רבי אליהו דעסלער: איך רייכער מער נישט...

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

רבי אליהו דעסלער: איך רייכער מער נישט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

איין מינוט... ווי קומט רבי אליהו דעסלער נישט רייכערן אריין אין אידישע און וועלטליכע נייעס...? ווארט צו ביז צום סוף, וועט איר פארשטיין.

איז אזוי, די מעשה גייט בערך אזוי. רבי אליהו דעסלער פלעגט יארן רייכערן אין א צייט ווען מען האט נאך נידט געוויסט אז עס שאדט צום געזונט. איין טאג הערט רבי אליהו, אז דאקטורים זאגן אז רייכערן איז זייער שעדליך פארן געזונט. נו, איז דאך דא מצוה פון ונשמרתם, איז רבי אליהו מחליט אז ער גייט אפלאזן דעם געוואוינהייט וואס ער האט שוין צענדליגער יארן.

א איד ווי רבי אליהו האט פארשייטזעך נישט געלאזט פאר מארגן, נאר אנגעהויבן היינט תיכף ומיד. א פאר מינוט שפעטער קומט אריין א תלמיד און וויל עפעס דורכשמועסן מיט רבי אליהו, ביים ענדיגען דעם שמועס זאגט אים רבי אליהו, איר זאלט וויסן איך האב אויפגעהערט רייכערן און ער איז אים מסביר, דאקטורים, געזונט וכולי. א האלבע שעה שפעטער א צווייטער תלמיד, אודך, איר זאלט וויסן איך האב אויפגעהערט רייכערן און ער איז אים מסביר, דאקטורים, געזונט וכולי. אזוי האט זיך איבערחזרט אפשר צען מאל.
ווען איינער פון די בני בית האט אים געפרעגט פארוואס ער זאגט איבער פאר יעדן תלמיד? האט ער גענטפערט, איך הער אויף א געוואוינהייט פון צענדליגער יאר, עס איז נישט לייכט...סא בין איך מקדים רפואה למכה, און איך פארצייל פאר יעדעם, אזוי עס זאל מיר ניטאמאל פאסן צוריק אנצוהייבן.

כלפי מה דברים אמורים???

ווי באקאנט האב איך אסך מאל געשריבן דא בנוגע פאליטיק (צומאל איבער דעם קטן המח אבאמא, צומאל איבער סיק דאנעלד, און צומאל איבער קרימינאלקע הילערי) האמיר מחליט גווען בעזר השם אז עס איז געקומען די צייט אויפצוהערן שרייבן אין פאליטיק

און כדאי עס זאל מיר נישט פאסן צוריק אנצוהייבן, לאז איך דא מעלדן די נייעס בפני כל קהל עם ועדה, @היימישער האט נישט מער מיט קיין פאליטיק און שרייבט נישט מער קיין פאליטיק.

זאל אבאמא, טראמפ, קלינטאן, גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט...
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:זאל אבאמא, טראמפ, קלינטאן, גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט...

שוין האסטו געשריבן פאליטיק...

צום ענין, חזק ואמץ, השי"ת זאל דיר גיבן סייעתא דשמיא עס זאל דיר צוגיבן צו עבודת השם, אדער גאר פשוטע עבודה...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

שטארקע דערגרייכונג פאר אנשים כארכנו! חזק ונתחזק! א היימישער אינגערמאן במלוא המובן!

ווען דען איז די צייט אויף קבלות טובות אויב נישט אין תמו"ז ווען זמני תשובה זענען ממשמשין ובאין?!

און מ'גייט דאך יעצט אריין אין די 3 וואכן ווען ס'געווען די מעשה מיט קמצא ובר קמצא, איז נישט מער ווי פאסיג אוועקצושטיין פון זאכן וואס ברענגען די גרעסטע שנאת חנם בקרב מחנינו, כה לחי!
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

מה פתאום??? האט געשריבן:
און מ'גייט דאך יעצט אריין אין די 3 וואכן ווען ס'געווען די מעשה מיט קמצא ובר קמצא, איז נישט מער ווי פאסיג אוועקצושטיין פון זאכן וואס ברענגען די גרעסטע שנאת חנם בקרב מחנינו,

איך האף דו מיינסט עס נישט אמתדיג.

איינער וואס האט א שנאה צו יענעם צוליב "פאליטיק" ברויך לדעתי גיין צום דאקטאר..
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

לדעתי אויך... פאקט בלייבט אבער פאקט, דאס איז ליידער די מציאות, קוקט אויס אז דיין קבלה איז שוין אפאר וואכן אלט אויב זעהסטו עס ניט איין..
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

מיטהאלטן גייסטו יא?
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

אוי וויי ווי קענסטו איבערלאזן גאנץ אמעריקא און די גאנצע וועלט אויפן וואסער אזוי פלעין אומבאהאלפן, ווען די פלעגסט שרייבן און טראכטן פון די וועלט איז די וועלט געווארן דורך דעם א סעקיור פלעיס טו ליוו אין... און יעצט בררררררר...... כ'ציטער וואס ס'קען אלץ געשען.... יו קען נעווער נאו וואטס גאננע היט אס...
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

ספיידער האט געשריבן:אוי וויי ווי קענסטו איבערלאזן גאנץ אמעריקא און די גאנצע וועלט אויפן וואסער אזוי פלעין אומבאהאלפן, ווען די פלעגסט שרייבן און טראכטן פון די וועלט איז די וועלט געווארן דורך דעם א סעקיור פלעיס טו ליוו אין... און יעצט בררררררר...... כ'ציטער וואס ס'קען אלץ געשען.... יו קען נעווער נאו וואטס גאננע היט אס...

נאט אייך א גרינע... ;l;p-
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

הא? נאך טראמפ'ס ''געלונגענע'' ''פרעזידענטליכע'' דרשה, איז פאליטיק שוין נישט אינטרעסאנט, ס'ווערט בארינג???
קוק ווי איך שלעפ דיך צוריק אריין אין פאליטיק,
יעך האב שוין אפאר יאר נישט געפאלאוט קיין פאליטיק אבער אונזער ר' דאנעלד האט מיך מיט געוואלד אריין געשלעפט צוריק
איך קען דיר זאגען ס'שאדט מיר זייער שטארק פאר עבודת ה'
השיבינו ה' אליך ונשובה,
חזק ואמץ גיט שבת
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

Wow.. הרב @היימישער, איך קיק אייך גאר שטארק ארויף, פאר נעמען אזא שטארקייט!!

אזא איינער ווי אייך, וואס איז באקאנט דא אלט׳ס, א גאר חשובה ניק. וואס שרייבט גאר אסאך הלכה, און גמרא, דא ביי אינז און קרעטשמע. קלער איך אז אייער החלטה, וועט זיין, פאר מיר און פאר אנדערע, א גאר שטארקע וועג ווייזער...


איך וועל נאר צי ענדיגען מיט א ברכה, אז איר זאלט האבען אסאך הצלחה, און אלע אייערע וועגען. און א דאנק אייך פאר די סיפור!!
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

חזק חזק ונתחזק! ס׳פאר׳טפש׳ט די מוחות! כה לחי! גוט שבת!



במאמר המוסגר צום משל: סוערט פארציילט אויף א בארימטע מגיד ווען ער האט אויף געהערט רייכערן איז ער אבער געבליבן מיט׳ן פושקע אין טאש זאגענדיג אז נישט יעדער ווייסט ער האט אויפגעהערט, און מוועט ווייטער בעטן וויל ער טוען א מצוה..

איי לפני עיוור?? אזוי קוקט א ליטוואק... מזאגט נאך פון רבי יענקעלע זי״ע א ציגערעטל וואס מגיבט פאר א צווייטע איד שאד נישט.. ווייל א מצוה שאדט נישט.. אזוי האבן חסידיש׳ע אידן אנגעקוקט א זאך..

האט׳ס מיר א פריילעכן ליכטיגן שבת!!!
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

היימישער אשריך!

איך פראביר שוין א שטיק צייט אויסצומיידן די פאליטיק אשכולות (הגם איך ליין מער ווי איך שרייב) אבער ווייל איך האב נישט געטוען ווי דיר פאל איך צוריק אריין פון צייט צו צייט.


ביי דע וועי, וואס וועסטו אבער טון ווען אין א פלעינע נייעס אשכול וועט אריין קומען א פאליטיק ווייראס (ליידער מעשים בכל יום)??
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

היימישער! דאס פאדערט א מאסיווע כח המעצר! א געוואלדיגע שריט פון דיין זייט, זאלסטו טאקע האבן כח אנצוהאלטן מיט דיין קבלה טובה
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

היימישער עס איז א פיינע זאך, אבער איך בלייב ביטער אנגעזעצט.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

אי-רעלעווענט האט געשריבן:חזק חזק ונתחזק! ס׳פאר׳טפש׳ט די מוחות!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

אויסגערעכנט האט געשריבן:היימישער עס איז א פיינע זאך, אבער איך בלייב ביטער אנגעזעצט.

נעמט עס ביטע נישט צום הארצן....עס איז שוין טו מאטש.. ווי לאנג עס איז גווען איין וואנזיניגער אבאמא אין דעם ווייסען הויז, האב איך נאך געקענט נאכקומען....אבער עס איז געווארן א שטאט פון משוגעים און בוכשטעבליכען זין , מיט שטוינענעדע אומגלויבליכע סטעיטמענטס-מציאותער-גועל נפש. עס נעמט שוין צופיל צייט צו טרעקען די אלע וויינזיניגע עובדות, סא וועמיר פראבירן צו נוצן די צייט פאר בעסערע זאכן...

איך לייען ווייטער דיינע תגובות און קענסט מיר שיקן אין אישי עני טיים....
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אי-רעלעווענט האט געשריבן:במאמר המוסגר צום משל: סוערט פארציילט אויף א בארימטע מגיד ווען ער האט אויף געהערט רייכערן איז ער אבער געבליבן מיט׳ן פושקע אין טאש זאגענדיג אז נישט יעדער ווייסט ער האט אויפגעהערט, און מוועט ווייטער בעטן וויל ער טוען א מצוה.

היימישער כאפ אויפ'ן ווינק
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

היימישער ;l;p- ;l;p- ;l;p- חזק ואמץ!
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

סארקאזי האט געשריבן:הא? נאך טראמפ'ס ''געלונגענע'' ''פרעזידענטליכע'' דרשה, איז פאליטיק שוין נישט אינטרעסאנט, ס'ווערט בארינג???
קוק ווי איך שלעפ דיך צוריק אריין אין פאליטיק,
יעך האב שוין אפאר יאר נישט געפאלאוט קיין פאליטיק אבער אונזער ר' דאנעלד האט מיך מיט געוואלד אריין געשלעפט צוריק
איך קען דיר זאגען ס'שאדט מיר זייער שטארק פאר עבודת ה'
השיבינו ה' אליך ונשובה,
חזק ואמץ גיט שבת


בעט נישט השיבינו ווען די אליין שלעפסט דיך אריין אין די פאליטיק במחכ"ת, פארמאך דיין אינטערנעט, אויב קענסט נישט (זיי דיך טאקע בוחן!) דאן פארמאך כאטש אלע גויאישע נייעס ציטריט, וואס איז פיל מיט שטותים מיט לאקשען, קענסט דאס הערן אויב די ווילסט אוף קול מבשר אויך.

עס מיינט נישט אז ווייל הונדערטער "היימישע" מענטשן האלטן דאס מיט אויף די אינטערנעט מיט אלע גויאישקייטן וראיות אסורות התלוי בזה, מיינט דאס נאכנישט אז דאס איז מותר, עבר ושנה נעשה לו כהיתר, אבל על כן לא נירא בהמיר ארץ, וואס מען טאר נישט טאר מען נישט, (איך רעד צו מיר אליין אויך)

ראיות אסורות איז אן איסור און ביטול תורה איז די זעלבע איסור וואס איז פארבינדען דערמיט, אפגערעדט אז דאס ברענט אויס יעדע ביסל ווארימקייט צו אידישקייט,

מען וועט נישט שיקן טראמפ אין גיהנום פאר'ן דיך אוועקשלעפן פון עבודת ה', עס איז דיין אייגענע אחריות, און עס איז בידך, הער אויף צו בעטן השיבינו און טוה צו דער זאך, הערשט נאכדעים קענסטו בעטן השיבנו, טוה צו דער זאך און הער אויף צו קרעכצן.

אנטשולדיגט פאר די שארפע רייד וטובה תוכחת מגולה מאהבה מסותרת, חזק ואמץ
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

סוספענדירט...
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

צופעליג געטראפן היינט דעם אשכול פון 1.5 יאר צוריק ווען איך פלעג שרייבן א דאזען פאליטשע תגובות א טאג איבער טראמפ און קלינטאן.

אויב איינער פילט אז ער איז שוין צו פארטראמפט, קען ער פראבירן נאכמאכן...
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:צופעליג געטראפן היינט דעם אשכול פון 1.5 יאר צוריק ווען איך פלעג שרייבן א דאזען פאליטשע תגובות א טאג איבער טראמפ און קלינטאן.

אויב איינער פילט אז ער איז שוין צו פארטראמפט, קען ער פראבירן נאכמאכן...

איך קאנסידער עס שטארק.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

שטארקע מעשה, און א שטערקערע אויספיר.

תחזקנה ידיכם.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

סידיראם האט געשריבן:דאס ברענט אויס יעדע ביסל ווארימקייט צו אידישקייט,

אה ב"ה איך הער איינעם זאגן וואס איך טראכט שוין אזוי לאנג.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:צופעליג געטראפן היינט דעם אשכול פון 1.5 יאר צוריק ווען איך פלעג שרייבן א דאזען פאליטשע תגובות א טאג איבער טראמפ און קלינטאן.

אויב איינער פילט אז ער איז שוין צו פארטראמפט/פארביידענט, קען ער פראבירן נאכמאכן...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”