שומרים קארטליך

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

תגובהדורך גוטגעזאגט » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 2:50 pm

נחמן נתן האט געשריבן:גוטגעזאגט;

איר גיבט אפשר אויך לעסאנס אין חינוך?

די מיינסט סגעווען אביסל צו שארף, אדרבה געב אן עצה.
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4587
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 3:07 pm

די איינציגסטע עצה וואס איז דא, איז נאכצומאכן די זעלבע קארטליך מיט די זעלבע בילדער און ארויף שרייבן אנדערע ווערטער! און דאס טיילן פאר די קינדער אויפן זעלבן שטייגער

(צ.ב.ש. די בילד ווי די רבי בענטשט א איד: "געבענטשט זאלט איר זיין פארן פאלגן די רבנים און ארויפגעלייגן א פילטער אויף אייער טעלעפאון!")

אוועטאר
קרית יואל
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 12:35 pm
לאקאציע: געפינט זיך ערגעץ אין קרית יואל

תגובהדורך קרית יואל » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 4:23 pm

יש ברירה האט געשריבן:די איינציגסטע עצה וואס איז דא, איז נאכצומאכן די זעלבע קארטליך מיט די זעלבע בילדער און ארויף שרייבן אנדערע ווערטער! און דאס טיילן פאר די קינדער אויפן זעלבן שטייגער

(צ.ב.ש. די בילד ווי די רבי בענטשט א איד: "געבענטשט זאלט איר זיין פארן פאלגן די רבנים און ארויפגעלייגן א פילטער אויף אייער טעלעפאון!")

נישט שלעכט :grin: :lol: -c:o
געפונט זיך אין קרית יואל

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

תגובהדורך גוטגעזאגט » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 4:48 pm

גראדע האבן מיר מיינע קינדער געזאגט אז איך זאל מאכן מידות קארטלעך, אבער איך בין נישט די ריכטיגע קאנדידאט פאר דעם.
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!

פנימי
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 2:01 pm

תגובהדורך פנימי » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 5:30 pm

עס איז בלתי שום ספק אז די גאנצע א.ג. 'שומרים קארטס' איז דרכם להזיק, און עס גייט גאר בריטאל און שרעקעדיג בעפייערן!!

קיינער גייט גארנישט טון צו דעם געוויס, ווייל וואס איז שוין אביסל קארטלעך? עס גייט זיך קיינמאל נישט אפשטעלן, אבער די רעזולטאטן זענען שרעקעדיגער פונעם טויט.

מ'האט קיינמאל קיינמאל נישט אריינגענומען קיין קינדער אין קיין שום מערכה. פונקט פארקערט מ'פראבירט ווי וויינגער זיי צו האלטן ביזי מיט די וועלט. אינטערנעט האט מיט זיי גארנישט פונקט ווי א קאר און רייכענען האט נישט מיט זיי. מיטן מאכן די קארטלעך שלעפט מען זיי מיט געוואלד אריין אינעם אינטערנעט, און עס פיטערט זיי אינפארמאציע כארס של עכנאי.

ולא עוד, די גאנצע מערכה גייט האבן א 360 קאנטער אפעקט. ווייל א מענטש בויט נישט זיין החלטות אין לעבן לויט די צעטלעך וואס האבן מען האט געטיילט ביי מתמידים. יעדער מענטש בויט זיך אויס זיין לעבן לפי סביבתו ולפי תכינתו. קארטלעך פון תהלים זאגן שבת אינדערפי איז כחלום יעוף.

יעצט די קארטלעך קען האבן צוויי סארט אפעקטן.

א) לא מעלה ולא מוריד, פונקט ווי מתמידים קארטלעך. ווייל קיין שום ערוואקסענער גייט זיך נישט צוטון מאכן בבחירתו פון נארישע קינדערישע קארטלעך. אבער אם לא יועיל יזיק. אפילו עס גייט נישט אויסמאכן, באקומט די קינד א טיפע [אפשיי] אבסעסיע מיט אינטערנעט. דער מוצא לאור מיינט אפשיי, אבער די געפילן ירש'נט עפעס אנדערש. אנשטאט צו פארמאכן די קינד פון אלע וועלטליכע זאכן, - איך זאג נישט דאס איז בעסער, אבער אזוי איז די סיסטעם ביי אונז - ברענגט מען אים אריין אין די וועב-גייסט.

