שומרים קארטליך

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

קענדי'ס האט געשריבן:צי דער פארוועם מען האט געוויזן די קארטל און ס'האט אים געבאדערט זאל ער וויסן אז ער ניצט עס נישט נאר לצורך פרנסה נאר פאר נאך זאכן
ווייל אויב טוט ער נאר וואס ער דארף לצורך פרנסה וואלט אים עס נישט געבאדערט (יא 100% אז די ווייסט אז די טוסט גוט איז WHO CARES וואס יענע פיצי ביעבי זאגט די האסטעך א היתר)
(איך האב נאך נישט געטראפן די מענטש וואס ניצט זיין ס''מ פאון נאר לצורך פרנסה [איינער נוצט זיין באנק איינער כאפט בילדער איינער נאר פעמעלי גרופ וכו..] און דאס איז ווייל ער האט א היתר פון א דיין
און מתוך שהותרה לפרנסה הותרה לכל דבר)

צי וואס עפעס? להוי ידוע קיין איין רב ווייסט נישט פונקלעך וואס מען קען אלס טון אויף'ן ס''מ פאון ווייל ווען יא וואלט די איסור געווען סאך מער
מען האט זיי נאר געוויזן אפאר קלייניקייטן (און מען האט זיי איין גערעד אז א פילטער וועט העלפן 100%)
דאס איז ריכטיגע הונאת דברים און די ״אנדרייעס״ זענען עתיד ליתן את הדין (איך רעד פון די היתר לצורך פרנסה)

קינדער זענען טאקע נישט גאטס פאליציי אבער די רבנים פאלגסטו נישט האט מען גענומען אן אנדערע מהלך וואס אפשר דעמאלס עסטו כאפן וואס די טוסט

און קרית טאהש האט מען נאך די יאר געטיילט קארטלעך פאר די קינדער (אפשר כדי צי קענען אריין גיין און די גורל)

דערווייל זעה איך נישט קיין איין גדר וואס איז אריבער וועגען די קארטלעך

די קארטל האט נאך נישט געמאכט קיין איין מחוצף
נאר כאן מצא את המחוצף לגבות את חוצפה א מחוצף איז ער געווען פארדעם
טרעף מיר איין איידעלע אינגעל וואס איז געווארן א מחוצף לכבוד די קארטל

נאך שאלות פרעגס איך וועל טרייען צי ענפערן (איך בין נישט אזוי עקטיוו דא איז ס'קען נעמען צייט)

נ.ב. צי וועם ס'גייט באדערן די תגובה, אטא דיר האבעך געמיינט

זאג נאר. אפשר קענסטו מיר מסביר זיין וואס איך בין שילדיג אז דער אייבישטער האט מיר געבענטשט (לויט מאנכע געשאלטן...) מיט א פאך און צו עס אויסניצן מוז איך האבן א סמארט פאון? יא איך ניץ עס פאר אנדערע זאכן אויך, וואס ס'איז געווארן אויבגעארבעט מיטן דיין. פון דיין תגובה קוקט אויס אז די רבנים ווייסן נישט וואס מ'קען אלץ טוען אויפן פאון (הגם כ'האלט אז זיי ווייסן דעם חורבן מער פון אונז), סאו וואס זאל איך יעצט טוען? איך זאל אריבער קומען צו דיר קענדיס און זאלסט מיר זאגן פינקטלעך וויזוי כ'זאל מיר פירן??? ניין. כ'בין געגאנגן צו א דעת תורה און ער האט סייעתא דשמיא און דאס איז די איינציגסטע זאך מיין איך וואס מ'קען טוען. כ'האף נאר אז דו ביסט נישט מחנך דיינע קינדער אז רבנים זענען דאס וואס דו האסט געשריבן...

און דעס וואס דו שרייבסט אז דו האסט נאכנישט געטראפן דו יונגל וואס איז געווארן א מחוצף. פרעג דיין זיידא באבע און עלטערע יודן וועלן זיי דיר זאגן. אינדערהיים איז א יודיש שטוב געווען געבויט אויף צוויי שטארקע יתודות, חוצפה און ליגנט. אז א יונגל צו א בחור'ל נעמט א קארטל און וואקט אריין אין ביהמ"ד און גיט עס פאר א יונגערמאן מיט א סמארט פאון (אויף וואס די קארטלעך איז געמאכט געווארן פאר) איז עס חוצפה און מ'צוברעכט די יתודות פון א יוד.

כ'האב אמאל געזאגט פאר איינעם אז דו ווילסט אז דו בעלי השומרים קארטלעך זאלן דיר פארשטיין. נעם אפאר נדבנים וואס זאלן מנדב זיין א 100 סמארטפון'ס אן קיין פילטער און טייל עס אויס פאר זייערע קינדער, און ווען די טאטעס וועלן קומען פרעגן היתכן דו גיבסט אזא כלי פאר מיין זון זאלסטו אים ענטפערן דו זעלבע זאך וואס דו האסט איינגעזעהן אז ס'איז גוט פאר די חינוך פון מיין קינד ער זאל האבן שומרים קארטלעך האב איך איינגעזעהן פאר די חינוך פון דיין קינד ער זאל האבן א סמארטפון אן קיין פילטער... קיינער האט דיר נישט געשטעלט דו זאלסט מחנך זיין מיין קינד. והא ראיה דער אייבישטער האט מיר עס געגעבן ווייל איך בין דער איינציגסטער וואס קען אים מחנך זיין און די אחריות ליגט אויף מיר און קום מיר נישט אים מחנך זיין.

