אז עס קוקט אויס ווי די ענטפער קען נישט זיין אזוי פשוט

אבער די תי' אויף דעם איז אזוי פשוט ווי סקוקט אויס! ס'נישט די זעלבע זאך, די סעלפאון איז קליין אין גייט אריין אין טאש, סימפל עז דעטס!

ווייל ס'איז קליין?! יא! ווייל ס'איז קליין!

האט איר שוין אמאל געזעהן א בעל מלאכה ארויסנעמען די קליינע סקראל דרייווער פון טאש פארן אריין קומען אין שול ווייל עס איז א ארבעט'ס געצייג? ניין, אבער מיט א ריזיגע זעג וועט ער נישט אריין קומען

האט איר אמאל געהאט א פראבלעם ווען איינער קומט אין שול מיט א פעדער?
אבער אזאנס
31hvi42v9kL.jpg

וועט ער נישט אריין ברענגען

ניין איך קום נישט אריין אין שול מיט א גרויסע סעיף אבער מיין בערזעל קומט יא מיט

איך קום נישט אן שול מיט א געז רענטש אבער מיין צינדערל ליגט אין טאש און ווערט געניצט ווען מען ברויך

איך קום נישט אין שול מיט מיין לעפטאפ, אבער מיין סעלפאון? דאס יא!

___
האקט

און אין בית המדרש נעמט ער יא ארויס די סקרו דרייווער? א"כ איפוא פארוואס דעם סמארטפאון יא? מיר האבן דא גערעדט פון עס ארויסנעמען ברבים נישט פון אריינברענגען אין דיין טאש ווען דו נעמסט עס נישט ארויס, ועל זה וכיוצא בו נאמר וכל המוסיף גורע, און אויף די גאר היציגע תגובה איבער די א.ג. שאנטאזש אויף די מנהיגים וויל איך נישט מגיב זיין ווייל ס'זעהט נישט אויס ווי ער'ז דא צו פירן א נארמאלע דיאלאג מיט התבוננות נאר מיט'ן פעדער צו פארפירן אויף די העכסטע אקטאוועס מיט אויפגעבלאזענע קאנספיראציעס און פוסטע פאנטאזיעס, ע"כ וועל איך מיך באגנוגענען מיט וואס כ'האב שוין געשריבן.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

פארוואס זאל ער ארויסנעמען די סקרו דרייווער?

און אויב למשל נעמט ער עס יא ארויס און שפילט זיך דערמיט וועט אים עמיצער זאגן אז ער איז א שגץ ווייל והא ראיה אז עס איז א עולה ווייל זיין סירקעל סאו וואלט ער נישט אריין געברענגט

יעדער פארשטייט אז א סקרו דרייווער מעג מען ארויסנעמען אין שול אבער ארום גיין מיט א זעג איז פאני

זאת ועוד

עס איז אויסער מיין ארבעט טעלעפאון אויך מיין פערזענליכע טעלעפאון און ווען איינער רופט וויל איך אויפהייבן פונקט ווי איינער וואס האט נישט קיין סמארטפאון

איך ווייל ליינען טעקסט פונקט ווי דער בעל מלאכה קען דארט ליינען אינוואוסעס

און איך וויל אפילו טוען ביזנעס דערמיט פונקט ווי דער בעל מלאכה וואס טועט ביזנעס מיט זיין טעלעפאון! ער טוט עס מיטן רעדן איך טוה עס מיטן שרייבן א אימעיל (איך רעד נישט בשעתן דאווענען איך רעד צב"ש אינעם קאווע שטיבל)

פרעג מיך נישט אויב איך וואלט ארויסגענומען א "טעיבל סאו" אין ביהמד ווייל עס איז נישט די זעלבע זאך
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

לאמיר הערן, וואס זאגט דו עולם צו די נייע קליפ וואס דרייט זיך ארום?
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

ארום די זייגער האט געשריבן:לאמיר הערן, וואס זאגט דו עולם צו די נייע קליפ וואס דרייט זיך ארום?

וועלכע?

ברענג עס אהער וועסטו הערן וואס דער עולם זאגט.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

א גרופע בחורים שרייען נאך א אינגערמאן וואס האט א סמארטפאון
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

הזורעים בדמעה... מ'זעט די פירות

וכפי עדותו של האי יניק וחכים כמעט ביי די ענדע פונעם קליפ, רעדט זיך עס פון א מאושר סטיקערד פאון.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
yankelshister
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 7:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankelshister »

די ווייטאג איז אז עס גייט ווערן די נארם. כל דאלים גבר.
יאנקל שיסטער איז גערעכט...
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

א נחת צו זעהן, ממש א קידוש השם. אבער איך העט נאך אלס נישט געוואלט אז מיין זון זאל זיין איינע פון די בחורים
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5230
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

דראפ באקס פליז
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

ויתן לך האט געשריבן:דראפ באקס פליז

זיי נישט קיין חכם/ShomrimCards
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5230
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:דראפ באקס פליז

זיי נישט קיין חכם/ShomrimCards

די איי וועלט לינק איז געבלאקט ביי מיר
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

ויתן לך האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:דראפ באקס פליז

זיי נישט קיין חכם/ShomrimCards

די איי וועלט לינק איז געבלאקט ביי מיר

בעסער ?
https://www.dropbox.com/s/78w9boty22a76 ... 7.mp4?dl=0
Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Good »

השם ישמרינו

שרייען שגץ אויף א איד וואס לייגט תפלין יעדן טאג

וואס וואלט געזאגט אויף דעם דער מייסד הקהילה דער סאטמאר רב זצ''ל?
נא גוט...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”