ב) די עצם קארטלעך גייט האבן א טיפע קאנטער רעאקציע. אויפן קינד'ס מוח שרייבט זיך אויף "שומרים קארטלעך", אבער לימים ווען ער וועט גרעסער ווערן וועט ער זען די איראניע, ולא ידע להבחין בין דברים שטיות ובין דברים רציניים.

עס איז שרעקעדיגער פון שוידערליך. ירחם ה' עלינו ועל בנינו.

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 10:16 am

פנימי האט געשריבן:עס איז בלתי שום ספק אז די גאנצע א.ג. 'שומרים קארטס' איז דרכם להזיק, און עס גייט גאר בריטאל און שרעקעדיג בעפייערן!!

קיינער גייט גארנישט טון צו דעם געוויס, ווייל וואס איז שוין אביסל קארטלעך? עס גייט זיך קיינמאל נישט אפשטעלן, אבער די רעזולטאטן זענען שרעקעדיגער פונעם טויט.

מ'האט קיינמאל קיינמאל נישט אריינגענומען קיין קינדער אין קיין שום מערכה. פונקט פארקערט מ'פראבירט ווי וויינגער זיי צו האלטן ביזי מיט די וועלט. אינטערנעט האט מיט זיי גארנישט פונקט ווי א קאר און רייכענען האט נישט מיט זיי. מיטן מאכן די קארטלעך שלעפט מען זיי מיט געוואלד אריין אינעם אינטערנעט, און עס פיטערט זיי אינפארמאציע כארס של עכנאי.

די קינדער זענען ליידער אין די מערכה עניווועי, און ווער האט זיי אריינגעברענגט אין די מערכה ? נישט די שומרים קארטלעך, ניין! נאר די וואס טראגן זיך ארום מיט די סמארטפאונס אפען אינדערהיים, אין בית המדרש, אין די גאס און שפילן זיך ארום דערמיט אפען לעיני כל העדה קעגן בחורים און קינדער און קוקן קליפס, געימס אדער די וועטער, אימעיל אדער סיי וואס, זיי האבן אנגעהויבן און אריינגעברענגט די קינדער אין די מערכה, דאס איז שרעקעדיגער ווי דער טויט...

קענען קינדער קומען אין חדר און פארציילן פון א הערליכע קליפ וואס די טאטע אדער מאמע האט זיי געוויזן און דערמיט רייצט מען אן די אנדערע קינדער וואס זייערע עלטערן זענען נישט צודראדעלט און האלטן נישט די כלים אינדערהיים, פאר די קינדער איז אזעלעכע חוזק קארטלעך פיין געוואונטשן, זאלן זיי וויסן ווי שעדליך ס'איז און ווי אזוי מ'באגראבט זיך דערמיט, זאלן זיי אראפקוקן די וואס קוקן דערין אדער דרייען זיך דערמיט ווי בהמות און רייצן אן די יוגענט.

ווער האט זיי אריינגענומען אין די מערכה ? זיץ איך איינמאל ביי א וואכנאכט זע איך א אינגערמאן ווייזט א קליפ פאר א צווייטן און מ'לאכט... בשעת ארום שטייען עטליכע קינדער און בחורים!! מ'הארגעט זיך אליינס, און זיי טראכטן מתי הגיעו למעשה אבותי, ווען וועל איך קענען האבן אזא גוטע טוי ווי די אלע טאטעס, אט האסטו, דאס איז שרעקעדיגער ווי דער טויט... די קינדער זענען פעסט אין די מערכה מיט אלע פיטשעווקעס אן די שומרים קארטלעך, דאס האט שוין זיכער געבעק'פייערט הונדערטער מאל, פרעג די מנהלים און מלמדים.

די קארטלעך וועלן בעקפייערן ??