כ'וועל דיר זאגן נאך א זאך ווי איך זעה אז דו גאנצע זאך איז סתם עטענטשן. איך קען איינער וואס איז געווען אין כולל (no job...) און געווען ביזי צו האקן אקעגן די כלים. ווען ער איז ארויס פון כולל האט ער זיך געקויפט אזא כלי מיט אלע מינע תריצים אז ער מעג עס האבן אן קיין פילטער....... דוק ותשכח. כ'מיין אז יעדער קען דעיע מענטשן.........
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

בריוועלע האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט אהערגעברענגט די בריוו פון רבני וראשי ישיבות אין לעיקוואוד בגנות פון די שומרים קארדס

וואס פאלט דיר ביי? קוק צוריק עטליכע בלעטער.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

nmi האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:

כ'וועל דיר זאגן נאך א זאך ווי איך זעה אז דו גאנצע זאך איז סתם עטענטשן. איך קען איינער וואס איז געווען אין כולל (no job...) און געווען ביזי צו האקן אקעגן די כלים. ווען ער איז ארויס פון כולל האט ער זיך געקויפט אזא כלי מיט אלע מינע תריצים אז ער מעג עס האבן אן קיין פילטער....... דוק ותשכח. כ'מיין אז יעדער קען דעיע מענטשן.........

;l;p- ;l;p-
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

סאיז נישט דא קיין איין רב אדער דיין וואס האט געפסקענט אז מטאר נישט האבן א ס״מ מיט א גוטע פילטער, אלזא זאל מיר איינער מסביר זיין וויאזוי פונקטליך איז די שומרים קארטלעך טייליר מבחין צווישן מיט אדער אן א פילטער
שטעל פאר די רבנים קומען ארויס מיט אן איסור אקעגן קאקע קאלע אן די עדה הכשר און מגייט אנהייבן טיילן שומרים קארטלעך אקעגן קאוק, די באטלעך קוקן אויס די זעלבע, די הכשר איז פיצל און נישט נראה לעינים
וועסטו פארשטיין אז די קענסט נישט באשייגעצן איינעם און אים באווארפן מיט שומרים קארטלעך פאר די האסט נישט מברר געווען צו סאיז מיט אדער או די הכשר וד״ל
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

קענדי'ס האט געשריבן:וועלעכע דיין ערלויבט עס ארויס צי נעמען און פראנט פון די קינדער אלע זאגן קלאר אז ס'רייצט אן און מען זאל נישט

nmi האט געשריבן:יא איך ניץ עס פאר אנדערע זאכן אויך, וואס ס'איז געווארן אויבגעארבעט מיטן דיין

נישט קיין פראבלעם. גיב נאר אכט אז קינדער זאלן נישט זעהן

nmi האט געשריבן:אז א יונגל צו א בחור'ל נעמט א קארטל און וואקט אריין אין ביהמ"ד און גיט עס פאר א יונגערמאן מיט א סמארט פאון (אויף וואס די קארטלעך איז געמאכט געווארן פאר)

דאס איז נישט ריכטיג. ס'איז געמאכט געווארן אז די קינדער זאלן וויסן אז ס'איז אן עוולה

נאטורליך. ווערן די קינדער משוגע דערפאר און דאס פעלט זיך אויס

nmi האט געשריבן:קיינער האט דיר נישט געשטעלט דו זאלסט מחנך זיין מיין קינד

זיי זענען בארעכטיגט עס צו מאכן פונקט ווי קינדליין מעג ארויסקומען. מיינע קינדער באקומען די קארטלעך אין חדר און ס'איז געהעריג דורך די סיסטעם אפראוועל

דא דארט, געפין איך פאר וויכטיג קלאר צו מאכן פאר מיינע קינדער אז אפילו א סמארטפאון איז נישט קיין גוטע זאך צו האבן, זאלן זיי נישט (נייגעריגערהייט תמימות'דיג) פרעגן אנדערע פארוואס זיי האבן א סמארטפאון. פונקט ווי זיי קענען פרעגן סיי וועלכע אנדערע פראגע

איינער וואס האלט אז א סמארטפאון מיט א פילטער איז בכלל נישט קיין שום פראבלעם וועט פארשטענדליך זיין זייער ברוגז. פונקט ווי מ'זאל ווען פארפירן אקעגן א פעלעט דזשעק אין א ווערהאוז

אויב אבער זעהט מען די פראבלעמען וואס סמארטפאונס ברענגען, קוקט מען עס אן אביסל אנדערש. א ברית איז פון די יסודיות'דיגסטע מצוות פון א איד אבער א קינד קען נישט זיין דערביי ווייל ס'קען אים שאטן

קרייסלער האט געשריבן:שטעל פאר די רבנים קומען ארויס מיט אן איסור אקעגן קאקע קאלע אן די עדה הכשר און מגייט אנהייבן טיילן שומרים קארטלעך אקעגן קאוק, די באטלעך קוקן אויס די זעלבע, די הכשר איז פיצל און נישט נראה לעינים
וועסטו פארשטיין אז די קענסט נישט באשייגעצן איינעם און אים באווארפן מיט שומרים קארטלעך פאר די האסט נישט מברר געווען צו סאיז מיט אדער או די הכשר וד״ל

קאוק מיט א הכשר איז כשר למהדרין מן המהדרין. א סמארטפאון נישט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

א קינד קוקט וואס די טאטע טוט. די טאטע האט א סמארטפאון? מעג מען. ער האט נישט? טאר מען נישט. און דעפאר פרובירט די מוסדות צו מאכן תקנות און צוימען די כלים.

