שומרים קארטליך

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 10:52 pm

קוקט אויס ווי דו ווייסט נישט וואס די מצב איז געווען בעפאר די כינוס. די פאקט אז דו קוקסט אן די פילטערס ווי א דבר פשוט ומוכרח איז די גרעסטע אקאמפלישמענט פון די כינוס!

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 11:09 pm

''זאלן אונזערע קינדער זיין עזות פנים'ער אבער צו קיין סמארטפאון זאלן זיי נישט צורירן''

שלוה
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 am

תגובהדורך שלוה » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 11:20 pm

איש החסד, איך שטעל מיך פאר אז די שרייסט נישט סתם אין די וועלט אריין. פאר דיך איז לכאורה א סמארטפון טאקע אסור בנגיעה, פון דיין שרייבען דא קוקט אויס אז פאר דיר דארף עס זיין אסור אפילו במחשבה. איך גלייב אז נאר טראכטען פון א סמארטפאון ברענגט דיך שוין צו צו..... וויסען זאלסטו אבער אז ס'איז דא א וועלט פון מענטשען, זייער נאנט צו אייך, וואס פאר זיי ברענגט עס נישט ארויף די אלע זאכען, און מיט א פילטער זענען זיי מסודר בתכלית הכשרית.

עלה והצלח!

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 11:21 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:טוה מיר א טובה, צו עקאמפלישן ארויפצולייגן א פילטער מאכט מען נישט די גאנצע טאראראם פון שומרים קארטליך, מיין קליינע שכל זאגט מיר אז מ'וויל עקאמפלישן מער פון דעם, און דאס איז לופט...

איך מיין אז דו מישט,

דו האסט אריינגעווארפן אז ביים כינוס האט מען גארנישט אויפגעטוהן האב איך און מה פתאום??? דיר מסביר געווען אז עס האט אויפגעטוהן לגבי פילטערס, שרייסטו אז נישט דאס איז די מטרה פון די קארטליך,
אונז האבן יעצט גערעדט פונעם כינוס, נישט פון די קארטליך.


ממה נפשך, אויב האט די כינוס כלל ישראל אויפגעטוהן פארוואזשע דארף מען די פארשאלטענע שומרים קארטליך?! און אויב האט די כינוס כלל ישראל נישט אויפגעטוהן וועלן די קארטליך אויך נישט אויפטוהן, דאס איז וואס איך זאג, גענוג קלאר?!?!?!?!?

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 11:23 pm

איש החסד האט געשריבן:''זאלן אונזערע קינדער זיין עזות פנים'ער אבער צו קיין סמארטפאון זאלן זיי נישט צורירן''


אדער ווייסטו נישט וואס מיינט קינדער, אדער ווייסטו נישט וואס מיינט עזות פנימ'ער, אדער וכו', אדער קיין איינס פון די אויבנדערמאנטע

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 11:27 pm

וויל וועלן האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:טוה מיר א טובה, צו עקאמפלישן ארויפצולייגן א פילטער מאכט מען נישט די גאנצע טאראראם פון שומרים קארטליך, מיין קליינע שכל זאגט מיר אז מ'וויל עקאמפלישן מער פון דעם, און דאס איז לופט...

איך מיין אז דו מישט,

דו האסט אריינגעווארפן אז ביים כינוס האט מען גארנישט אויפגעטוהן האב איך און מה פתאום??? דיר מסביר געווען אז עס האט אויפגעטוהן לגבי פילטערס, שרייסטו אז נישט דאס איז די מטרה פון די קארטליך,
אונז האבן יעצט גערעדט פונעם כינוס, נישט פון די קארטליך.


ממה נפשך, אויב האט די כינוס כלל ישראל אויפגעטוהן פארוואזשע דארף מען די פארשאלטענע שומרים קארטליך?! און אויב האט די כינוס כלל ישראל נישט אויפגעטוהן וועלן די קארטליך אויך נישט אויפטוהן, דאס איז וואס איך זאג, גענוג קלאר?!?!?!?!?

