בלאט 3 פון 3

געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2017 3:37 pm
דורך יאסעלע
ער איז צוריק געקומען מיט זיין געהעריגע ניק.

געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2017 4:46 am
דורך פארנעפלט
זייטשזע מיר און האבטס מיר.. ווילסטע נישט.. איז נישט,נו זאל שוין זיין ווי אזוי די ווילסט און פערטיג, פערטיג!

געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2017 5:18 am
דורך פארנעפלט
יעצט עכט, און בשורות טובות ביי אלע אידן


#סיין אוט

געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2017 10:58 am
דורך וואוילע שעפעלע
הצלחה רבה!

געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2017 11:49 am
דורך טראבל מעיקער
פארנעפלט האט געשריבן:יעצט עכט, און בשורות טובות ביי אלע אידן


#סיין אוט

א יעדע מאל די גייסט ארויס סיינען גייסטו שרייבען א ביי ביי?

געשריבן: מוצ"ש אפריל 29, 2017 11:25 pm
דורך שטעלפארטרעטר
איך האב יעצט געוואלט קוקן "גאלדענע'ס פראפיל און עס קומט ארוידי פאלגענדע ווערטער. נישטא אזא ניק. פינטל איינער ווייסט וואס דאס מיינט?

געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2017 12:05 am
דורך טראבל מעיקער
שטעלפארטרעטר האט געשריבן:איך האב יעצט געוואלט קוקן "גאלדענע'ס פראפיל און עס קומט ארוידי פאלגענדע ווערטער. נישטא אזא ניק. פינטל איינער ווייסט וואס דאס מיינט?

די הנהלה האט אים פארווארפען

געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2017 12:11 am
דורך קאמפיוטער עקספערט
וואס האט ער אזוי שטארק חוטא געווען?

געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2017 12:13 am
דורך טראבל מעיקער
איך ווייס נישט פונקטליך. איך האב נישט ליעב מיטצוהאלטן פייטס

געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2017 1:57 am
דורך ווישוואש
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:וואס האט ער אזוי שטארק חוטא געווען?

זייטיגע נאטיץ
ז. א ניק וואס קומט אריין בלויז צו שאפן מהומות און אנדרייען קאנטראווערסיע, וועט באקומען א ווארענונג. נאך דריי ווארענונגען קומט א חסימה.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 07, 2019 2:51 pm
דורך משה כהן
זייטס מיר אלע געזונט און שטארק.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 07, 2019 5:17 pm
דורך ארום די זייגער
משה כהן האט געשריבן:זייטס מיר אלע געזונט און שטארק.

אמן

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 07, 2019 7:59 pm
דורך אסדר לסעודתא
משה כהן האט געשריבן:זייטס מיר אלע געזונט און שטארק.

כ'קען מיטשיקן א קוויטל?

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 07, 2019 8:04 pm
דורך בענקעל
משה וואטש ווי די האקסט צו די טיר אויפן וועג ארויס.
כ'מיין פון דעצעמבער?!

זעצט דיך אוועק, מאך א ברכה, עס עפעס פאר די גייסט.

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 7:47 pm
דורך מחשב
הצלחה וברכה. הערצליכע וואונטשען פאר אלע ידידים מיט וועם עס האט זיך אזוי אנגענעם פארברענגט. געקומען צייט צו גיין פאר א אומבאשטימטע צייט.

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 11:51 pm
דורך נו גוט נו שוין
ברוך אתה בבואך, וברוך אתה בצאתך, והעיקר הוא שבכל אשר תפנה תצליח, ובקרוב אורך עלינו תחזור ותזריח

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 11:59 pm
דורך געשיקטער
יאך פארשטיי נישט

דער אשכול דארף הייסען צאתי לשלום

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 11:39 am
דורך איש האשכולות
געשיקטער האט געשריבן:יאך פארשטיי נישט

דער אשכול דארף הייסען צאתי לשלום

דער פותח האשכול ווינטשט כסדר צאתכם לשלום פאר יעדער ווואס גייט

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 7:31 pm
דורך צייט שטיפער
א גוטן מועד

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 6:22 pm
דורך שפיגליצקי
זייט געזונט ליבע ברודער, האב מיר געהאט אן איינגענעמער זוממער מיט אייך צוזאמען, וועל מיר זיך אי"ה זען אין אן אומבאשטימטן זמן ארום.

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 31, 2019 9:55 pm
דורך נעגלוואסער
שפיגליצקי האט געשריבן:זייט געזונט ליבע ברודער, האב מיר געהאט אן איינגענעמער זוממער מיט אייך צוזאמען, וועל מיר זיך אי"ה זען אין אן אומבאשטימטן זמן ארום.

שוין דא צירוק?? דרייסטוך אין וויליאמסבורג

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 31, 2019 10:03 pm
דורך שפיגליצקי
דאס פריערדיגע וואלט געדארפט געשריבן ווערן יעצט ביינאכט, כ'האב נאר מקדים געווען, יעצט בין איך 'נאך' דא.

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 31, 2019 10:13 pm
דורך אסדר לסעודתא
ביסט נאכנישט צוריקגעקומען? וואס נעמט אזוי לאנג? גיי שוין, און קום שוין צוריק.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 5:42 pm
דורך אברהם דוד
שפיגליצקי האט געשריבן:זייט געזונט ליבע ברודער, האב מיר געהאט אן איינגענעמער זוממער מיט אייך צוזאמען, וועל מיר זיך אי"ה זען אין אן אומבאשטימטן זמן ארום.

הרב שפיגליצקי, דיין אנוועזנהייט איז שטארק געשמאק, עס איז זייער אנגענעם געוועזן, נאכאמאל און נאכאמאל, ווי דיין קלארע און לאגישע קאפ קומט ארויס אין דיין פליסיגע און זאכליכע שפראך.
מיר וועלן אומגעדולדיג אויסווארטן דעם אומבאשטימטן זמן, מיט האפענונג אז עס וועט נישט זיין צו לאנג.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 6:02 pm
דורך צייט שטיפער
פאר די וואס פארשטייען נישט פארוואס די אשכול איז געמאכט, לאמיר אייך קלאר מאכן.

עס זענען דא מאנכע וואס לייגן אריין שווערע הארעוואניע אינעם סייט, שעות שרייבערייען וואס א צייטונג וואלט פאר אזא ארבעט באצאלט תבלין וטרקלין, נאכדעם זענען דא מאנכע וואס פרובירן אז די פלאץ זאל זיין הומאריסטיש און געשמאק, ווידער זענען דא אזאנע וואס ווען זיי זעהן איינעם'ס שווערע ארבעט אפריציעטן זיי עס און שטרענגען זיך אן צו שרייבן א שיינע דאנק אא"וו.

אייוועלט אן אזאנע מעמבער'ס איז קיין אייוועלט, איך וויל מיר נישט פארשטעלן וויאזוי אייוועלט וואלט אויס געקוקט אן אזעלעכע פארשוינען, ה"י, אלע אשכולות וואלטן אויסגעקוקט בערך אזוי ווי אלע פארשפארטע אשכולות.

כדי די יעניגע (נישט זיך פארטוישן מיטן פרעזידענטליכער קאנדידאט יענג) זאלן פארבלייבן מיט אונז, און אונז נישט פארלאזן פריצייטיג, קומט זיך זיי אביסל אפריציאציע - פאר ווער עס קען נישט קיין אנגלית - אביסל אפרישיעשן, במילא אז דאס קומט נישט פון זיך אליינס, אדער שעמט מען זיך נישט און מען קומט דאס דא אפבעטן, אדער... וויל איך נישט פארענדיגן דעם זאץ, אל תפתח שה לפטון, לאזן זיי אונז דא איבער כראן בלי צ...

איז לאמיר אלע אויסרופן הויעך:

שפיגליצקי! גיי דיר לחיים טובים, און קום צוריק מיט א נייע ניק ווי שנעלער!!
מיר אפרישעיטן... אייער באשלוס אונז צו פארלאזן!

און צו בלייבן מיט א גוטן טעם אין מויל, מיר האבן זייער הנאה געהאט פון אייך.