די קארטלעך ווייזן פאר די קינדער אז די רבנים ווייסן נישט וואס זיי רעדן. והא ראיה, מיין טאטע איז א נארמאלע מענטש מיט א סמארטפאון! קינדער ווערן עלטער און אויך קלוגער, זיי הייבן אן צו כאפן וואס די קארטלעך האבן געמאכט דאס גענאר פון אים, דאס וועט אים ברענגען אפצושפעטן פון כל הקודש.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

די אלע קארטלעך ווייזן קלאר א בילד פון א מענטש וואס ניצט די כלי נישט ווי אזוי מען ברויך
איז פארוואס ווערט עטץ אזוי דערשראקן פון עס עטץ אלע ניצען עס נאר ווי אזוי מען ברויך עטץ באליידיגען זיך עכט פון די קליינע טוטער וואס האט ענק גאזאגט עטץ זענטס א בעיבי עטץ זענטס און גאנצען ביים זינען?

יעצט ווען עטס זעטס איינעם ארויס נעמען א טעלעפאון ביים דאווענען (לאוו דוקא א ס'מ פאון) באדערטס ענק אויך אזוי שטארק די אייבערשטערס כבוד פון ווי די כלי אינגעל איז קלאמפערשט געווארן א מחוצף
איז ס'באדערט ענק נישט די דרך ארץ וואס מען דארף מחנך זיין די קינדער ווייל ווען יא וואלט ענק געבאדערט אז א צווייטער ווייסט אז מען מעג ארויס נעמען די אפי' די כשר'ע פאון
אזוי ווייטער יעדע זאך באמת'ע פירצה באדערט ענק נישט נאר אז דאס קינדער טיילן קארטלעך

איינער וואס זיין קינד זעט אז זיין טאטע ממש ציטערט צי נעמען די כלי און די האנט ער נעמט עס ממש נאר לצורך ווייסט אז די בילד מיינט נישט זיין טאטע ער זעט אז זיין טאטע פאלגט די רבנים
אבער אויב ער זעט אז זיין טאטע איז ביזי א גאנצע טאג כל מיני שטיתים ווייסט ער אז זיין טאטע פאלגט "נישט" די רבנים נישט אז די רבנים ווייסן נישט וואס זיי רעדן

יעצט אויב ער ניצט עס עכט נאר לצורך פרנסה וואלט אזא קארטל לכאורה קיינמאל נישט אנגעקומען צי אים

יא איך זאג 100% אז ס'איז ענדערש אריין ציגיין און באנק צי מאכן א דיפאזיט וועגען פון דארט וואקסטו ארויס ביז אפאר מינוט אבער און דיין פאון בלייבסטו סטאק

און פאר די וואס פארשטייען נאך אלס נישט וואס איך וויל פון זיי האט מען שוין אויבן געזאגט אז אדער ווייסטו נישט וואס ס'מ פאון איז אדער דארפסטו נאך אפאר קארטלעך

און פאר די וואס ווילן וויסן וועגען טאהש האבעך שוין אויבן געזאגט אז איך בין געווען לעצטע ימים טובים אין טאהש איך קען נישט זאגן אויף זיכער אז ס'הענגט נישט אזא צעטל וועגען איך האב מסתם נישט געליינט אלע צעטלעך
אבער איך האב געזען ווי מען טיילט קארטלעך פאר די קינדער
לעצט פארראכטן דורך קענדי'ס אום פרייטאג פעברואר 15, 2019 10:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

הענדימען האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:קיינער האט דיר נישט געשטעלט דו זאלסט מחנך זיין מיין קינד

זיי זענען בארעכטיגט עס צו מאכן פונקט ווי קינדליין מעג ארויסקומען. מיינע קינדער באקומען די קארטלעך אין חדר און ס'איז געהעריג דורך די סיסטעם אפראוועל

אויב זאל ווען קינדליין טיילן זייער אויסגאבע פאר קינדער שלא בידיעת - וכ''ש נגד רצונם - פון זייערע עלטערן וואלט געווען הפגנות אין די גאסן, און מיט רעכט. דיינע קינדער באקומען עס אפשר אין די מוסדות, אבער פאר וועם איז געמאכט די אלע 'חלוקות'? פאר טאטעס אפשר?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

מיסטעריעז האט געשריבן:ערעב שלו' מאיר, עס שיינט אז איר זענט פון די אלטמאדישע וואס גייען עפ"י הרבנים שליט"א ולהבחל"ח נבג"מ וואס האבן געפירט א מערכה מיט "אינטערנעט" אהן א פילטער, זאל עס זיין א קאמפיוטער, טעבלעט, סמארטפאון, בעיסיק פאון, אייפאד, אדער וואס אימער. מיר האבן מקבל געווען פון הרה"ק מהרשי"ר הי"ד אז מען דארף פירן א מערכה מיט "סמארטפאונס". איי מארגן וועט ארויסקומען 4G בעיסיק פאונס וואס מען קען נישט פילטערן, וועט מען לייגן עדס איבעראל אז דאס איז די זעלבע שעדליך "ווי א סמארטפאון".