איך גיי נישט אריין אין די נושא פון די קארטליך, איך רעד פון דעם וואס דו האסט געזאגט אז דער כינוס האט אויפגעטוהן א רעטעך האב איך אויף דעם געזאגט אז דו ביסט נישט גערעכט,
דעטס אאל
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 11:39 pm

און איך האלט ווייטער אז דאס וואס טייל ווילן זאגן אז די כינוס האט אויפגעטוהן געוויסע זאכן איז אבער נישט דאס געווען די וויזיע פון די וואס האבן עס געמאכט, פינטל.

דיסקלעימער: איך פארמאג ב"ה נישט קיין סמארט פאון, איך האב א פשוט'ע סעל, אזוי ווי די רבנים און ערליכע אידן פאדערן.

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 11:52 pm

יעצט אפגעליינט שנעלערהייט דריי הערות

1- וואס לך לך האט געשריבן אז קינדער מעגן אראפקוקן עלטערן איז א הירוס הדת

די גאנצע מסורה און די גאנצע קבלה אויף אמונה קומט פון די עלטערן, עס איז א סכנה עצומה

חוץ ממה שכתב הרמב״ם אז מען דארף האלטן די טאטע פאר א צדיק

3- קינדער זענען נישט משוגע - זיי זעהען פופציג פראצענט אידן דרייען זיך מיט סמארטפאון׳ס פארלירט עס די גאנצע השפעה פריער אדער שפעטער, ווען זיי שרייבן ווען יא פילטער נישט פילטער, איז איין זאך. אבער אז זיי שרייבן גארנישט בעקפייערט עס

2- דיר ערשטער בריוו שרייבער אינעם גליון שרייבט זייער צום זאך
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 12:23 am

שלוה האט געשריבן:איש החסד, איך שטעל מיך פאר אז די שרייסט נישט סתם אין די וועלט אריין. פאר דיך איז לכאורה א סמארטפון טאקע אסור בנגיעה, פון דיין שרייבען דא קוקט אויס אז פאר דיר דארף עס זיין אסור אפילו במחשבה. איך גלייב אז נאר טראכטען פון א סמארטפאון ברענגט דיך שוין צו צו..... וויסען זאלסטו אבער אז ס'איז דא א וועלט פון מענטשען, זייער נאנט צו אייך, וואס פאר זיי ברענגט עס נישט ארויף די אלע זאכען, און מיט א פילטער זענען זיי מסודר בתכלית הכשרית.

עלה והצלח!

יא, יא. דאס איז גיט לגבי דיר פרעזענליך, אבער דיינע קינדער וועלכע זעהן אז זייער טאטע האט א סמארטפאון וועלן געווענליך נישט זוכן צו זיין פרומער.! אמת אז מיט א פילטער איז בעצם נישט קיין פראבלעם, אבער וואס טיט זיך מיט מראית עין אויף וואס חז''ל האבן אזוי שטארק מקפיד געווען.? און זאג, ביסטו דען פארזיכערט צו דיינע קינדער וועלן אויך לייגן א פילטער.?!

ליידער, ליידער, זאלט איר אלע וויסן אז טאטע'ס פון בחורים'לעך וואס האבן א סמארטפאונ'ס ווינטשן זיך אז זייערע קינדער זאלן זיין די ערגסטע עזות פנים'ער אבי דעם סמארטפאון זאלן זיי שוין אוועקווארפן..!!!!

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 12:29 am

וואס האקסטו אין קאפ אז קינדער ווילן נישט זיין פרומער, אוי ווי מען וויל, אבער אן עזות פנים?! מאן דכר שמי'?
לעצט פאראכטן דורך וויל וועלן אום דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 1:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שלוה
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 am

תגובהדורך שלוה » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 12:54 am

איש החסד האט געשריבן:
שלוה האט געשריבן:איש החסד, איך שטעל מיך פאר אז די שרייסט נישט סתם אין די וועלט אריין. פאר דיך איז לכאורה א סמארטפון טאקע אסור בנגיעה, פון דיין שרייבען דא קוקט אויס אז פאר דיר דארף עס זיין אסור אפילו במחשבה. איך גלייב אז נאר טראכטען פון א סמארטפאון ברענגט דיך שוין צו צו..... וויסען זאלסטו אבער אז ס'איז דא א וועלט פון מענטשען, זייער נאנט צו אייך, וואס פאר זיי ברענגט עס נישט ארויף די אלע זאכען, און מיט א פילטער זענען זיי מסודר בתכלית הכשרית.

עלה והצלח!

יא, יא. דאס איז גיט לגבי דיר פרעזענליך, אבער דיינע קינדער וועלכע זעהן אז זייער טאטע האט א סמארטפאון וועלן געווענליך נישט זוכן צו זיין פרומער.! אמת אז מיט א פילטער איז בעצם נישט קיין פראבלעם, אבער וואס טיט זיך מיט מראית עין אויף וואס חז''ל האבן אזוי שטארק מקפיד געווען.? און זאג, ביסטו דען פארזיכערט צו דיינע קינדער וועלן אויך לייגן א פילטער.?!

ליידער, ליידער, זאלט איר אלע וויסן אז טאטע'ס פון בחורים'לעך וואס האבן א סמארטפאונ'ס ווינטשן זיך אז זייערע קינדער זאלן זיין די ערגסטע עזות פנים'ער אבי דעם סמארטפאון זאלן זיי שוין אוועקווארפן..!!!!


איך בעט פון די באשעפער מיינע קינדער זאלען זיין ערליך און נאנט מיט אים. יא סמארטפאון נישט סמארטפאון איז בכלל נישט מעלה אדער מוריד. פרימער שטעקט נישט אין יא אדער נישט פארמאגען א סמארטפאון.

מראית העין, איז נאר א פראבלעם פאר די מענטשען וואס פאר זיי איז סמארטפון אסור במחשבה. א נארמאלע מענטש פארשטייט אז א ערליכע איד דרייט זיך נאר מיט א געפילטערטע סמארטפאון.

פארזיכערט איז קיינער נישט. לפי ענית דעתי האט א טאטע מיט א געפילטערטע סמארטפון א גרעסערע שאנס אז זיינע קינדער זאלען האבען ''געפילטערטע'' אינטערנעט. א איד וואס לייגט א גדר ווייזט פאר זיינע קינדער וואו אזוי זיך אומצוגיין מיט נסיונות וואס א מענטש האט. משא''כ...

שלוה
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 am

תגובהדורך שלוה » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 1:03 am

די בחורים'לעך מיט די סמארטפאון'ס וואס די רעדסט וועגן האבען זייער עלטערען יא סמארטפאון'ס אדער נישט? הע, אסאך פון זיי נישט. די האלט דיך אבער ביי דיינס אז די קינדער ווערן אנגערייצט פון די עלטערן וואס האבען סמארטפאון'ס.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 5:45 am

איש החסד האט געשריבן:''זאלן אונזערע קינדער זיין עזות פנים'ער אבער צו קיין סמארטפאון זאלן זיי נישט צורירן''

זייער פיין. וועלען טאקע דיינע קינדער און קינדס קינדער זיין מחוצפים, אבער דאס אז זיי וועלן נישט צורירן צו קיין סמארט פאון קען איך דיר נישט צוזאגען.
ביינונז אין שול איז טאקע דא אזא אינגערמאן וואס האלט אויך אוואו דו, און איינמאל האט אים א אינגערמאן פארגעהאלטן פיין אין פאבליק אויף עפעס אזא סארט זינד אוואו סמארטפאון'ס, אין וואס יענער איז געשלאגען און טאקע פארענט פון יענעמס געזונדל, און עס איז געווען א נחת צו זעהן וויאזוי מען שפירט עס אויף די אייגענע הויט. ער האט זיך געיאוועט, אז נאר וואס ער האלט פאר אידיש מעג מען מוחה זיין דערויף.

איך האב נישט קיין סמארט פאון, אבער די וועג וואס פריוואטע מענטשן (אפילו מען זאגט אז מען האט רבנישע אונטערהאלטונג) נעמען איבער דעם איז זייער אומאויסגעהאלטן.
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:18 am

מה פתאום??? האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:כינוס כלל ישראל האט געהאלפן א רעטעך במחילת כבוד וכו' און יעצט רעדט מען זיך איין אז אויפהייטערן די קינדער קעגן די עלטערן וועט העלפן?! מיט אזעלכע חכמים ווער דארף נאך די כעלעמע נער'נים?!

מ'ברענגט א ראי' פון קראסנא'ער רב זצ"ל וואס האט געהייסן צובראכן די טעלעוויזשן, וואס איז די ראי' אויף אהער?! דאס מיינט דער די טאטע און מאמע פון דאס קינד האבן שוין מער נישט געקוקט קיין טעלעוויזשן? א קינד וואס ברענגט אהיים די שומרים קארד מיינט אז דער טאטע אדער מאמע וועלן מער קיינמאל נישט צורירן צו קיין סמארט פאון?! שוטה!

אז דו האסט נישט קיין עצה מאך אן עצרת תפילה, נישט העץ אויף קינדער קעגן עלטערן!

אבי גערעדט!!
זינט דעמאלטס האבן די מוסדות זיך גענומען איבער פילטערס,
זינט דעמאלטס שפירן זיך אסאך יונגעלייט אומבאקוועם צו האבן א פאון אהן א פילטער.


דיין תגובה קלעבט ווי א בונדל צום וואנט, וואס האט "זיך נעמען איבער פילטערס" מיט נישט האבן קיין סמארט פאון, און וואס האט "זיך שפירן אומבאקוועם אהן א פילטער" מיט נישט האבן א סמארט פאון?!

וואס האט ״נישט האבן קיין סמארט פאון״ מיט אידישקייט?
די כינוס האט אויפגעטוהן מ׳זאל לייגן פילטערס. פילטערס זענען וויכטיג פאר אידישקייט. און דאס האט מען סוקסעספול דורכגעבראכן ביי ניינציג פראצענט פונעם ציבור. דאס איז געווען די מטרה און דאס האט מען אקאמפלישט.

עס שטייט נישט אין פסוק וסמרט פאון בכיסך אל תביא.
עס שטייט יא אין פסוק ולא תתרו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם. און דאס האט מען ב״ה פיין אקאמפלישט.


איך קום אריין דא און איך זעה סטיצעך דא אויף טישן און בענק....

צו ערשט מוז מען אפטיילן די כינוס כלל ישראל פון די שומרים קארטליך, דאס איז צוויי עקסטערע זאכן.

די כינוס כלל ישראל האט זיכער יא אויפגעטון, זייער ציהל איז בכלל נישט געווען צו אויסרייסן סמארט פאונס אדער אינטערנעט, דאס איז א זאך וואס יעדע קהילה דארף ארבעטן פאר זיך מיט אייגענע תקנות, און ראל'ס לויט די מדריגה פון די מעמבערס פון די קהילה, די ציהל מיטן מאכן די כינוס כלל ישראל איז געווען צוזאמצונעמען אלע אידן און זיי פאראייניגן און די מלחמה קעגן טעכנעלאגיע, דאס הייסט אז דער פרומער און דער מאדערענער, דער סאטמערער מיטן קלויזענבורגער און דער ליטאי וכו' וכו', יעדער איינער זאל ארויס שרייען פון זיך דעם מי לה' אלי, און מודה זיין אז איינער וואס האט אינטערנעט אן א פילטער איז נישט מעגליך צו זיין א איד....

צוזאמצושטעלן די מלחמה קעגן טעכנעלאגיע מיט די מלחמה קעגן טעלעוויזן איז אין א געוויסן פוינט נישט ריכטיג, גערעכט טאקע אז אלע ביידע זענען שוין געווען היבש איינגעריסן, אבער די טעלעוויזן האט מען געקענט אויסרייסן לגמרי (דאס הייסט אז קיינער איז נישט אונטערגעגאנגען דערפון), משא"כ די סמארט פאון, ווי טמא סקען זיין למעשה דארפן אסאך (אדער ווייניג....) עס באמת האבן לצורך פרנסה (אדער רעדט מען זיך איין), און טאמער גייט מען עס אויסרייסן קען זיין אז אידן וועלן פארלירן די פרנסה... (מרעדט דא אלס בדרך היתר מיט א כשר'ע פילטער און מיט די היתר פון א רב\דיין, טאמער איז עס נישט בדרך היתר איז קלאר אז עס איז אסור מדאורייתא, כדוגמת איינער וואס דארף ארבעטן אום שבת לצורך פרנסה...)

די מטרה פון די כינוס כלל ישראל איז ב"ה געווארן אויסגעפירט, און ווי ראפאט קראמפלי דערמאנט שוין אויבן האבן ב"ה רובא דרובא ערליכע אידן געכאפט דעם מעסעדש און אידן פון אלע שיכטן און קרייזן האבן אנגעהויבן צו בלאקן די אינטערנעט מיט די פילטערס, וואס דאס איז געווען א תוצאה פון די כינוס...

איך ווייס נישט טאמער א באנדל קלעבט צו די וואנט צו נישט, אבער און זיין תגובה ברענגט ער און קורצע ווערטער ארויס זייער שיין די פוינט....

און אזוי ווי פתאום'ל שרייבט אז דער איסור איז בכלל נישט אויף קיין סמארט פאון, מען מעג האבן א סמארט פאון וואס האט נישט קיין אינטערנעט, די פראבלעם איז מיטן ולא תתורו....

די מעשה מיט די שומרים קארטליך, אן אריין גיין צו עס טוט יא אויף אדער נישט, האט בכלל נישט די זעלבע מטרה, די קאטליך זענען געמאכט געווארן אז די קליינע קינדער (יא יא, מיינס און דיינס און יעדעמס) זאלן אויפוואקסן מיט א עקל צו אט די כלי, וואס דאס זאל אויפטון אז די פרישע אינגעלייטליך זאלן נישט מוזן קויפן קיין גרויסן טעלעפאון נאך די ערשטע מאל צאלן רענט... ווי עס איז ליידער געווען און די פארגאנגענע פאר יאר, און האט ליידער געקאסט נשמות מישראל (איך רעד וואס איך ווייס!!).

די קארטליך זענען בכלל נישט געמאכט אז די קינדער זאלן דאס ווייזן פאר די עלטערן, א אינגל וואס זיין טאטע האט א כשר'ע טעלעפאון געווענליך ווייסט אז עס האט א פילטער, און טאמער האט עס נישט קיין פליטער וועט עס (געווענליך) שוין נישט העלפן פארן קינד אויך נישט... וד"ל, עס איז נאר געמאכט געווארן אז די קינדער זאלן פון קליינווייז אן וויסן אז דאס איז טריפה...

און להוי ידוע אז איך בין א ביזנעסמאן וואס זייער אסאך אין מיינע שיך וואלטן געשריגן אז זיי מוזן האבן דעם סמארט פאון לצורך פרנסה, און ביז נישט צו לאנג צוריק האב איך עס נאך פארמאגט (מיט א כשר'ע פילטער), אבער למעשה זעענדיג ווי עס אפעקט מיין רואיגקייט\ שלום בית\ חינוך\ אידישקייט\ מענטשליךקייט\ וכו' וכו' האב איך ביי מיר אפגעמאכט די פעסטע החלטה פון עס אוועק ווארפן... (און ב"ה איך קען באמת זאגן אז זייט דעמאלטס זעה גאר גאר אסאך הצלחות שלא כדרך הטבע...... השי"ת זאל העלפן אויף ווייטער).

און נאכאמאל, די קארטליך זענען נישט געמאכט געווארן אז די קינדער זאלן עס ווייזן פאר די עלטערן און זיין מחוצפים
און אוודאי נישט צו אויפהעצן די קינדער ח"ו, עס איז געמאכט געווארן אז עס זאל אריין באקן און זיי א דערווייטערונג פון אט די כלים......

און דאס איז א ענין ווי די רבי האט געזאגט 'ווער עס פארשטייט פארשטייט, און ווער נישט...........................'
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 8:25 pm

מען רעדט נישט וואס עס איז ׳געמאכט געווארן׳ מען רעדט וואס עס איז במציאות

יחי ההבדל
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5409
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 9:12 pm

וויל וועלן האט געשריבן:
ממה נפשך, אויב האט די כינוס כלל ישראל אויפגעטוהן פארוואזשע דארף מען די פארשאלטענע שומרים קארטליך?! און אויב האט די כינוס כלל ישראל נישט אויפגעטוהן וועלן די קארטליך אויך נישט אויפטוהן, דאס איז וואס איך זאג, גענוג קלאר?!?!?!?!?


סארא אויסברוך...

דו רעדסט אויף אלע פירצות אזוי? אדער האלטסטו אז די קארטלעך איז די גרעסטע פירצה פון צוואנציגסטן יאר הונדערט?






(אדער שטערט דיר פשוט זייער שטארק ווען איינער איז פרומער ווי דיר...)
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 9:19 pm

אויף אנדערע פירצות זענען דא גענוג וואס שרייען און וואס רעדן, אבער אויף דעם "פארשאלטענע" אידישקייט עתיד צוברעכער איז נאכנישט דא גענוג קיין קול מחאה...
:i" :i" :i" s-l

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 12:29 am

זיי האבן יעצט ארויס געגעבן א קונטרס

זיי שפירן די היץ ברוך השם
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 4:17 am

שאינו יודע האט געשריבן:זיי האבן יעצט ארויס געגעבן א קונטרס

זיי שפירן די היץ ברוך השם


הלואי וועלן די אלע וואס האבן די כלים שפירן די היץ!!!!!!

זיי הערן אז ס'דא אסאך מענטשן וואס ס'שמעקט זיי נישט, קומען זיי ארויס מיט תשובות שיין באשריבן אויף אלע קושיות און נאך צוגעלייגט דערצו נאך אביסל מוסר פאר אלע ארבעטארערס די גבולות פינעם ארבייט אין פינעם יודישקייט כלפי חוץ

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3989
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 9:50 am

כ'פארשטיי נישט די תאוה פון מאנכע זיך אויפצובויען א פרומע ווירטואלע אימעדזש. אפשר וואלטן זיי געוואלט מ'זאל זיי אזוי אנקוקן אין ריעל לייף.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 10:12 am

;l;p-

סעמס
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 23, 2016 8:50 am

תגובהדורך סעמס » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 10:21 am

די זעלבע קונטרס, אויב וואלט עס געוועהן געשריבן מיט א פאזיטיוו לשון, וואלט עס אויפגעטון גרויסע זאכן, די זעלבע מיט די קארטלעך, עס וואלט געדארפט ארויסברענגן דאס חשיבות פון די יודן וואס פארמאגן נישט קיין סמארט פאון טראץ די שווערעקייט דערפון, סאיז א געוואלדיגע שאדן אז אנשטאט דעם, איז עס נאר פארנומען מיט שרעקליכע נעגעטיוויוועטי קעגן מענטשן וואס האבן יא, אפילו מיט גוטע פילטערס, א שאד א שאד, אנשטאט אזא מערכה זאל אויפטון מאכט עס נאר ארגער, א שאד

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4151
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 11:30 am

פטיש האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:זיי האבן יעצט ארויס געגעבן א קונטרס

זיי שפירן די היץ ברוך השם


הלואי וועלן די אלע וואס האבן די כלים שפירן די היץ!!!!!!

זיי הערן אז ס'דא אסאך מענטשן וואס ס'שמעקט זיי נישט, קומען זיי ארויס מיט תשובות שיין באשריבן אויף אלע קושיות און נאך צוגעלייגט דערצו נאך אביסל מוסר פאר אלע ארבעטארערס די גבולות פינעם ארבייט אין פינעם יודישקייט כלפי חוץ

גראדע דו קונטרס איז נאר א נאך קונטרס פון ראבינאוויטש ! איבער די שעדליכקייט פון סמארט פאון ס ער שרייבט אז די נעקסטע גייט זיין איבער חוצפה !
אבער ער ברענגט דארט אסאך הסכמות !!!!
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 12:05 pm

די כעלמע קהילה האט געבויעט א שפיטאל נעבן די לאך.
וואו איז דָוִי?

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » מוצ"ש נובעמבער 19, 2016 6:42 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:די כעלמע קהילה האט געבויעט א שפיטאל נעבן די לאך.

אנטשילדוג, כ'האב עפעס נישט פארשטאנען וואס די מיינסט... ווער איז די כעלמע קהילה, וואס איז די שפיטאל, און וואס איז די לאך.?!?!

אויב דאס גייט אריין אין די גדר פון ''ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער..וכו''' דעמאלט מיזט איר נישט ענפערן.!


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט