שומרים קארטליך

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

דער פאני מענטש
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
לאקאציע: אין משוגעים הויז

תגובהדורך דער פאני מענטש » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 7:05 pm

וואס האט געשריבן:
אלטע איד האט געשריבן:די ציל איז לכאורה קינדער וואס זייער טאטעס האבן סמארטפאון אזוי ווי איינער האט דא פריער דערמאנט.
אויפ טוען מיינט אז אידן זאלן אויפגעבן די סמארטפאון

דער ציל איז צו ראטעווען דעם אינגען דור און צו האמערן אין די קינדער און בחורים צו שטיין ווייט דערפון כמטכווי קשת.

מיר קוקט נישט אויס ווי ער האט עפעס א ציהל
מען דארף טהון און נישט אויפטוהן
עס איז דא שיטות אז והיית משוגע איז א מצוה

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 7:15 pm

ווען איך בין געווען א אינגעל איז געווען קארטלעך קעגען TV און איך געדענק נישט אז די קארטלעך זאלן האבן עפעס אויסגעמאכט ווען מיר זענען גרויס געווארן.

דער פאני מענטש
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
לאקאציע: אין משוגעים הויז

תגובהדורך דער פאני מענטש » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 7:20 pm

שלך לחמך האט געשריבן:ווען איך בין געווען א אינגעל איז געווען קארטלעך קעגען TV און איך געדענק נישט אז די קארטלעך זאלן האבן עפעס אויסגעמאכט ווען מיר זענען גרויס געווארן.

איך זעה יא
עס איז דא שיטות אז והיית משוגע איז א מצוה

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 660
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 7:49 pm

קרית יואל האט געשריבן:
פארבינדן האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:ועם כל זאת האלט איך אז די קארטלעך דארפן קאנטראלירט ווערן דורך אנגענומענע רבנים. אייגענע אקציעס ברענגט נאר אונטער כלל ישראל.


עס ווערט קאנטראלירט דורך אנגענומענע רבנים. עס איז נישט קיין אייגענע אקציעס !!!


אזוי ? פון ווי נעמסטו עס? אפשר קומסטו ארויס מיט די נעמען פון די "רבנים" און א צעטיל פון זיי אז זיי שטיצן עס.

אוועטאר
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2310
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 8:54 pm

ערנסטע רבנים האבן נישט קיין פראבלעם ארויסצוקומען אין פאבליק מיט עפעס וואס זיי האלטן פאר ריכטיג, ומכלל הן אתה שומע לאו. נאך פארן אריינגיין צו עס איז ריכטיג די וועג וויאזוי עס ווערט געפירט און וואס עס מיינט פאר א אינגערמאן וואס האט זיך שווער געבראכן און ארויפגעלייגט א שטארקע פילטער אויף זיין פאון צו באקומען א קארטל פון א 8 יעריגס: "דו שייגאץ", דאס אז די גאנצע מערכה ווערט געפירט פון בני בלי שם שמעקט עפעס נישט גוט.
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4501
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 9:10 pm

דער פאני מענטש האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:איך אלס בחור וואלט איך אוועק געוואקט מיט די פאון [מען קען האבן א פאון אימזיסט און נאך הייסען א קנאי אויך]


ביז גניבה

אויב האב אי א סמארט פאון אלס בחור בין איך נישט מקפיד אויף גניבה.
סאדאם בן באראק חוסעין

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:59 am

אינטרעסאנט איך האב נישט גיזעהן אז ביי אנדרע קארד קאלעקטיאן'ס לדוגמא מעמבער קארד'ס וכדומה, אז איינער זאל בעטען אן הסכמה פון רבנים... אין ענטפער מיר נישא אז דא איז אנדרעש ווייל עס מאכט חוזק וכו'
אגב כ'האב געפרעגט אפאר קינדער בשעת'ן קויפן די קארד'ס וואס דאס איז און רוב האבן נישט גיהאט א קלארע תשובה.