למעלה, ברענגטזשע מיר ביטע א פסק אז א סמארטפאון איז אסור לצורך פרנסה.

א 4G פליפ פאון איז א סמארטפאון

יאקאן דינעלי האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:וועלכער דיין האט דיר מתיר געווען צו שרייבן אויף אייוועלט?

גערעכט מען טאר טאקע נישט האבעך שוין אויבן געשריבן

און דו ביסט נאכאלס דא :roll:

דעפאזיטן א טשעק איז נאך עניטיים אזוי מותר ווי לייגן א גליון אויף אייוועלט :roll:

נישט ממש די זעלבע, ביים ארויפגיין צו chase.com העסטע געווענטליך באגעגענען בילדער וואס די ווילסט נישט דיינע קינדער זאלן זעהן יעדן טאג.

אויף די עפפ אויך ?
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

קענדי'ס האט געשריבן:און פאר די וואס פארשטייען נאך אלס נישט וואס איך וויל פון זיי האט מען שוין אויבן געזאגט אז אדער ווייסטו נישט וואס ס'מ פאון איז אדער דארפסטו נאך אפאר קארטלעך

הייסטעס אז דו ביסט די מבין און דעי נארישע מענטשען וואס פארשטייען נישט דיין געהויבענע חוות דעת דארפן הילף צו קענען משיג זיין דיין מאיעסטעטישע דעת תורא. נא נא.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

קענדי ווילאנג דו זאגסט נישט וועלכע דיין האט דיר מתיר געווען צו שרייבן אויף אייוועלט מאכסטו א חוכא ואיטלולא פון דיר אליין.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

קענדי'ס האט געשריבן:די אלע קארטלעך ווייזן קלאר א בילד פון א מענטש וואס ניצט די כלי נישט ווי אזוי מען ברויך

און א קליין קינד ברויך צו פארשטיין א חילוק...

יעדע קינד וואקסט אויף מיט זאכן וואס ער זעהט אין שטוב און פארשטייט אז דאס באלאנגט נישט צו אים.

עניוועיס. איך בין נישטא צו הערן הסכמות פונעם עולם אויף מיין כלי דאס האב איך שוין פון מיין דיין.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

קענדי'ס האט געשריבן:יעצט ווען עטס זעטס איינעם ארויס נעמען א טעלעפאון ביים דאווענען (לאוו דוקא א ס'מ פאון) באדערטס ענק אויך אזוי שטארק די אייבערשטערס כבוד פון ווי די כלי אינגעל איז קלאמפערשט געווארן א מחוצף
איז ס'באדערט ענק נישט די דרך ארץ וואס מען דארף מחנך זיין די קינדער ווייל ווען יא וואלט ענק געבאדערט אז א צווייטער ווייסט אז מען מעג ארויס נעמען די אפי' די כשר'ע פאון
אזוי ווייטער יעדע זאך באמת'ע פירצה באדערט ענק נישט נאר אז דאס קינדער טיילן קארטלעך

איינער וואס זיין קינד זעט אז זיין טאטע ממש ציטערט צי נעמען די כלי און די האנט ער נעמט עס ממש נאר לצורך ווייסט אז די בילד מיינט נישט זיין טאטע ער זעט אז זיין טאטע פאלגט די רבנים
אבער אויב ער זעט אז זיין טאטע איז ביזי א גאנצע טאג כל מיני שטיתים ווייסט ער אז זיין טאטע פאלגט "נישט" די רבנים נישט אז די רבנים ווייסן נישט וואס זיי רעדן

יעצט אויב ער ניצט עס עכט נאר לצורך פרנסה וואלט אזא קארטל לכאורה קיינמאל נישט אנגעקומען צי אים

יא איך זאג 100% אז ס'איז ענדערש אריין ציגיין און באנק צי מאכן א דיפאזיט וועגען פון דארט וואקסטו ארויס ביז אפאר מינוט אבער און דיין פאון בלייבסטו סטאק

און פאר די וואס פארשטייען נאך אלס נישט וואס איך וויל פון זיי האט מען שוין אויבן געזאגט אז אדער ווייסטו נישט וואס ס'מ פאון איז אדער דארפסטו נאך אפאר קארטלעך

איך נעם קיינמאל (כמעט) נישט ארויס קיין פלענע טעלעפאון אין ביהמ"ד. און איך האב א 3g phone וואס די באטענס מאכט שוין קינצן. איך קויף נישט קיין נייע ווייל די 4g האט נאכנישט קיין געהעריגע פילטער.

כ'געדענק נישט ווען איך האב לעצטע מאל זיך באגעגענט מיט א אים אויסגעהאלטענע בילד אויף מיין ס"פ און אויב יא ווייס איך אז איך בין א יוד און מ'קוקט נישט. ווער ס'קען זיך נישט צוריק האלטן פון קוקן ברויך עס טאקע נישט האבן.

