אומבאטעמטע סיטואציעס

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 10997
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:47 am

אין די וואכעדיגע INYAN איז דא א באשרייבונג פון א וויזיט ביי
הישיש ר' יוסף היים סאמסאן עוד יניב בשיבה א סופר אין לאנדאן
וואס מאכט אלעס קלף - דיו - בתים אלין
בין השאר דערציילט ער
Capture.JPG


האב איך זל דערמאנט צוויי ענליכע מעשיות
איין סופר האט געבעטען א משגיח און א בית השחיטה ער זאל אים
אהיים ברענגען פעדערען דער מדגיח א גרויסער בטלן
האט עס געברענגט כמות שהם און דער סופר האט געמוזט זיכען ווי פטור ווערען
די שכנים זאלען נישט ליידען ביז מעקסטען PICK UP

אן אנדערער סופר האט פארשאפט שערות עגל פון בית שחיטה קלערנדיג
ער וועט עס אליין אויסארבייטען
האט ער עס געווייקט אין הויף ביז די שכנים זענען געקומען בעטען ער זאל פארריכטען
דעם SEWER

רבי משה
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:01 pm

טשייניק האט געשריבן:
א. טראכטער האט געשריבן:
רבי משה האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ווען די דאווענסט פארן עמוד אינדערוואכען, און איינער אינטער דיר דאווענט אויף א הויכ'ן קול מיט די שבתדיגע נוסח.

(יעדער קען דא שרייבן זייער ערפארנג איבער אומבאטעמטע סיטואציעס.)


ווען איך דאווען שבת פארן עמוד, און איינער האקט אויפן קול מיט די וואכענדיגע נוסח....


אדער אין די ימים נוראים האקט ער מיטן יו''ט נוסח.... דאן איז ריעל טראבל...

דאס איז א חלק פון די ארבעט פון א גוטע ימים נוראים בעל תפלה.


סאיז טאקע א חלק פון זיין ארבייט, סאיז אבער זייער א נארמאלע זאך א בע"ת זאל זיך צומישן. וכאן המקום לעורר, מענטשען מיינען זיי טוהן א טובה פארן בעל תפילה מיטן מיטברומען די נוסח כגון "וטהר לבנו לעבדך באמת" דאס מאכט געפערליך נערוועז דעם בע"ת און זייער אסאך מאהל טראגט אים דאס אוועק פון וואס ער האט געוואלט זאגן...

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 6:53 pm

רבי משה האט געשריבן:
טשייניק האט געשריבן:
א. טראכטער האט געשריבן:
רבי משה האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ווען די דאווענסט פארן עמוד אינדערוואכען, און איינער אינטער דיר דאווענט אויף א הויכ'ן קול מיט די שבתדיגע נוסח.

(יעדער קען דא שרייבן זייער ערפארנג איבער אומבאטעמטע סיטואציעס.)


ווען איך דאווען שבת פארן עמוד, און איינער האקט אויפן קול מיט די וואכענדיגע נוסח....


אדער אין די ימים נוראים האקט ער מיטן יו''ט נוסח.... דאן איז ריעל טראבל...

דאס איז א חלק פון די ארבעט פון א גוטע ימים נוראים בעל תפלה.


סאיז טאקע א חלק פון זיין ארבייט, סאיז אבער זייער א נארמאלע זאך א בע"ת זאל זיך צומישן. וכאן המקום לעורר, מענטשען מיינען זיי טוהן א טובה פארן בעל תפילה מיטן מיטברומען די נוסח כגון "וטהר לבנו לעבדך באמת" דאס מאכט געפערליך נערוועז דעם בע"ת און זייער אסאך מאהל טראגט אים דאס אוועק פון וואס ער האט געוואלט זאגן...

דאס איז דאך דער טראדיציע ביי אונז מדור דור!

אפשר ווילסטו אויך עוקר זיין דעם 'ואת האלף' און דעם 'כף אחת עשרה זהב' און 'כאלה' וכו' וכו'?
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

רבי משה
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 9:02 pm

ח"ו, די יסודות פון יודישקייט וועל איך נישט צורירן..... אינז וועל מיר האבן מסירת נפש נישט משנה זיין א קיצו של יו"ד.....
אבער, במה דברים אמורים, מיט "כאלה" אדער "ואת האלף" וכדומה ווי יעדער זינגט די זעלבע ניגון, משא"כ ביי נוסח ווי יעדע בעל תפילה קוועטשט אביסעלע אנדערשט, בכגון דא לא אמרו רבנן, והמשכיל ידום בעת ההוא כנלענ"ד

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 9:53 am

היינט ביי סליחות געזאגט רחום וחנון אויף די רעכטע האנט...
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 4:11 pm

ניט געפערליך..
לכאורה נישט געווען דער איינציגער זינט ביינונז זאגט מען נישט תחנון ביי מנחה

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 10997
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 5:49 pm

נישט געפערליך ווען דער שכן זאגט אויך אויף די לינקע
ווען דער שכן אויף דער לינקע זייט זאגט אויף די רעכטע קען זיין אומבאקוועם

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 7:49 pm

וואס טוט א איטר יד?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 10997
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 8:41 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:וואס טוט א איטר יד?

להלכה ביי מנחה און סליחות דארף ער פרעגען א מורה הוראה

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 10997
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אוקטובער 26, 2016 6:32 pm

שטעלט זיך א מנין מנחה און פונקט ביי א קדיש נאך תהלת שפאצירט אריין א איד
וואס האלט אז הגיע זמן ק"ש און ברימט והוא רחום
און דער ש"ץ האט אויך געזאגט והוא רחום

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג אוקטובער 31, 2016 5:05 am

טשאלענט האט געשריבן:היינט ביי סליחות געזאגט רחום וחנון אויף די רעכטע האנט...

געטון די זעלבע... אוי איז געווען בושות... איך גיי מער נישט צוריק צום זעלבען בהמ"ד.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג אוקטובער 31, 2016 11:29 am

אינמיטן א היציגע פייט ווען איך האב א זאפטיגס גרייט אויפן שפיץ צינג קומט וויכי אריין און ער הייבט אן סטראשען...

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » מיטוואך מארטש 08, 2017 11:33 am

איך קום ארויס פון מקוה אין מיין האנטעך איז נישטא

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: ביי די קאסע

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג מארטש 09, 2017 11:03 am

א חבר מיינע האט מיר דערציילט ער איז אויפגעשטאנען אין א ברוינעם שבת און זיך אראפ געשלעפט מיט די צוקנייטשע פיאות צו די מארדע פון אינצווישן די נאסע באקן מיט די טל של תחי' המתים, און די פארקוועטשטע געזוכט אזוי אריין געספלעשט אין מקוה, און דאן זיך אביסל אויפגעכאפט אה אה כ'בין דא.

די סיטואציע אבער איז געווען אז צו די ווייסע זאקן פון אונטן איז געשטאנען א קאפעליטש פון אויבן. קאמענטארן זענען איבעריג.

וואס האסטו געטוהן דאן. פרעג איך אים.

וואס?

כ'אב געכאפט פוס און פינגער און אהיים געטראגן אויף אלע פיר.

שוטה איינער איך דיין מצב הענג אויף די היט און שריי.. ס'נישט מיינ'ס איך זאג ענק צו.

אויסגעשלאפן
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 10:32 am

תגובהדורך אויסגעשלאפן » דאנארשטאג מארטש 09, 2017 11:33 am

מיין חבר האט היינט צופרי געטרונקען א גלעזל וואסער אין ביהמ"ד לפני כל עם ועדה
ס'איבעריגע איז בושות!!!!!!!

אוועטאר
דברים נפלאים
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 5:49 pm

תגובהדורך דברים נפלאים » דאנארשטאג מארטש 09, 2017 1:48 pm

איך זעץ מיך אראפ אין מיין בענקל איז נישט דא.....

העלאו
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » מיטוואך מארטש 29, 2017 8:02 am

ארויסגעקומען פון וואסער פון מקוה און איין זאקן איז פשוט נעלם געווארען געדארפט בארגען איינעמס אלטע נישט געוועהן באטעמט ...

נאך א חתונה געגאנגען דאווענען פארטאגס נאכן דאווענען באמערקט אז די טלית איז געוועהן אנגעטוען פון אינעווייניג אויף אינדערויסען ...

גוטער איד
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 03, 2017 12:50 am

מנחה/מעריב

תגובהדורך גוטער איד » דינסטאג אפריל 04, 2017 5:28 pm

דאס האט שוין פאסירט מיט מיר עטליכע מאל. איך קום אריין אין שוהל מיט איין אטעם כאפן מנחה, שוין גוט שפעט, אין איך בין מתפלל אויפן וועג איך זאל נאך אניאגן א מנין. פיינעלי, מיט די גארטל אין די האנט שטופ איך מיך דורך אפאר אידן - מען האלט שוין אינמיטן שעמענעשרה אין איך וויל נישט שטיין גלייך ביים טיר... איך ענדיג דאווענען אין ווארט אז די חזן זאל אנהייבען די הויכע שעמענעשרה - דערווייל הייבט ער אהן יתגדל ויתקדש...

דער בדחן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובהדורך דער בדחן » דינסטאג יוני 27, 2017 11:10 pm

סהאט מיר פארציילט א יוד וואס איז געפארען אויף ראש השנה צום רבין קיין ארץ ישראל, און ער איז איינגעשטאנען אין א בעיסמענט וואס מקען נישט זעהן דעם אור החמה
איין טאג אין די סליחות טעג שטייט ער אויף און קיקט אויפן זייגער און ער זעהט 1215, די יונגערמאן איז געוועהן נאך פריש נאך די חתונה, און האט זיך געשעמט צוגיין דאווענען אזוי שפעט, און גיי טרעפ יעצט א מנין פאר סליחות, בקיצור ער האט געמאכט א שואער אנשטאט א מקווה, און געדאווענט ביחידות און והוא רחום יכפר
די יוונגערמאן גייט ארויס אין גאס איז זעהט אז די גאס אין גאנץ ליידיג און ער ווינדערט זיך, ווי זענען די מענטשען?
ביז ער האט געכאפט אז סגעוועהען 1215 ניו יארקער זייגער.....................

לאנדאנער
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » מיטוואך יוני 28, 2017 2:18 pm

א חבר מיינע א שבת נאכן שבת שבע ברכות איז ער אריינגעשלאפן ביז קרוב צו צוועלף אזייגער ער געט זיך א כאפ אויף ער זעט א זיין ווייב שלאפט נאך האט ער שנעל געגעבן א טו אן דער בעקיטשע מיטן שיך און שנעל געגעבן א לויף ארויס
א מינוט שפעטער געבט ער א קלאפ אויפן טיר און ער זאגט א הויעכע שיינע גוט שבת זיין ווייב געבט זיך אוועק אויף און פרעגט עם צו קיינער האט עם גארנישט געזאגט פרעגט איר וואס איז זאגט זי די ביסט געגאנגען מיט דיין נאכטהעמעד און שיל

(מעשה שלא הי') איך בין נישט קיין גיטע שרייבער אויב איינע קען עס בעסער אראפלייגן קען ער עס איבערשרייבן אין מיך שיקן אין אישי אז ער האט עס געטון וועל און אויסמעקן דער

גיוס
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 2:14 pm

תגובהדורך גיוס » פרייטאג יוני 30, 2017 2:17 am

היינט באקומען אן עליה אין א ליטווישע שול אינמיטן ליינען כאפ איך זיך אז דא לאזט מען אפען די ס"ת ביי די ברכה, ביי די צווייטע ברכה האב איך פאראכטן און געלאט אפען...
דער שמש אונדערזייט האט זיך אביסעלע אינטערגעשמייכעלט.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 10997
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג יולי 06, 2017 9:11 am

זעהנדיג די שמיעסען וועגען פריע קב"ש האב איך זיך דערמאנט

א היפשע תקופה האב איך גדאווענט מנחה און קבלת שבת מיט א מנין וואס דאווענט מנחה פאר פלג 2 און קב"ש נאך פלג 2
נאך ברכו (JUST IN CASE) אהיים געגאמען עסען די סעודה און פאר בענטשען צירוק אין ביהמ"ד צו מעריב נאך צאת
אמאל האב איך משום סיבה ג'דאווענט מעריב פרי און משום רגילות אראפגעלאפען אינמיטען די סעודה כאפען א מעריב
און זיך דערמאנט אינמיטען אהבת עולם אז איך האב שוין ג'דאווענט
וואס זאגט איר ווען איר זעהט איינעם אנקימען צו כגוונא ביי צאה"כ
זעצט זיך דאווענען און אנטלויפט פאר ק"ש

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7671
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:51 pm

כמדומני איר האט דאס שוין אמאל פארציילט. בכל אופן, מען זעט נישט יענעם אנטלויפן...

אוועטאר
קברנה סובניון
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

תגובהדורך קברנה סובניון » דאנארשטאג יולי 06, 2017 6:08 pm

לאנדאנער האט געשריבן:א חבר מיינע א שבת נאכן שבת שבע ברכות איז ער אריינגעשלאפן ביז קרוב צו צוועלף אזייגער ער געט זיך א כאפ אויף ער זעט א זיין ווייב שלאפט נאך האט ער שנעל געגעבן א טו אן דער בעקיטשע מיטן שיך און שנעל געגעבן א לויף ארויס
א מינוט שפעטער געבט ער א קלאפ אויפן טיר און ער זאגט א הויעכע שיינע גוט שבת זיין ווייב געבט זיך אוועק אויף און פרעגט עם צו קיינער האט עם גארנישט געזאגט פרעגט איר וואס איז זאגט זי די ביסט געגאנגען מיט דיין נאכטהעמעד און שיל

(מעשה שלא הי') איך בין נישט קיין גיטע שרייבער אויב איינע קען עס בעסער אראפלייגן קען ער עס איבערשרייבן אין מיך שיקן אין אישי אז ער האט עס געטון וועל און אויסמעקן דער

צ"ל שלאף קאפל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 10997
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג יולי 14, 2017 12:11 pm

74
maybeeynot האט געשריבן:דא
מיין טאטע פלעגט קויפן פאר בערך 20 יאר צוריק הינדלעך פאר כפרות אין ב.פ. ביי עפעס א גוישע געשעפט האע ער געצאלט צווישן $2-3 געוואנדן אופן וואג פונעם הינדל

האט מיר דערמאנט
מיין איידעם אלס בחור האט זיך געוואלט איינשפארען דאס ווארטען אין שורה איז ער געגאנגען צו א קינעזער
געשעפט געקויפט א הינדעל
ווען ער קומט אן צום שוחט זאגט אים דער שו"ב
דאס שעכט איך נישט עס איז א מין וואס האט נישט קיין מסורה
וואס ער האט געטון מיט דעם הינדעל וויל איך אים נישט פרעגען


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט