עטץ וועטס מיר נישט גלייבן אבער דאס ליגט מיר נאך אין די ביינער וואו ס'וואלט נעכטן געווען, דאן איז עס געשען ווען איך בין געווען א קליינער ראצער, איך האב זיך ארויס געיאגט פון בעט געכאפט די הויזן און העמעד און ארויס געלאפן צו כאפן די באס אזוי לויפענדיגע האב איך מיר געכאפט אז די צומי איז נאך ביי מיר אין מויל. אוי איז דאס געווען שווארצע בושות, דעי צומי איז ארויס געפלויגן פון מיין מויל און איך האב דאס אראפ געטראסקעט אין די גראז אריין, די קוויטשערייען וואס איז געווען יענע נאכט ווען איך האב נישט געטראפן מיין צומי איז נישט צו באשרייבן...
די אמעריקאנע אשכנזים כאפן נישט וואס דאס מיינט בכלל ווייל עס איז נישט דא קיין ברכו ביי שחרית און ביי מערב אויך נישט נאר פרייטאג צונאכטס.
ביי די מנינים ווי די דאוונעסט קומט קיינער נישט אן שפעט? פוננקט נעכטען נאכט האבען ביי מיין מנין צווי געזאגט ברכו בבת אחת
עס איז אן עם הארצות אזוי האט האדמו"ר הבר"מ מסאטמער ז"ל געזאגט ווייל ברכו איז געמאכט געווארן פאר א מנין עס האט מיט די יחיד קיין שייכות, א יחיד שלא שמע ברכו האט פארפאסט.
עש"ק נאך אפגיסען די האנט נאך די מקוה נעם איך דאס זעקעל וועש און גיי אהיים בשעת אויסליידיגען אין שמוצוועש זעה איך אז עס איז יענעמ'ס ריינע לויף צוריק און טרעף ביי די טור מיין שכן'ס אינגעלע, איין מזל אז איך וואין אינגאנצען א פאר הייזער פון מקוה און יענער האט נישט געדארפט ווארטען
פארשלעפטער האט געשריבן:געקלאפט אלס בחור א חבר אין רוקן (א גוטס...) יענער דרייט זיך אויס... ס'יז מיין משגיח
דאס איז שוין נישט געווען א טועת....
איך האב געהאט ענדליכס, איך בין אריין אין א געשעפט און געזען דארט מיינס א חבר וואס איך האב שוין לאנג נישט געזען, און איך האב אים געגעבן א פליק אויפן רעכטן אויער, און איך האב מיר געשטעלט אויף די לינקע זייט אז ער זאל מיר נישט זען פאר די ערשטע סקונדע. ער דרייט זיך רעכטס בשעת איך האב הנאה פון מיין שטיקל און ער זעט מיר נישט, ער דרייט זיך לינקס און איך זע אז עס איז א צווייטער.... איך זאג אים מיין טעות און איך לויף ארויס פון געשעפט מיט א רויט פנים... א אמת׳ע מעשה.
כ'האב אפגעשריבען אן ארטיקעל ארויסצוברענגען א געוויסע נקודה און דער עולם האצעך אנגעכאפט אין א זייטיגע פוינט, אזוי אז די אשכול איז פארפארען צו גאנץ אן אנדערע דירעקשאן
געשמאקער האט געשריבן:כ'האב אפגעשריבען אן ארטיקעל ארויסצוברענגען א געוויסע נקודה און דער עולם האצעך אנגעכאפט אין א זייטיגע פוינט, אזוי אז די אשכול איז פארפארען צו גאנץ אן אנדערע דירעקשאן
א היפשע תקופה האב איך גדאווענט מנחה און קבלת שבת מיט א מנין וואס דאווענט מנחה פאר פלג 2 און קב"ש נאך פלג 2 ביז נאך ברכו (JUST IN CASE) און צירוק אין א ביהמ"ד צו מעריב נאך צאת דאס קען מען נאר טוען ווען מען האבען ניט קיין געסט, נישט ב'טעמט אנטלויפען און מיטען די זופ איין מאל משום סיבה האב איך מיטג'דאווענט מעריב פרי אבער משום רגילות אראפגעלאפען כאפען א מעריב און זיך דערמאנט אינמיטען אהבת עולם אז איך האב שוין ג'דאווענט וואס זאגט איר ווען איר זעהט איינעם אנקומען צו כגוונא זעצט זיך דאווענען און אנטלויפט פאר ק"ש
נאך די חתונה נמ"ג, מענדיגט אן די תפילין של ראש, אנשטאט אנצוטון די טלית אויפן קאפ טו איך אן דעם היט פון געוואוינהייט און אמאל ווען כ'האב פארגעסן צו טוישן צו ר"ת תפילין, נאכן דאווענען זאג איך אפ וידבר מיט קר"ש איך טו אויס די תפילין, און איך זע איך האלט נאך פאר ר"ת, דאס איז שוין א דורכפאל
מ'האט מיר אויסגעריפן אן עליה צום ספר תורה, שטייצעך איך האב נישט געוויסט וואו מ'האלט, איך גיי צו און מיטן גאנצן ברען טוה איך "הגבה".....
*
א קליין קינד בעט מיר אין גראסעריי איך זאל אים אראפ נעמען עפעס א פלאש פון אויבן, נו דער גרויסער איך גייט צו און נעמט אראפ די פלאש, און די גאנצע פאלעצע טראסקעט אראפ
וועקער זייגער האט געשריבן:מ'האט מיר אויסגעריפן אן עליה צום ספר תורה, שטייצעך איך האב נישט געוויסט וואו מ'האלט, איך גיי צו און מיטן גאנצן ברען טוה איך "הגבה".....
דערמאנטסט מיר א מעשה וואס מיין מגי"ש הרב אברהם מרדכי מלאך שליט"א האט פארציילט: אין גור שטיבל איז געווען א איד וואס מ'האט אים יעדע וואך אויסגערופן צו הגבהה, אבער דער ספר האט געוואויגן כמו שכתוב און ס'איז אים געווען גאר שווער דאס אויפצוהייבן, האט ער געבעטן ביי די גבאי ער זאל אים אויפהערן צו געבן הגבהה, אבער די גבאי האט נישט נאכגעגעבן און דער איד האט באקומען הגבהה יעדע וואך. מה עשה האיש? איז ער געגאנגן צו קורסן אויפצוהייבן שווערע וואג און נאך א פיר וואכן האבן זיינע מוסקלען שוין ארויסגעשטארצט ווי ס'דארף צו זיין, א קיצור יענעם שבת שפאצירט ער זיך אריין אין שטיבל בניחותא וואוסענדיג אז דער וואך וועט ער קענען אויפהייבן דעם ספר גרינגערהייט, קומט קריאת התורה און ער הערט אויסרופן 'ר' אברהם מרדכי ב"ר יהודה אריה לייב' ער לויפט צו און געבט א הייב אונטער דער ספר כלאחר יד בהינף אחת כמוציא שערה מן החלב און זעצט זיך אנידער און ווארט אז מ'זאל גלילה'נען, זאגט אים דער גבאי "אנטשולדיגט אבער מ'האלט יעצט ביי רביעי, דו האסט דאך יארצייט נאך דיין טאטע"...