איך בין נישט אויף קיין שום גרופ. "אפילו וויכטיגע" ווייל מיין כלי איז דא מיר צו מאכן גרינגער און נישט מיר צו קריכן אויף די נערוון
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

nmi האט געשריבן:זאג נאר. אפשר קענסטו מיר מסביר זיין וואס איך בין שילדיג אז דער אייבישטער האט מיר געבענטשט (לויט מאנכע געשאלטן...) מיט א פאך און צו עס אויסניצן מוז איך האבן א סמארט פאון? יא איך ניץ עס פאר אנדערע זאכן אויך, וואס ס'איז געווארן אויבגעארבעט מיטן דיין. פון דיין תגובה קוקט אויס אז די רבנים ווייסן נישט וואס מ'קען אלץ טוען אויפן פאון (הגם כ'האלט אז זיי ווייסן דעם חורבן מער פון אונז), סאו וואס זאל איך יעצט טוען? איך זאל אריבער קומען צו דיר קענדיס און זאלסט מיר זאגן פינקטלעך וויזוי כ'זאל מיר פירן??? ניין. כ'בין געגאנגן צו א דעת תורה און ער האט סייעתא דשמיא און דאס איז די איינציגסטע זאך מיין איך וואס מ'קען טוען. כ'האף נאר אז דו ביסט נישט מחנך דיינע קינדער אז רבנים זענען דאס וואס דו האסט געשריבן...

און דעס וואס דו שרייבסט אז דו האסט נאכנישט געטראפן דו יונגל וואס איז געווארן א מחוצף. פרעג דיין זיידא באבע און עלטערע יודן וועלן זיי דיר זאגן. אינדערהיים איז א יודיש שטוב געווען געבויט אויף צוויי שטארקע יתודות, חוצפה און ליגנט. אז א יונגל צו א בחור'ל נעמט א קארטל און וואקט אריין אין ביהמ"ד און גיט עס פאר א יונגערמאן מיט א סמארט פאון (אויף וואס די קארטלעך איז געמאכט געווארן פאר) איז עס חוצפה און מ'צוברעכט די יתודות פון א יוד.

דו מישט אויס צוויי זאכן, עס איז דא די שאלה איבער די שעדליכקייט פון סמארטפאונס אפי' מיט א פילטער, און עס איז דא די וועג ווי אזוי "השומרים" פירט זייער מערכה. מיש עס נישט אויס! אויף סמארטפאונס אליין, מיין איך אז רוב אויב נישט אלע רבנים האלטן אז עס איז א בדיעבד שבדיעבד, עס איז נישט גוט פאר די קינדער, און פאר זיך אליין אויך נישט. עס האבן שוין אומצאליגע רבנים דאס געזאגט, און אויב די לייקנסט דאס, צע"ג.

עקסטער דעם איז די נושא צו "השומרים" טוט גוט מיט זייער וועג פון קארטלעך וואס ברענגען חוצפה. א נארמאלע טאטע דארף נאך אזויפיל קענען מסביר זיין פאר זיין קינד, אז כאטש די קארטלעך זענען ריכטיג, מיינט עס נישט אז א מענטש וואס מוז עס טאקע באמת יא האבן איז אפגעפרעגט, און איך מיין אז א נארמאלע אינגעל פארשטייט דאס אליין, עס איז סך הכל א קאריקאטור וואס ברענגט ארויס א פוינט אן מאכן א סך הכל. און אוודאי דארף א טאטע קענען מסביר זיין אז א מחוצף טאר מען נאך אלץ נישט זיין, קארטעלעך יא, חוצפה נישט! און אויב ביזטו יא אזא טאטע וואס קען דאס נישט מסביר זיין, בין איך זיכער אז דו וועסט אים נישט קענען מסביר זיין די חילוק פון ניצן א סמארטפאון ריכטיג און נישט ריכטיג.

כ'וועל דיר זאגן נאך א זאך ווי איך זעה אז דו גאנצע זאך איז סתם עטענטשן. איך קען איינער וואס איז געווען אין כולל (no job...) און געווען ביזי צו האקן אקעגן די כלים. ווען ער איז ארויס פון כולל האט ער זיך געקויפט אזא כלי מיט אלע מינע תריצים אז ער מעג עס האבן אן קיין פילטער....... דוק ותשכח. כ'מיין אז יעדער קען דעיע מענטשן.........

איך רוף דאס אן די "זעהסט" סינדראם, ווען א מענטש זעט עפעס א יחיד טוען א געוויסע זאך, אדער א פאסירונג וואס האט א געוויסע משמעות, זענען אלס דא די מענטשן וואס זאגן "הע.. זעסט?... כ'האב דיר געזאגט אז עס איז אזוי און אזוי...". ניין! מ'זעט נישט גארנישט, האק נישט אין קאפ! אלץ מאכט זיך זאכן און אויסנאמען, מאך נאך נישט קיין סך הכל'ס, אז דו האסט געטראפן אזא אינגערמאן מיינט דאס נישט, און עס איז זיכער נישט, אזוי אז אלע מענטשן וואס טוען אין דעם מיינען גארנישט, אלעס איז בלאף. עס איז אזוי ווי די זאלסט זאגן אז ווייל עפעס א אינגערמאן האט א סמארטפאון אן א פילטער, וועסטו זאגן "הע זעסט? אז מ'האט נאר א סמארטפאון האט מען עס שוין אן פילטער אויך..." ודו"ק.