אוועטאר
yankelshister
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 7:05 pm

תגובהדורך yankelshister » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:25 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:אינטרעסאנט איך האב נישט גיזעהן אז ביי אנדרע קארד קאלעקטיאן'ס לדוגמא מעמבער קארד'ס וכדומה, אז איינער זאל בעטען אן הסכמה פון רבנים... אין ענטפער מיר נישא אז דא איז אנדרעש ווייל עס מאכט חוזק וכו'

פארוואס נישט?
יאנקל שיסטער איז גערעכט...

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 10:39 am

yankelshister האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:אינטרעסאנט איך האב נישט גיזעהן אז ביי אנדרע קארד קאלעקטיאן'ס לדוגמא מעמבער קארד'ס וכדומה, אז איינער זאל בעטען אן הסכמה פון רבנים... אין ענטפער מיר נישא אז דא איז אנדרעש ווייל עס מאכט חוזק וכו'

פארוואס נישט?

יש הרבה תירוצים והסברים כידוע אפילו למי שאינם מבינים, אבער יעצט וועל איך ענטפערן בקיצור, איינער וואס גייט ארום מיט דעם בגלוי מאכט שוין די גרעסטע חוזק פון זיך...

אוועטאר
yankelshister
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 7:05 pm

תגובהדורך yankelshister » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 11:57 am

אויב די אנדערע פילע תרוצים זענען אויף די זעלבער סגנון איז טאקע בעסער איר זאלט נישט מאריך זיין.
יאנקל שיסטער איז גערעכט...

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:30 pm

איך פארשטיי נישט ס'מוז ארויסקומען א קול קורא פון רבנים אז די קארטלעך איז אינטער אונזער השגחה?!,

יעדער ווייסט אז די עסקנים ארבעטען האנט ביי האנט מיט געוויסע רבנים און דיינים און ס'איז שוין געווען עטליכע עפענטליכע אסיפות מיט די באטייליגונג פון די רבנים און ס'איז נישט קיין סוד פאר קיינעם ווער די רבנים זענען,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6188
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:42 pm

אפשר נישט קיין סוד, אבער באקאנט אויך נישט.
וואו איז דָוִי?

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:48 pm

אפשר נישט באקאנט אלוועלטליך, אבער אין די קרית יואל'ע אויסגאבעס ווי דזשורנאל און בולעטין, איז עס שוין עטליכע מאל געווען באריכטעט.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7459
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:30 pm

וואס איז דאס שומרים קארטליך? קען איינער ארויפשטעלן א סעמפל?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:47 pm

זאכליך האט געשריבן:וואס איז דאס שומרים קארטליך? קען איינער ארויפשטעלן א סעמפל?

זאג מיר נישט דו ווייסט טאקע נישט...

viewtopic.php?p=1288682#p1288682
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7459
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 2:30 pm

אוודאי האב איך געזעהן דיין ארטיקל, אבער כ'האב געמיינט אז ס'איז א וויץ (דארפסט פארשטיין, ווען מ'ליינט דיינע שורות לאכט מען אן אויפהער...).

מיינע קינדער האבן נישט קיין קארטליך (עז פאר עז איי נאו), וועלמיר דארפן מאכן מער ריסוירטש איבער עס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 2:49 pm

מיין פאון איז אן אלט-מאדישע פאלם-סמארטפאון וועלכע מאושר האט געכשר'ט דורכן גענצליך אראפנעמען דעם אינטערנעט. (זיי זאגן אז ס'שוין נישט מעגליך צוריקצולייגן.) עס איז מיר געווען פשוט ביליגער צו צאלן די $15 ווי צו קויפן א נייע פאון פאר $60 און פראגראמירן די קאנטעקטס, זיך צוגעוואוינען.וכו'
יעצט וואס קומט מיר אז מיין קינד זאל מיך אראפקוקן אז איך האב א סמארטפאון?!
קאקאש קעיק איז פיין, ביז מ'שלונגט דאס אראפ.

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

תגובהדורך גוטגעזאגט » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 6:18 pm

האב איך געזאגט פאר מיינע קינדער , די מענטשן וואס מאכן עס זענען כופרים, אין מען דארף עס צורייסן. אבער די רבי געט עס טאנענען זיי, א מין חוצפה. האב איך זיי געזאגט,זיי קענען קאלעקטן ביז קויפן.
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 6:43 pm

גוטגעזאגט האט געשריבן:האב איך געזאגט פאר מיינע קינדער , די מענטשן וואס מאכן עס זענען כופרים, אין מען דארף עס צורייסן. אבער די רבי געט עס טאנענען זיי, א מין חוצפה. האב איך זיי געזאגט,זיי קענען קאלעקטן ביז קויפן.

'כופין' אותו עד שיאמר רוצה אני...

כ'קוף'...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 4:00 am

דאס איז זיכער א חוצפה שאין כדוגמתא, אויב א יונגעל האט א חוצפה ציצוגיין צו א אינגערמאן וואס רעדט אויף זיין פאון אויפן "גאס", און אים נאכשרייען "פוי פוי סמארטפאון", אדער אפי' זאגען שיינערהייט "נא! מ'טאר נישט האבן קיין סמארטפאון!",

ס'איז ליידער אמת'ע פאקטן,

איז די קארטלעך במקום דרך ארץ?

איך בין נישט אזוי ווייט אקעגן די קארטלעך, אבער מ'דארף לערנען מיט קינדער הלכות דרך ארץ ווייניגסטענס וויאזוי מ'לערנט מיט זיי הלכות סמארטפאון-פוי.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

מיין מיינונג און קורצען איבערן היינטיגן דור, "א וועלט פון ראובאטס, אן קוקן אויף ביידע זייטן פינעם בילד", זעה מיין באשרייבונג בקרוב (ווען די צייט וועט ערלויבן).

געשמאקער'ס בלאג

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 11:21 am

לויט ווי איך פארשטיי איז עס צוויי באזונדערע זאכן.

א קינד וואס האט די קארטלעך גייט נאכנישט וועגן דעם נאכשרייען טאטעס אויפן גאס סמארטפאון פוי וכדו'. אויף די קארטלעך שטייט נישט אז מ'זאל עס געבן פאר מענטשן וואס האבן ס'פ, און נישט אז מ'זאל מוחה זיין ווען איינער האט א ס'פ.

ס"ה איז עס ליצנות פון די מענטשן וואס זענען צוגעבינדן דערצו. און א קינד וואס שרייט נאך וכדו', מיינט עס אז איינער האט אים דאס אויסגעלערנט אדער זיין טאטע אדער רבי, וכדו'
וואס זיי האבן דא געטון איז אזוי ווי איך זאל ווען מאכן א שאוטדאון פאר למשל... אימיגראציע אישוס ~טשארלס שומער 2013

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 12:10 pm

בעיני ראיתי, א חצוף יונגעל דראטשאק האט אריינגעווארפן א קארטעל פאר א אינגערמאן אינמיטען רעדן אויפן פאון
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

מיין מיינונג און קורצען איבערן היינטיגן דור, "א וועלט פון ראובאטס, אן קוקן אויף ביידע זייטן פינעם בילד", זעה מיין באשרייבונג בקרוב (ווען די צייט וועט ערלויבן).

געשמאקער'ס בלאג

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 12:14 pm

נישט אפגעפרעגט מיין פוינט
וואס זיי האבן דא געטון איז אזוי ווי איך זאל ווען מאכן א שאוטדאון פאר למשל... אימיגראציע אישוס ~טשארלס שומער 2013

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

גענוג געווען

תגובהדורך גוטגעזאגט » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 2:50 am

דעם שבת איז מיין אינגעל געוואר געווארען אז אין א געוויסע שול טיילט מען שומרים קארדס, האט ער געדרייט דעם קאפ אז ער וויל אהינגיין, האב איך געזאגט בשום אין אויפן, נאך אפאר מאל דרייען דעם האב איך געזאגט. ווייסטו וואס דעס קען מער נישט אריין קומען אין מיין הויז. די חברה וואס מאכן די קארטלעך זענען א באנדע ליידיגייערס, זיי מיינען זיי טוהן אויף, ביזדערווייל מאכן זיי די קינדער זאלן זיין גרעסערע מחוצפים.
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3720
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 12:55 pm

גוטגעזאגט;

איר גיבט אפשר אויך לעסאנס אין חינוך?
לחיים ולברכה!


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Yahoo [Bot] און 7 געסט