בלאט 1 פון 1
באטראפעצט
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2007 4:43 pm
דורך זארעכפעפער
שוין געהערט אמאל דעם אויסדריק? איך האב שוין גראדע זייער אסאך מאל געהערט דעם אויסדריק. ווען, פון וועם און וואו, איך האב דאס געהערט איז באמת נישט קיין גרויסע נפקא מינה, אבער אויף וואס איך האב דאס געהערט איז שוין גראדע יא עפעס סאמטינג.
אויב מאכט זיך אזוי, למשל, אזא זונטאג א ווי דער היינטיגס, ס'הייסט אלעס איז אזוי פארנעפלט מיט די אראפגעלאזטע נעזער, האלב פארשלאפן און אין גאנצן באבלאזן, הער איך כסדר ווי דער שכן מיינער דריקט זיך אויס אויף אט אזא מצב: "היינט איז דער עולם גוט באטראפעצט". וואס א שייכות דער אויסדריק האט מיטן מצב, האב איך קיין אנונג נישט!
"ביאפעצט" - דאס איז אזא סארט ענדליכער אויסדריק וועלכער ווערט באנוצט צווישן היימישן עולם, האב איך שוין גראדע אויך געהערט נוצן זייער אסך מאל. מערסטענס ווערט דער לעצטער אויסדריק גענוצט צו באצייכענען אן אלקעהאלישער אנגעשאשקעטער פערזאן. וואס א שייכות האט דער יאפעץ מיט א שיכור? גיי פארשטיי...
און יא, אז איך רעד שוין פון אן אנגעשאשקעטן, וואלט זיך מיר פארגליסט צו פארשטיין וואס שאשקענען האט מיט זיין אנגעטרינקען? אפשר וועגן שאשקע, מאשקע, משקה, לגזרה שוה? ווער ווייסט? וואס קען מען ווייסן היינטיגע צייטן...
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2007 4:47 pm
דורך אנדי פעטיט
און איך האב מיך שוין איינגערעדט אז איך קען אידיש.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2007 4:50 pm
דורך יאנאש
און איך האב געמיינט אז איך האב שוין אפגעלאכט פארן טאג.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2007 5:16 pm
דורך צייטליך
לכתחילה גלייך איך נישט דאס טרעטן אין צולאזאטע שניי איבערן טאג, און בכלל דאס אריינברענגען א קערידזש פון די גאס דערנאך איז אויך נישט צו ב'טעם'ט, אבער אויב קומט אן ארטיקל פון דעם זארעכ'ן נאך יעדעם שניי וואלט עס געלוינט!
ווי שרייבט נאר יענער: (קרעמער, איך מעג זאגן?..)
איבעיא להו שלג ראשון דוחה יום המעונן שחל בראשון בשבת או לא ?
טאקע א שטארקע שאלה..
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2007 5:24 pm
דורך אנדי פעטיט
עס איז דאך אבער שוין די צווייטע שניי היי יאר.
אבער זארג דיר נישט צייטליך דיין איבעא איז נאך אלץ גילטיג ווייל די ערשטע שניי איז אויך געווען אויף א זונטאג.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2007 6:16 pm
דורך מיללער
נשא מיללער קל וחומר בעצמו ומה ביום המעונן ויום המשולג כן, ביום הזורח על אחת כמה וכמה, הדא הוא דכתיב ו"זרח"ו לכם יראי שמי שמש צדקה ומרפא.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2007 7:27 pm
דורך קרעמער
וועלן מיר צוריקגיין צום חומש רש"י שיעור וואו מיר האבן זיך אפגעשטעלט פארן ברעי"ק (קרעדיט: לעצטע געדאנק שפיל):
שטייט אין פסוק ואחר יצא אחיו אשר על ידו השני ויקרא שמו זרח, זאגט רש"י אז אין די צוויי פסוקים שטייט 4 מאל די ווארט יד, קען מען דאס פארטייטשן אז דאס איז מרמז קעגן די פיר הענטעלעך פון זארעך'לען, איינס וואס ער נוצט ווען עס איז קלאר אינדרויסן, דאס צווייטע ווען עס איז מער פארוואלקענט'ליך, דאס דריטע נוצט ער ווען עס גייט א זעווארוך אזאנס און אזעלכעס וואס דאן זענען אפילו די שטארקע לויטע גענצליך בא'טראפ'עצט (כלומר: איבערגענומען פון די רעגן טראפ'ענס, אזש עס טריפט פון זיי די ביטערע גאלע), פערטענס וועט זיין לעתיד לבוא ווען די רקיע וועט נראה זיין בטהרתה און ס'וועט מקוים ווערן וזרחה לכם וגו' ווי סקרענטאן'ער רב האט שוין ערווענט אין זיין מאמר.
דא פרעגט דער דאיען'ס אונטערשלאק: פארוואס טאקע האט זארעך ארויסגעשטופט דאס הענטעלע מען זאל אים ארויפלייגן א רויט פאדימעל און נאכהער האט ער דאס באלד צוריקגעשלעפט???
און מיר האבן אים געענטפערט גאר פשוט: צוערשט האט ער געשטיצט יענטאאש בכל תוקף, זאגענדיג אז די גאנצע ראש-קהל'שאפט איז פאר אים געשאפן געווארן און ער איז ראוי אנצוטאן דעם כתר הולמתו, נאכהער האט ער אבער באלד באשלאסן צו בלייבן נייטראל...
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2007 7:32 pm
דורך מיללער
קרעמער,
חידושים נפלאים, הפלא ופלא!
גראדע ביים ליינען שב"ק איבער די זרח/פרץ צווילינג האב איך אויך געטראכט פונעם רב זז"ג, ועלתה על דעתי בדרך אפשר אז דער משפחה נאמען "פעפפער" האט עפעס א שייכות מיט'ן ברודער "פרץ", אבער באת בחידושך ודחית את חידושי, נאר אזוי זאלסטו טאן שטענדיג.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2007 9:50 pm
דורך איך_הער
נו, שוין געלערנט היינט אויך, נו וואס נאך דארף איך פאר היינט?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 03, 2007 9:30 am
דורך אנדי פעטיט
היינט בין הערשט באטראפעצט געווארן.
די שניי צו לאזט זיך און עס טראפט פון אלע זייטן.
עס טראפט פון די דעכער,
עס טראפט פון די ביימער,
און עס טראפט פון די פייגלעך,
כן יתראפעצטו כל אוביך ה'
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 03, 2007 3:43 pm
דורך זארעכפעפער
מיללער האט געשריבן:נשא מיללער קל וחומר בעצמו ומה ביום המעונן ויום המשולג כן, ביום הזורח על אחת כמה וכמה, הדא הוא דכתיב ו"זרח"ו לכם יראי שמי שמש צדקה ומרפא.
מילער, ס'ק"ו פריכא! דען די גמרא רופט דאך אן א יום המעונן יומא דכולא שמשא, און דאס איז דאך דער טעם פארוואס מ'טאר נישט טראגן די מים שלנו אונטערן בלויזן הימל אפי' ביום המעונן. אמור מעתה, אז ביום העונן איז גאר זארעכ זורייעכ במלוא הדרו ויופיו. ואדרבה דאן שפיגלט ער אפ דער ריכטיגן פרצוף פון זארעכ. ודו"ק והבן.
קרעמער האט געשריבן:וועלן מיר צוריקגיין צום חומש רש"י שיעור וואו מיר האבן זיך אפגעשטעלט פארן ברעי"ק (קרעדיט: לעצטע געדאנק שפיל):
שטייט אין פסוק ואחר יצא אחיו אשר על ידו השני ויקרא שמו זרח, זאגט רש"י אז אין די צוויי פסוקים שטייט 4 מאל די ווארט יד, קען מען דאס פארטייטשן אז דאס איז מרמז קעגן די פיר הענטעלעך פון זארעך'לען, איינס וואס ער נוצט ווען עס איז קלאר אינדרויסן, דאס צווייטע ווען עס איז מער פארוואלקענט'ליך, דאס דריטע נוצט ער ווען עס גייט א זעווארוך אזאנס און אזעלכעס וואס דאן זענען אפילו די שטארקע לויטע גענצליך בא'טראפ'עצט (כלומר: איבערגענומען פון די רעגן טראפ'ענס, אזש עס טריפט פון זיי די ביטערע גאלע), פערטענס וועט זיין לעתיד לבוא ווען די רקיע וועט נראה זיין בטהרתה און ס'וועט מקוים ווערן וזרחה לכם וגו' ווי סקרענטאן'ער רב האט שוין ערווענט אין זיין מאמר.
דא פרעגט דער דאיען'ס אונטערשלאק: פארוואס טאקע האט זארעך ארויסגעשטופט דאס הענטעלע מען זאל אים ארויפלייגן א רויט פאדימעל און נאכהער האט ער דאס באלד צוריקגעשלעפט???
און מיר האבן אים געענטפערט גאר פשוט: צוערשט האט ער געשטיצט יענטאאש בכל תוקף, זאגענדיג אז די גאנצע ראש-קהל'שאפט איז פאר אים געשאפן געווארן און ער איז ראוי אנצוטאן דעם כתר הולמתו, נאכהער האט ער אבער באלד באשלאסן צו בלייבן נייטראל...
קרעמער, דאס מיינט צו זאגן אז איך בין א הולך על ארבע, איך קריך אויף די קרעטשמע מיט אלע פיר. ווערי סעד...
וואס אן אמת געשמועסט, וויל איך זיך נישט אריינלאזן אין די ענינים, ווארן איך וויל נישט פארפאטשקענען די הויכע מושגים פון די ענינים און דאס מגשם זיין מיט קרעטשמערישע שטותים, איבערהויפט לויט ווי דער רמב"ן לייגט דאס אראפ איז דאך דער זרח בבחי' שמש, און פרץ, דער שורש פון מלכות בית דוד, בבחי' לבנה, וואס לעתיד וועט דאך זיין אור הלבנה כאור שבעת ימי בראשית, ועיי"ש ווי ער איז מסיים "והמשכיל יבין".
אבער, אויב שוין זאל שוין... און כ'וועל דיר דאס פארענטפערן בדרך צחות, אז כ'אב ערשט ארויסגעשטעקט א האנט, איידער פרץ דער עלטערער ברידער איז געקומען צוגיין, אין זיך געלאזט אנטון א רויט בענדל מחמת עין הרע...
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 12:05 am
דורך קרעמער
דיין ערשטער חידוש צו מיללער'ן איז געוואלדיג!
דאס צווייטע איז מעגליך טאקע בלויז קעגן עין הרע..
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 12:18 am
דורך סאכדעס
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח זארעכ ביסטעך ממש אין א בחי' פון ועזארעכ לו האשעמעש, כ'רעדט שוין נישט איבער די הערליכע תגובות וואס גיסט זיך דא אזוי פונ'ם ברייטן/דארן ציבור.
ס'נעמעסען האבעך געזאגט דעם קרעמער'ן אז סיז בדעתי געווען א פלאן צו באשרייבן דעם ויהי כמשיב ידו, א גאנצע מעשה האט מיר געווירבלט אין קאפ וואס כאגעוואט שרייבן איבער אונזער זארעכ ירום הודו. אבער קיין צייט האבעך נישט, האבעכעמען געשריבן אין גוגל טאק, נו אפשר באשרייבסט עס? אויף דעם ארויף האט ער דא גענפערט. מיר אבער, האט ער גארנישט פארציילט.
כ'זעה אז דעם תירוץ האבעך שוין אלענפאלס געקריגן. אלזא, שערקויעך ערעב זארעכ
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 12:24 am
דורך קרעמער
סאכדעס וועפט?
האסט מיר טאקע געזאגט אז דו האסט געפלאנט צו באשרייבן דעם ויהי כמשיב ידו, אבער עס איז געווען אן איינפאכע סעל-צו-סעל געשפרעך, גארנישט מיט גוגעל-טאלק איינגעשטויסן.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 12:27 am
דורך סאכדעס
קען זיין כ'וועפ אביסל, אבער אזוי האט זיך מיר געדאכט, נאך מער, קוידען האבעך געשריבן, ''האבעכעמען געזאגט'' באלד דערויף טראכטענדיג אז עס איז געווען אויף גוגל האבעך עס געמעקט און צוגעשריבן, ''האבעכעמען געשריבן אין גוגל טאק''
אזוי גייט עס אויף די עלטערע יארן.