קרייסלער האט געשריבן:סאיז נישט דא קיין איין רב אדער דיין וואס האט געפסקענט אז מטאר נישט האבן א ס״מ מיט א גוטע פילטער, אלזא זאל מיר איינער מסביר זיין וויאזוי פונקטליך איז די שומרים קארטלעך טייליר מבחין צווישן מיט אדער אן א פילטער
שטעל פאר די רבנים קומען ארויס מיט אן איסור אקעגן קאקע קאלע אן די עדה הכשר און מגייט אנהייבן טיילן שומרים קארטלעך אקעגן קאוק, די באטלעך קוקן אויס די זעלבע, די הכשר איז פיצל און נישט נראה לעינים
וועסטו פארשטיין אז די קענסט נישט באשייגעצן איינעם און אים באווארפן מיט שומרים קארטלעך פאר די האסט נישט מברר געווען צו סאיז מיט אדער או די הכשר וד״ל

איך ווייס נישט וואס 'פסק'נען' מיינט, אבער אזוי ווי געשריבן אויבן, אלע רבנים האלטן אז עס איז שעדליך, ווילסט לייקענען? געזונטערהייט.
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:און פאר די וואס פארשטייען נאך אלס נישט וואס איך וויל פון זיי האט מען שוין אויבן געזאגט אז אדער ווייסטו נישט וואס ס'מ פאון איז אדער דארפסטו נאך אפאר קארטלעך

הייסטעס אז דו ביסט די מבין און דעי נארישע מענטשען וואס פארשטייען נישט דיין געהויבענע חוות דעת דארפן הילף צו קענען משיג זיין דיין מאיעסטעטישע דעת תורא. נא נא.

קיינער דארף נישט קיין הילף יעדער פארשטייט וואס ער וויל פארשטיין

ווישוואש האט געשריבן:קענדי ווילאנג דו זאגסט נישט וועלכע דיין האט דיר מתיר געווען צו שרייבן אויף אייוועלט מאכסטו א חוכא ואיטלולא פון דיר אליין.

איך האב שוין געזאגט איך מיין אפאר מאל סתם צירוק שרייען אויף יענעם קען יעדע חדר אינגעל הע רבי ער האט עס אויך געטון
איך קום דיר נישט דא פארהאלטן פארוואס די האסט א פאון ווייל לכאורה האסטו א היתר פון א דיין הוי דן את כל אדם
אבער נאר וואס יא פארשטיי די אויך אביסל די שומרים קארטלעך און רייס עס נישט אזוי אראפ
ניין איך שרייב כמעט נישט אויף אייוועלט און נישט מיט קיין אנדערע ניק איך בין אריין געקומען נעכטען לייגן מיין גליון איך האב געזען עס זיצען דא אידן וואס רייסן אראפ די הייליגע קארטלעך האב איך אפאגעמאכט איך וועל זיין דא יעצט און פארענפערן

nmi האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:די אלע קארטלעך ווייזן קלאר א בילד פון א מענטש וואס ניצט די כלי נישט ווי אזוי מען ברויך

און א קליין קינד ברויך צו פארשטיין א חילוק...

יעדע קינד וואקסט אויף מיט זאכן וואס ער זעהט אין שטוב און פארשטייט אז דאס באלאנגט נישט צו אים.

עניוועיס. איך בין נישטא צו הערן הסכמות פונעם עולם אויף מיין כלי דאס האב איך שוין פון מיין דיין.

ניין ער ברויך נישט צי פארשטיין די חילוק אויב די ניצט עס נאר ווי אזוי עס דארף צי זיין ברויכסטו צי פארשטיין אז מען מיינט נישט דיר

האבעך שוין געזאגט אויב מען האט דיר געגעבען די קארטל און ביסט געווארן באליידיגט קוקט אויס עס עפעס ביסטו יא גלייך צי די קארטל
ווייל איך באליידיג זיך נישט ווען די זאגסט מיר איך בין א בלעקי ווייל איך בין נישט

nmi האט געשריבן:איך נעם קיינמאל (כמעט) נישט ארויס קיין פלענע טעלעפאון אין ביהמ"ד. און איך האב א 3g phone וואס די באטענס מאכט שוין קינצן. איך קויף נישט קיין נייע ווייל די 4g האט נאכנישט קיין געהעריגע פילטער.

כ'געדענק נישט ווען איך האב לעצטע מאל זיך באגעגענט מיט א אים אויסגעהאלטענע בילד אויף מיין ס"פ און אויב יא ווייס איך אז איך בין א יוד און מ'קוקט נישט. ווער ס'קען זיך נישט צוריק האלטן פון קוקן ברויך עס טאקע נישט האבן.

איך בין נישט אויף קיין שום גרופ. "אפילו וויכטיגע" ווייל מיין כלי איז דא מיר צו מאכן גרינגער און נישט מיר צו קריכן אויף די נערוון

וואויל איז דיר וואויל איז דיין חלק די קארטלעך מיינט בכלל נישט דיר
וואס איז דיין פראבלעם מיט די קארטלעך?