דאס איז א קאנטער אטאקע אויף די מערכה וואס די סמארטפאון טרעגער האבן אריינגעשלעפט אונזערע קינדער דערין, זיי פירן א מלחמה מיט אונזערע קינדער, דארף מען צוריקשלאגן מיט'ן שארפסטן, און די קארטלעך טוט א פיינע דזשאב דערווייל.

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובהדורך לחיים טובים ולשלום » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 10:35 am

[quote="פנימי"]

א) לא מעלה ולא מוריד, פונקט ווי מתמידים קארטלעך. ווייל קיין שום ערוואקסענער גייט זיך נישט צוטון מאכן בבחירתו פון נארישע קינדערישע קארטלעך.
{quote]
איך ווייס נישט פארוואס איר שרייבט אזוי, אויב קיין שום ערוואקסענע מאכט זיך נישט צו טון דערפון וואלט מען געלאכט דערפון אין געגאנגען ווייטער, ווי עס שיינט מאכט מען זיך פיין צו טון דערפון והא ראי' אז מען האלט שוין דא ביי 3 בלעטער פיל מיט האס דערקעגן,
כמאמר החכם אז די הינט בילט,,,,,,,, ואתכם הסליחה

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7464
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:45 am

די וואס האבן סמארטפאון'ס זעהן עס אלס א פאקט אז סמארטפאון'ס איז א חלק פונעם הלך ילך.

די וואס האבן נישט קיין סמארטפאון'ס זעהן עס אלס א פאקט אז אז סמארטפאון'ס איז די ערגסטע.

ס'הערשט א "מיספארשטענדעניש". וד"ל.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובהדורך לחיים טובים ולשלום » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:29 pm

עס איז נישטא קיין שום מיספארשטענדעניש,
א סמארטפאון איז א פראבלעם
עס איז - ליידער - א חלק פון די הלך ילך, פונקט ווי א קאמפיוטער,
די חיליק איז נאר אז א קאמפיוטער קענסטו ארום טראגן מיט דיר משא"כ א סמארטפאון, ע"כ איז געשעהן אז מיט א סמארטפאון לעבט מען דערמיט, מקען זיך שוווער געזעגענען דערמיט אפי' מיט די פילטער

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:51 pm

פנימי וואס האסטע געטוהן מיט מיר? איך ווארף מיך פאר שרעק...

אזאנע שרעקעדיגע ווערטער...

דרכם להזיק..
ברוטאל און שרעקעדיג בעקפייערען...
שרעקעדיגער פון טויט...
שרעקעדיגער פון שוידערליך...

#טשילס
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
לאנדאן שטופער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm

תגובהדורך לאנדאן שטופער » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:53 pm

איך ברענג דא א מעשה וואס איך בין געווען דערביי:

עס איז אריינגעקומען אין די טע"ג אפיס אין לאנדאן א איד פאר פסח מיט 3 סמארטפאונ"ס ער וויל זיי כשר'ן ווייל די לעצטע פאר טעג לייגן זיינע קינדער שומרים קארטלעך אונטער זיין קישן בלית ברירה כשר'ט ער עס.
לאידך גיסא זענען קינדער באפאלן איינע פון די באס דרייווער'ס שמד פאון וכו' און די דרייווער האט זיי געענטפערט איך פרעג נישט די רבנים וואס צוטוהן, אז קינדער זאלן הערן אזעלכע זאכן איז אויך אדאנק די קארטלעך
שוין גארנישט קיין שטופער...
קרעדיט: משהזוךמיר

אוועטאר
נו שוין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 10:57 pm

טשאלענט האט געשריבן:קומט צו מיר צו א בחור'ל און כמנהגם פרעגט ער :כקען אפשר בארגן אייער טעלעפאון?

נעםאיך עס ארויס און ער דרייט זיך אויס שפאצירט אוועק און גייט בארגן פון א צווייטן...

ניטאמאל געפרעגט צו עס האט א פילטער...

די נעקסטע טאג האב איך זיך איינגעהאנדעלט א 2'טע טעלעפאון...

(מיין ב"ב האט געוואלט וויסן ווער דער בחור'ל איז זי האט אים געוואלט אנרופן זיך באדאנקען...)

די מעשה קען נישט זיין אמת , די טבע פון א מענטש ווען ער ווערט באעוולט (עכ"פ לויט זיין פארשטאנד) ווערט נישט אויטאמאטיש אונטערגעווארפן, לויט די חוקי הטבע וואלט דער אינגערמאן אוועקגעגאנגן מיט א געוויסע מאס כעס אויפן חוצפה פונעם בחורל.

נאר וואס דען, דער בעל התגובה האט א שטיקל ווישפול טינקינג אז דאס וועט געשעהן ווען א בחורל וועט זיך אזוי אויפירן , שוין, זאל זיין אזוי.

פנימי
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 2:01 pm

תגובהדורך פנימי » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:22 pm

קרעפטיג האט געשריבן:
פנימי האט געשריבן:עס איז בלתי שום ספק אז די גאנצע א.ג. 'שומרים קארטס' איז דרכם להזיק, און עס גייט גאר בריטאל און שרעקעדיג בעפייערן!!

קיינער גייט גארנישט טון צו דעם געוויס, ווייל וואס איז שוין אביסל קארטלעך? עס גייט זיך קיינמאל נישט אפשטעלן, אבער די רעזולטאטן זענען שרעקעדיגער פונעם טויט.

מ'האט קיינמאל קיינמאל נישט אריינגענומען קיין קינדער אין קיין שום מערכה. פונקט פארקערט מ'פראבירט ווי וויינגער זיי צו האלטן ביזי מיט די וועלט. אינטערנעט האט מיט זיי גארנישט פונקט ווי א קאר און רייכענען האט נישט מיט זיי. מיטן מאכן די קארטלעך שלעפט מען זיי מיט געוואלד אריין אינעם אינטערנעט, און עס פיטערט זיי אינפארמאציע כארס של עכנאי.

די קינדער זענען ליידער אין די מערכה עניווועי, און ווער האט זיי אריינגעברענגט אין די מערכה ? נישט די שומרים קארטלעך, ניין! נאר די וואס טראגן זיך ארום מיט די סמארטפאונס אפען אינדערהיים, אין בית המדרש, אין די גאס און שפילן זיך ארום דערמיט אפען לעיני כל העדה קעגן בחורים און קינדער און קוקן קליפס, געימס אדער די וועטער, אימעיל אדער סיי וואס, זיי האבן אנגעהויבן און אריינגעברענגט די קינדער אין די מערכה, דאס איז שרעקעדיגער ווי דער טויט...

קענען קינדער קומען אין חדר און פארציילן פון א הערליכע קליפ וואס די טאטע אדער מאמע האט זיי געוויזן און דערמיט רייצט מען אן די אנדערע קינדער וואס זייערע עלטערן זענען נישט צודראדעלט און האלטן נישט די כלים אינדערהיים, פאר די קינדער איז אזעלעכע חוזק קארטלעך פיין געוואונטשן, זאלן זיי וויסן ווי שעדליך ס'איז און ווי אזוי מ'באגראבט זיך דערמיט, זאלן זיי אראפקוקן די וואס קוקן דערין אדער דרייען זיך דערמיט ווי בהמות און רייצן אן די יוגענט.

ווער האט זיי אריינגענומען אין די מערכה ? זיץ איך איינמאל ביי א וואכנאכט זע איך א אינגערמאן ווייזט א קליפ פאר א צווייטן און מ'לאכט... בשעת ארום שטייען עטליכע קינדער און בחורים!! מ'הארגעט זיך אליינס, און זיי טראכטן מתי הגיעו למעשה אבותי, ווען וועל איך קענען האבן אזא גוטע טוי ווי די אלע טאטעס, אט האסטו, דאס איז שרעקעדיגער ווי דער טויט... די קינדער זענען פעסט אין די מערכה מיט אלע פיטשעווקעס אן די שומרים קארטלעך, דאס האט שוין זיכער געבעק'פייערט הונדערטער מאל, פרעג די מנהלים און מלמדים.

די קארטלעך וועלן בעקפייערן ??

דאס איז א קאנטער אטאקע אויף די מערכה וואס די סמארטפאון טרעגער האבן אריינגעשלעפט אונזערע קינדער דערין, זיי פירן א מלחמה מיט אונזערע קינדער, דארף מען צוריקשלאגן מיט'ן שארפסטן, און די קארטלעך טוט א פיינע דזשאב דערווייל.

די ארגעסטע פון אלעמען איז אז א קינד הערט ענדערש אויס זיינע עלטערן ווי די מלמדים און קארטלעך. סא עס איז אין א געוויסן זין נישט מעלה ומוריד אבער יזיק, ווייל די קינד וועט זיך אויסלאכן דערפון

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 5:17 pm

פנימי האט געשריבן:

מ'צילט בכלל נישט בעיקר אויף קינדער וואס זייערע עלטערן זענען פאריקט אויפ'ן קאפ און זענען גרייט מפקיר צו זיין זייערע קינדער על זבחי מתים.

מ'רעדט צו די (רוב) קינדער וואס זייערע עלטערן פייפן נישט אין די רבנים און דרייען זיך נישט דערמיט, זיי זאלן נישט ווערן מיטגעשלעפט און וויסן ווי שעדליך די כלים זענען.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1833
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: נישט משנה

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 5:23 pm

מיין אכט יעריג אינגל האט געקריגן אן אדרעסירטן קאנווערט מיט זיין נאמען דערויף מיט די חוצפה קארטלעך דערינען.
דערנידערן א צווייטן מאכט דיך נישט העכער

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובהדורך לחיים טובים ולשלום » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 4:57 pm

צו געזונט האט געשריבן:מיין אכט יעריג אינגל האט געקריגן אן אדרעסירטן קאנווערט מיט זיין נאמען דערויף מיט די חוצפה קארטלעך דערינען.

איך האף אז די האסט עם געזאגט אז ער זאל זיך דערמיט איינחזרן אויף אייביג די שעדליכקייט פון די "סמארטפאונס"

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 5:31 pm

אין סקווירא למשל, האט דער רבי יא פארשטאנען אז מ'זאל אריין נעמען די קינדער אין די מערכה, און אלע קינדער דארט האבן גע'חתמ'עט אז זיי גייען נישט אנרירן קיין סמארטפאון
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך חביבי » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 6:41 pm

סארא בזיון הבריות די קארטלעך

פיקטשערס פון מענטשן מיט בהמה קעפ איז פון די שיינע זאכן דארט, אין וועלכע יודיש ספר האט מען געזעהן אזא מין גערעדעכץ, אויך מיר א וועג פון מעורר זיין מענטשן
חביבי

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1833
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: נישט משנה

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 8:43 pm

לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:מיין אכט יעריג אינגל האט געקריגן אן אדרעסירטן קאנווערט מיט זיין נאמען דערויף מיט די חוצפה קארטלעך דערינען.

איך האף אז די האסט עם געזאגט אז ער זאל זיך דערמיט איינחזרן אויף אייביג די שעדליכקייט פון די "סמארטפאונס"

ניין, נישט דערמיט!!! ער ברויך וויסן די שעדליכקייט, אבער נישט אויף דעם וועג
דערנידערן א צווייטן מאכט דיך נישט העכער

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:19 am

ווי די קאפ ליגט דארט ליגט דער מענטש.

עס איז איין זאך זאגן פאר א קינד אז די כלי טאר מען נישט אנרירען, משא"כ ער זאל א גאנצען צייט כסדר רעדן און שפילן וועגן די טעלעפאן ליגט אים למעשה זיין קאפ ביי דעם.

לערן מיט אים תורה און יראת שמים, און אין דעם זאל אים זיין קאפ ליגען. און מפעם לפעם פונקט ווי די לערנסט אים אנדערע זאכן זאלסטו אים אויך לערנען די שעדליכקייט פון די כלים.

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:58 am

נו שוין האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:קומט צו מיר צו א בחור'ל און כמנהגם פרעגט ער :כקען אפשר בארגן אייער טעלעפאון?

נעםאיך עס ארויס און ער דרייט זיך אויס שפאצירט אוועק און גייט בארגן פון א צווייטן...

ניטאמאל געפרעגט צו עס האט א פילטער...

די נעקסטע טאג האב איך זיך איינגעהאנדעלט א 2'טע טעלעפאון...

(מיין ב"ב האט געוואלט וויסן ווער דער בחור'ל איז זי האט אים געוואלט אנרופן זיך באדאנקען...)

די מעשה קען נישט זיין אמת , די טבע פון א מענטש ווען ער ווערט באעוולט (עכ"פ לויט זיין פארשטאנד) ווערט נישט אויטאמאטיש אונטערגעווארפן, לויט די חוקי הטבע וואלט דער אינגערמאן אוועקגעגאנגן מיט א געוויסע מאס כעס אויפן חוצפה פונעם בחורל.

ריכטיג. אבער אפילו הכי קען אזא זאך גישעהן דורך די אקט
אין איך האב טאקע גיהערט זייער אן ענדליכען סיפור אין יענער האט טאקע געטוישט פאון'ס נאכ'ן זיך פילן באטראפן פון א אינגעל

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 6:47 pm

נו שוין האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:קומט צו מיר צו א בחור'ל און כמנהגם פרעגט ער :כקען אפשר בארגן אייער טעלעפאון?

נעםאיך עס ארויס און ער דרייט זיך אויס שפאצירט אוועק און גייט בארגן פון א צווייטן...

ניטאמאל געפרעגט צו עס האט א פילטער...

די נעקסטע טאג האב איך זיך איינגעהאנדעלט א 2'טע טעלעפאון...

(מיין ב"ב האט געוואלט וויסן ווער דער בחור'ל איז זי האט אים געוואלט אנרופן זיך באדאנקען...)

די מעשה קען נישט זיין אמת , די טבע פון א מענטש ווען ער ווערט באעוולט (עכ"פ לויט זיין פארשטאנד) ווערט נישט אויטאמאטיש אונטערגעווארפן, לויט די חוקי הטבע וואלט דער אינגערמאן אוועקגעגאנגן מיט א געוויסע מאס כעס אויפן חוצפה פונעם בחורל.

איך האב זיך בכלל נישט געשפירט בא'עוול'ט, איך וואלט נישט געוואלט אז מיין בחור'ל זאל בארגן א סמארט-פאון, און איך האב נישט אוועק געווארפן מיין טעלעפאון נאר פשוט צוגעקויפט נאך א טעלעפאון פאר ביהמ"ד\פובליק פלעצער, און צו קענען בארגן...

גראדע האב איך זייער הנאה פונעם געדאנק פון 2 טעלעפאונען, עס איז זייער געשמאק, איך בין א נייער מענטש, און איז גראדע מער פראקטיש.
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4243
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 1:48 pm

ס'גייט ווי מצה וואסער... עה סאך בעסער.

געווען אין א געשעפט ווי א פרוי קומט אריין מיטן גאנצען געזונדעל אין פרעגט אויב ס'איז שוין נאכאמאל אריינגעקומען די קארטלך. דער געשעפטסמאן זאגט אז נעכטן גלייך נאכדעם וואס זי איז ארויס פון געשעפט איז אריינגעקומען נאך 100 סעט'ס און היינט איז שוין גארנישט דא.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5200
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 6:32 pm

ס'איז א גוטע געים
וואס זיי האבן דא געטון איז אזוי ווי איך זאל ווען מאכן א שאוטדאון פאר למשל... אימיגראציע אישוס ~טשארלס שומער 2013

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:33 pm

איך האב לעצטענס געזעהן 'השומרים' קארטלעך, אויפן זעלבען פארמאט ווי די שומרים קארטליך, ווייסט איינער צו עס איז די זעלבע זאך?

אפשר גאר א קאמפעטישאן?....
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט