בלאט 5 פון 45

געשריבן: פרייטאג ינואר 26, 2007 3:50 pm
דורך איך_הער
מיט א גוטן ערב שבת ארויס צו גיין גלייך איז אזוי, אצינד ערב שבת קודש פרשת בא.

געשריבן: מוצ"ש ינואר 27, 2007 10:35 pm
דורך קרעמער
א גוטע וואך נאטורליך;

מיר פרייען זיך גאר שטארק צו דיין פעסטן צוריקקער מיט דיין נאטורליכן פרישקייט.

געשריבן: זונטאג ינואר 28, 2007 1:20 pm
דורך נאטורליך
אה יא ווי האלט איך, יא עס בלאזט און פייפט, די באקאנטע שטימע פון איין שטאטק ארויף דערהערט זיך אין גאנצען אפט. בילדינג "יענטא קום ארויס פון וואחנע ווייל עס פייפט שוין צום דריטען מאל" און איך פעלץ זיך אן מיט משה'לע וואס שטייט שוין גרייט מיט זיינע דיפערידא פיאות און שבת'דיקען קויט צום ביהמ"ד צוויי בלאטק אוועק.
אין שוהל בין איך קיינמאל נישט פון די עשרה ראשונים צוליב וואס דער רבי מיט זיינע קינדער זענען קע"ה אליין צוויי מנינים. קוים וואס מען קען דורכגיין די טיהר, אלע שטייען ביים וואנט צו לייענען די וויכטיגע מודעות [וואס טוט ממש דעפרעסען] איבער א געוויסער טיי אווענט פאר א חשובער תלמוד חכם וואס מען דארף אים מציל זיין ווייל ער מאכט שוין חתונה דאס דריטע קינד און איז פארזינקען אין חובות און א צווייטער מוסד וואס האלט אט ביים אינטערגיין.
דאס וויכטיגסטע איז צו וויסען וועלכער גיטער איד האט די וואך מנדב געווען די קאווע לכבוד'ן געבארען פון זיין אינגעלע למז"ט, קוים וואס איך קען זיך אדורך שטיפען די נייגעריגע מענטשען און משה'לע ווערט מיר פארשווינדען פון אינטער די אויגען ווי נאר ער דערזעהט דעם אלטען ר' זרח וואס טיילט לאחלי'ס פאר די קליינע וואס לאזען זיך א קניפ טוען אויף די ווייכע פלייש.
רבי שמערעל לויפט ארום און פארטיילט ברילען פאר אפאר זקינים און א צווייטער מיטעליעריגער נעמט אפ די מזל טוב צום שידוך טוען פון זיין וואולע סחורה. מערסטענס מתפללים וואס קוקען נישט אן א ספר משבת לשבת, נישטערען יעצט אין די ספרים שאפעס כדי נישט צו פארברענגען צייט ח"ו. די קינדער פון מיין שכן ר' בערל האבן היינט געברענגט אסאך פאטעיטע טשיפ'ס און משה'לע זעצט זיך גלייך אוועק לעבען זיי און פארלאנגט זיין חלק.
ווען דער רב זאל לעבען הייבט אן הודו זענען נאך מערסטענס מתפללים פארנומען צו בלעטערען די פליג בלעטלעך וואס ווערט פארטיילט דורך הייליגע מוסדות, דאס איז איינע פון די פאבליק רילעישען ויפוצו קאמפיין. ווי יעדער טרעפט עפעס לויט זיין געשמאק, איינער א תורה א צווייטער א מעשה, אבי נישט אין סידור.
ביי הויכע שמונה עשרה איז שוין דער שוהל מער ווייניגער אנגעפילט און דער שמש לויפט ארום צווישען זיינע קונדען זיכען א בעל תפילה צו קבלת שבת. איינער א נייער אינגערמאנטשיק וואס האלט זיך פאר א בר הכי פינטעלט מיט די אויגען ווי צו ווייזען אז ער איז גרייט אויפ'ן כיבוד אבער דער עולם ווערט בייז ווייל ער גארגעלט זיך און מען צייגט אן דעם שמש ער זאל זיכען א צווייטען.
ביי לכה דודי ווייס איך שוין מער ווייניגער אלע היימישע נייעס פון די וואך, ר' יחזקאל פייבוש האט זיך געלאזט סטעיפלען דעם בויך און ר' נחמ'ן ווייב האט פארלוירען, ברוך האט מען אויפגעזאט דעם דזשאב ביי בי ענד עיטש, געציל פארט קיין פאלם ספרינגס מיט די אנגעזאמעלטע פריקווענט פלייער מיילס. היינט נאכט ביים שלום זכר וועל איך געוואור ווערען די איבעריגע נייעס.