(אגב די זאגסט אז די אז איד ווייסט מען קוקט נישט
האבעך געזען אמאל א גליון אז מען דארף זיך ווען אויף שטעלן פאר די היינטיגע אידן מיט א ס'מ פאון
די גמרא זאגט אין פוטרופס לעריות קומען היינטיגע אידן זאגן אז מען דארף זיך קענען אליינס קאנטרילירן
מען פארציילט אויף איינע פון די גרויסע צדיקים וואס איז געווען זייער קראנק און א אלטע פרוי איז אריין געקומען איז ער ארויס געשפרינגען פון די ווינדאו
פארוואס האט ארויס געשפרינגען א איד דארף זיך קענען קאנטראלירן)

א גוט שבת יעדער איינער
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:ערעב שלו' מאיר, עס שיינט אז איר זענט פון די אלטמאדישע וואס גייען עפ"י הרבנים שליט"א ולהבחל"ח נבג"מ וואס האבן געפירט א מערכה מיט "אינטערנעט" אהן א פילטער, זאל עס זיין א קאמפיוטער, טעבלעט, סמארטפאון, בעיסיק פאון, אייפאד, אדער וואס אימער. מיר האבן מקבל געווען פון הרה"ק מהרשי"ר הי"ד אז מען דארף פירן א מערכה מיט "סמארטפאונס". איי מארגן וועט ארויסקומען 4G בעיסיק פאונס וואס מען קען נישט פילטערן, וועט מען לייגן עדס איבעראל אז דאס איז די זעלבע שעדליך "ווי א סמארטפאון".

למעלה, ברענגטזשע מיר ביטע א פסק אז א סמארטפאון איז אסור לצורך פרנסה.

א 4G פליפ פאון איז א סמארטפאון

איך הער וואס דו זאגסט, אבער קענסטו מיר ביטע מסביר זיין ווען א טעלעפאן גייט אריין אין די גדר פון סמארטפאון?
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

nmi האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:יעצט ווען עטס זעטס איינעם ארויס נעמען א טעלעפאון ביים דאווענען (לאוו דוקא א ס'מ פאון) באדערטס ענק אויך אזוי שטארק די אייבערשטערס כבוד פון ווי די כלי אינגעל איז קלאמפערשט געווארן א מחוצף
איז ס'באדערט ענק נישט די דרך ארץ וואס מען דארף מחנך זיין די קינדער ווייל ווען יא וואלט ענק געבאדערט אז א צווייטער ווייסט אז מען מעג ארויס נעמען די אפי' די כשר'ע פאון
אזוי ווייטער יעדע זאך באמת'ע פירצה באדערט ענק נישט נאר אז דאס קינדער טיילן קארטלעך

איינער וואס זיין קינד זעט אז זיין טאטע ממש ציטערט צי נעמען די כלי און די האנט ער נעמט עס ממש נאר לצורך ווייסט אז די בילד מיינט נישט זיין טאטע ער זעט אז זיין טאטע פאלגט די רבנים
אבער אויב ער זעט אז זיין טאטע איז ביזי א גאנצע טאג כל מיני שטיתים ווייסט ער אז זיין טאטע פאלגט "נישט" די רבנים נישט אז די רבנים ווייסן נישט וואס זיי רעדן

יעצט אויב ער ניצט עס עכט נאר לצורך פרנסה וואלט אזא קארטל לכאורה קיינמאל נישט אנגעקומען צי אים

יא איך זאג 100% אז ס'איז ענדערש אריין ציגיין און באנק צי מאכן א דיפאזיט וועגען פון דארט וואקסטו ארויס ביז אפאר מינוט אבער און דיין פאון בלייבסטו סטאק

און פאר די וואס פארשטייען נאך אלס נישט וואס איך וויל פון זיי האט מען שוין אויבן געזאגט אז אדער ווייסטו נישט וואס ס'מ פאון איז אדער דארפסטו נאך אפאר קארטלעך

איך נעם קיינמאל (כמעט) נישט ארויס קיין פלענע טעלעפאון אין ביהמ"ד. און איך האב א 3g phone וואס די באטענס מאכט שוין קינצן. איך קויף נישט קיין נייע ווייל די 4g האט נאכנישט קיין געהעריגע פילטער.

כ'געדענק נישט ווען איך האב לעצטע מאל זיך באגעגענט מיט א אים אויסגעהאלטענע בילד אויף מיין ס"פ און אויב יא ווייס איך אז איך בין א יוד און מ'קוקט נישט. ווער ס'קען זיך נישט צוריק האלטן פון קוקן ברויך עס טאקע נישט האבן.

איך בין נישט אויף קיין שום גרופ. "אפילו וויכטיגע" ווייל מיין כלי איז דא מיר צו מאכן גרינגער און נישט מיר צו קריכן אויף די נערוון

מהיכן דנתני? די LG בלאקט משומר געהעריג עס איז נישט דא קיין לעכער.
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:

שמעתי פון א קבוצה בחורים וואס האבן געבראכן די פילטער

דארף מען דאס וויסן הלכה למעשה צו עס איז טאקע אמת, און וועלכע פילטער עס האט געהאט, טע"ג, גדר, משומר, ?
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

מחשב האט געשריבן:און אויב ביזטו יא אזא טאטע וואס קען דאס נישט מסביר זיין, בין איך זיכער אז דו וועסט אים נישט קענען מסביר זיין די חילוק פון ניצן א סמארטפאון ריכטיג און נישט ריכטיג.

גענאגלט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

און אויך נישט פון כשר ביז טריפה פלייש
און אויך נישט פון שבת און אינדערוואכן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

און פון ארבעטן און ברענגען פרנסה ביז גיין ליידיג א גאנצן טאג און שרייבן אויף אייוועלט...
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

Think and Thank האט געשריבן:אויב זאל ווען קינדליין טיילן זייער אויסגאבע פאר קינדער שלא בידיעת - וכ''ש נגד רצונם - פון זייערע עלטערן וואלט געווען הפגנות אין די גאסן, און מיט רעכט. דיינע קינדער באקומען עס אפשר אין די מוסדות, אבער פאר וועם איז געמאכט די אלע 'חלוקות'? פאר טאטעס אפשר?

לגבי די חלוקות האסטו א פוינט (ס'איז א שמועס און כ'וויל נישט אריינגיין יעצט) אבער באמת דארף א טאטע האבן גענוג קאנטראל אויף זיינע קינדער, נישט צו לאזן גיין צו די חלוקות

ווען מיינע קינדער ברענגען אהיים עפעס וואס איך האלט נישט פאר ריכטיג זאג איך זיי זייער שיין און מ'ווארפט עס אוועק און אזוי האבעך געטוהן מיט אפאר שומרים קארדס וואס כ'האב געהאלטן אז זיי ציען איבער די שטריק

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
יאקאן דינעלי האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:וועלכער דיין האט דיר מתיר געווען צו שרייבן אויף אייוועלט?

גערעכט מען טאר טאקע נישט האבעך שוין אויבן געשריבן

און דו ביסט נאכאלס דא :roll:

דעפאזיטן א טשעק איז נאך עניטיים אזוי מותר ווי לייגן א גליון אויף אייוועלט :roll:

נישט ממש די זעלבע, ביים ארויפגיין צו chase.com העסטע געווענטליך באגעגענען בילדער וואס די ווילסט נישט דיינע קינדער זאלן זעהן יעדן טאג.

אויף די עפפ אויך ?
יאפ! אויף די טשעיס עפפ קומט אפט ארויף נישט די שענסטע בילדער אזויווי מחשב שרייבט
מחשב האט געשריבן:אפשר זאגסטע מיר דיין פילטער, ווייל מיינס (משומר) בלאקט די זאכן לרביע ולשמינית ולפעמים ולא כלום.
מחשב האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:משומר מאכט דיר עס נישט שווארץ?

אפטמאל נישט. ספעציעל קליינטשיקע בילדערלעך.

אסדר לסעודתא האט געשריבן:די קארטלעך ווייזן פאר די קינדער אז די רבנים ווייסן נישט וואס זיי רעדן. והא ראיה, מיין טאטע איז א נארמאלע מענטש מיט א סמארטפאון! קינדער ווערן עלטער און אויך קלוגער, זיי הייבן אן צו כאפן וואס די קארטלעך האבן געמאכט דאס גענאר פון אים, דאס וועט אים ברענגען אפצושפעטן פון כל הקודש.

ערגסטנס קענען די קארטלעך ווייזן פאר די קינדער אז עסקנים וואס מאכן די קארטלעך רעדן שטותים

טאמער דער טאטע נוצט דעט דעם סמארטפאון נאר ווען ער מוז וועלן עס די קינדער זייער גוט פארשטיין. פונקט ווי זיי פארשטייען ווען די טאטע טוט פאר פרנסה סיי וועלכע זאך וואס מ'קען מפקפק זיין

טאמער נוצט ער עס אבער ווי א טוי ווען די קינדער זעען, זאל ער נישט שרייען אז די שומרים קארטלעך לייגן צוגרינד זיין קינד'ס חינוך בשעת ער טוט עס אליינס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

הענדימען האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:
יאקאן דינעלי האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:
גערעכט מען טאר טאקע נישט האבעך שוין אויבן געשריבן

און דו ביסט נאכאלס דא :roll:

דעפאזיטן א טשעק איז נאך עניטיים אזוי מותר ווי לייגן א גליון אויף אייוועלט :roll:

נישט ממש די זעלבע, ביים ארויפגיין צו chase.com העסטע געווענטליך באגעגענען בילדער וואס די ווילסט נישט דיינע קינדער זאלן זעהן יעדן טאג.

אויף די עפפ אויך ?
יאפ! אויף די טשעיס עפפ קומט אפט ארויף נישט די שענסטע בילדער אזויווי מחשב שרייבט
מחשב האט געשריבן:אפשר זאגסטע מיר דיין פילטער, ווייל מיינס (משומר) בלאקט די זאכן לרביע ולשמינית ולפעמים ולא כלום.
מחשב האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:משומר מאכט דיר עס נישט שווארץ?

אפטמאל נישט. ספעציעל קליינטשיקע בילדערלעך.

ביי מיר איז נישטא קיין שום בילדער אויף די טשעיס עפפ!
ניטאמאל פארשווארצט, נאר בכלל נישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”