געשריבן: זונטאג ינואר 28, 2007 1:45 pm
דורך שוועמל
נאטורליך,

גוט גוט

אוי נאסטאלגיע.......

געשריבן: זונטאג ינואר 28, 2007 1:50 pm
דורך צייטליך
נאטורליך, זייער גוט, מעידזשער.

ס'איז נאר צום האפן אז די טאג בוך וועט וויייטער גיין,

געשריבן: זונטאג ינואר 28, 2007 1:57 pm
דורך cano
נאטירליך מאר ענד מאר אפענד פליז, ביזט מיך מחי', דערמאנ'סט מיך פין דער גליקליכער אמאל

געשריבן: פרייטאג פאברואר 02, 2007 2:05 pm
דורך איך_הער
אז איך האב דעם אשכול געדארפט אפיר ברענגען פונעם דריטן בלאט, מיינט דאס אז מיר האבן גאנץ א גוטע וואך געהאט.

און אצינד וועל איך מיט א גוט שבת ארויס גיין פון דא אן קיין חקירה, אצינד ערב שבת קודש פרשת בשלח שבת שירה.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 02, 2007 2:53 pm
דורך נאטורליך
איך בין נאר וואס אהיים געקומען, דער קיגעל איז ב"ה געווען נארהאפטיג, געפעפערט און געספייסט גענוי ווי דער רבי ז"ל האט געוואלט. די קינדער שפילען אינדרויסען און די פאדלאגע אין דיינונג רום ווערט איבערגעוואשען לכבוד שבת קודש. די פיייגעלעך ווארטען שוין אומגעדולדיג ביים פענצטער מיר זאלען זיי ארויס לייגען די ברעקלעך.
כ'האב אויך געקויפט א פלאש רויטע וויין, היינט נאכט וועלען די מלאכים נישט מיזען אנטלויפען נאר הויעך ענטפערען, אמן לשבת הבא כן.
גיט שבת

געשריבן: פרייטאג פאברואר 02, 2007 4:22 pm
דורך מאשקע
איך_הער האט געשריבן:אז איך האב דעם אשכול געדארפט אפיר ברענגען פונעם דריטן בלאט, מיינט דאס אז מיר האבן גאנץ א גוטע וואך געהאט.

יא, און דער מאשקע האט זיך נאך אפגערעדט...

געשריבן: מאנטאג פאברואר 05, 2007 10:39 am
דורך סאכדעס
נאטורליך גוט געשריבן, אבער פון וואנעט ווייסטו וואס דער רבי ז"ל האט געגליכן?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 05, 2007 10:53 am
דורך נאטורליך
איך קען דעם רבין נישט געדענקען ער איז אוועק ל"ע אין ישראל ווען איך בין א אינג בחור'ל געווען. אבער אנדערש וואלט מיין מאמע נישט אזויפיל הארץ אריין געלייגט אז דער קוגעל זאל זיין מלא טעם. זיכער האט עס דער רבי זאל זיך מיעהן אזוי געגליכען.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 05, 2007 3:37 pm
דורך סאכדעס
נאטורליך אויף אזא ענפער האביך זעך נישט געראכטן.

אויף דעם פירט מען זיך צו זאגן: אז ס'גוט אז ס'גוט.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 09, 2007 2:12 pm
דורך איך_הער
מיט א גוט שבת וועל איך ארויס גיין אן קיין מורא, אצינד ערב שבת קודש יתרו שבת קבלה התורה.

(הגם די וואך אז דאס נאך געווען אויפן ערשטן פעידזש, איך פארשטיי אז מ'האט געשריבן דערין מאנטיג, אבער איך בין נישט זיכער אז דאס איז גענוג א גוטן תירוץ.)

געשריבן: פרייטאג פאברואר 09, 2007 2:15 pm
דורך cano
א גיט שבת און א גיט יאר, געדענק צי קימען אין אינזער ביהמ"ד

געשריבן: פרייטאג פאברואר 09, 2007 2:34 pm
דורך סאכדעס
א גוט שבת אלע חבירים.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 09, 2007 2:39 pm
דורך cano
א גיט שבת אייך, געדענק וועגען די תפילות, אינעם נייען ביהמ"ד, איך וויל דיך זעהן מיט די זעלבע שארפקייט וואו אינעם וואכעדיגע ביהמ"ד, מיטען דיקע שטימע יאך הער גיי צי צום עמוד אבער שוין מאך נישט קיין קינצען, איך ערווארט דיך צי זעהן ביי אלע 6 תפילות, אנגעפאנגען פין מנחה ערב שבת, אין גענדיגט ביי מעריב מוצאי,

געשריבן: פרייטאג פאברואר 09, 2007 2:40 pm
דורך סאכדעס
הערויס קנאי, וואו טרעף מיר זיך? ביין שארקאט? כ'וויל גיין איניינעם מיט דיר צום נייעם ס'מעדרעש.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 09, 2007 2:47 pm
דורך cano
א האלבע שעה נאכען זמן בערך העל איך גיין אין מקוה אינעם ביהמדה"ג אין דערנאך העל מיר מארשען באנאזעם מיט די אנדערע6 חברים צום נייעם ביהמ"ד

געשריבן: מוצ"ש פאברואר 10, 2007 11:30 pm
דורך איך_הער
מיר ווארטן אויף אן איבערזיכט, ווי אזוי דער שבת איז ביי אייך אדוירך.

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2007 1:18 am
דורך cano
יא יא איך ווארט נאך אלץ אז א קרעטשמע מיטגליד זאל אנקימען,

באמת האב נאר געווארט 10 מיניט, וואז איך האב מיך פראבירט צי באשעפטיגען, און איך האב געזעהן אז קיינער איז נישט אנגעקימען בין איך געגאנגען ווייטער, איך בין נישט געווען שאקט,

אשר ע"כ קאן איך קיין ריפארט נישט געבען

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2007 2:17 pm
דורך סאכדעס
נו א באריכט פון צען מינוט קענסטו אויך נישט געבן?

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2007 2:26 pm
דורך cano
יא, איך קאן, אבער עס איז נישט אינטערעסאנט, איך האב מיך פשוט באשעפטיגט מיט געווענליכע זאכען אוואו איינער פראבירט צי פאברענען א ביסעל צייט, איך האב געמאכט מיין פאות 3 מאל, אויפגעמאכט די וועלקרוי פין מיין הויזען און א שלעפ געטון מיינע זאקען, געבלאזען די נאז אפי' עס האט לגמרא נישט אויסגעפעלט, און געקראצט מיין בארד, אנגעטון די גארטעל אין מקוה נישט אין בור נאר אינעם בית המרחץ, וכיוצא בזה,

געשריבן: פרייטאג פאברואר 23, 2007 2:37 pm
דורך סאכדעס
א גוט שאבעס

געשריבן: פרייטאג פאברואר 23, 2007 2:46 pm
דורך איך_הער
א גוט שבת פאר אייך אלע גריס איך ערב שבת קודש תרומה, ארויס צו גיין מיט א גריס איז זייער גוט ווייל אלעס גייט אחר החתימה.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 23, 2007 4:25 pm
דורך cano
א גיט שבת