די טענקסגיווינג אשכל

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך נובעמבער 21, 2007 4:17 pm

אנדי
די תשובה מיינסטו האט זיין איידעם טענדלער די ראש ישיבה פון YU געשריבן?

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך נובעמבער 21, 2007 4:22 pm

כך שמעתי .

אבער יעצט נאכ'ן זען די תשובה זע איך אז אים געפעלט עס אויך נישט
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך נובעמבער 21, 2007 5:06 pm

אהא, די גאס שמועסט אז ער איז נישט געווען דערקעגן אזוי, ער שרייבט דאך אז מ'מעג מאכן א שמחה ספעציעל דעמאלטס, ווייסטאך ביי ר' משה, ווענד זיך ווער דער שואל איז געווען, און אויב זיינע קאנגריגענטס האבן אנגעפרעגט, און ער האט זיי געוואלט האלטן, האט ער געטיילט ע'קילין ו'פשורין.. עכ"פ די וואס עסן טורקי פאררופן זיך אויף אים, אפילו ס'איז נישט אזוי פונקטליך.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך נובעמבער 21, 2007 5:09 pm

ער שרייבט קלאר אז מען טאר נישט מאכן קיין טענקסכיווינג פארטי
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך נובעמבער 21, 2007 5:13 pm

נו מאכט מען א סעודה שלא לכבוד טענקסגיווינג

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך נובעמבער 21, 2007 5:15 pm

ווען עסט מען די טערקי?
היינט נאכט צי מארגען נאכט

איך וויל וויסן ווען נישט צו עסן

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך נובעמבער 21, 2007 5:33 pm

דאכט זיך אז מארגן
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך נובעמבער 21, 2007 6:50 pm

ספעציעל לכבוד די גוי'אישע חגא שרייבט ער דאך קלאר "יש ודאי לאסור מדינא". די גאנצע שאלה איז דאך נאר צי מ'מעג באשטימען א חתונה אויף יענע נאכט, און בכלל נישט וועגן עסן טוירקי.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מיטוואך נובעמבער 21, 2007 10:37 pm

טענקסגיווינג , שמענגיווינג
וואסערע שטותים רעדט מען דא צאם
זייערע פאזויערטע חגאות וואס פארשטייען זיי צי דאנקען דעם לעבעדיגען באשעפער
וואס פארשטייען זיי דען די אומות העולם די בני עשו
זיי ווייסען נאר וויזוי צי אויסרצחנען א פאר אומשילדיגע טורקיס אן קיין שחיטה אין עסען אן א ברכה
אין אן א נאך ברכה אין נאכדען טרינקען זיי זיך אן ביז די גאנצע שכל פליט אוועק ווייט
אין נאכדען גייט מען ארויס אויף די גאסען גנבענען אין ראבערען
טענקסגיווינג ? וואס טענקסגיווינג ? ווען טענקסגיווינג ?
ס'הייבט זיך גארנישט אן
נישטאמאל דארף מען רעדען דערפין
אראפ מיט דעם אשכול
אראאאאאאאאאאפפפפפפפפפפפפפ
פיניש מער נישטא , פארשווינדען , פארבלאנדשעט,

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2007 10:02 am

איך האב א שאלה.

ווער עס האט הוראה זאל ביטע ענטפערן.

עס איז משמע פון רוב פוסקים אז מען טאר זיך נישט פירען כמנהג העכום אויף טענקסגיווינג.

וואס איז די הלכה וועגען די טענקסגיווינג פוטבאל געימס ? מעג מען עס וואטשען אלץ דינא דמלכותא דינא?
אדער גייט עס אריין אין די כלל פון שעת שמד וואס עס איז יהרג ועל יעבור?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2007 10:07 am

וואס איז פוטבאל ?...............

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2007 10:17 am

פוסטאבע
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2007 10:40 am

המחמיר בכל השנה שלא לאכול תרנגול הודו, מהו לאכלו ביום התודה?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2007 10:56 am

ילך להודו ויאכל הודו ויאמר הודו ויתהפך להודו

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2007 10:57 am

לאקשן דו ביסט זיססער ווי צוקער, כמותך ירבו, און נאך א וויכטיגע פרט, צו וועלכע ג-ט לויבן זיי, לו יהא זיי לויבן, נישט צו אונזער הייליגער באשעפער, נאר צו זייער פוסטער עבודה זרה של הבל הבלים...

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2007 11:00 am

זיי זענען דאך קריסטען.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2007 11:00 am

בכלל טענקסגיווינג מיינט בעיקר צו טענקען דיין קאנטרי.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2007 11:13 am

פארוואס אין ווינטער דערמאנען זיי זיך צי טעינקען די קאנטרי
אין די זוממער ווען מען איז אין קאנטרי דעמאלץ טעינקט מען די קאנטרי

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2007 11:17 am

איינער האט געפרעגט אויף אן אנדערע וועב זייטל די פאלגענגע שאלה.

אויב מען בראט א טערקי מיט א מורא'דיגע גוטע טעם צו מען מעג עס טון?

עס שטייט דאך לא תלכו בחקות הגוי און חק מיינט דאך נאר "בלי טעם"?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2007 11:20 am

ס'מיינט ציזאגען אז יוד מיט א יודיש הארץ אפילו עס האט א מורא'דיגע גוטען טעם שפירט ער נישט קיין טעם דערין ווייל עס שמעקט מיט חוקות הגוי
דאס מיינט חק בלי טעם
אין דרך אגב לא תלכו בחוקות הגוי איז נישט קיין חק בלי טעם עס האט יא א טעם

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2007 11:21 am

עס איז נאר א דזאוק ווייל די איסור איז אלץ "אל תשמח בגיל העמים"
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2007 11:27 am

בס"ד

הלכות עבודה זרה פרק יא

א אין הולכין בחוקות הגויים, ולא מידמין להן--לא במלבוש, ולא בשיער, וכיוצא בהן: שנאמר "ולא תלכו בחוקות הגוי" (ויקרא כ,כג), ונאמר "ובחוקותיהם, לא תלכו" (ויקרא יח,ג), ונאמר "הישמר לך, פן תינקש אחריהם" (דברים יב,ל). הכול בעניין אחד הוא מזהיר: שלא יידמה להן--אלא יהיה הישראלי מובדל מהן וידוע במלבושו ובשאר מעשיו, כמו שהוא מובדל מהן במדעו ובדעותיו. וכן הוא אומר "ואבדיל אתכם מן העמים" (ויקרא כ,כו).

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2007 11:30 am

עס שטייט גארנישט וועגען זיערע חגא'ס
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2007 11:34 am

ובשאר מעשיו

בעל עגלה
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2007 4:16 pm

תגובהדורך בעל עגלה » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2007 12:49 pm

איך וועל אויסניצען "טענקנסקיוויניג"צי געבן א דאנק פאר די אלע תושבי ושרייבער הקרעטשמע כל אחד בשמו הטוב יברך
פאר צישטעלן די אלע רייכע ארטיקלען אויף א טעגליכען שטייגער, זייענדיג א מתנגד פין כככ אאא חחח אאאאא כי כי כי כי
איז עס שווער צי געבן אייביג אינעם אשכול, זאל עס דא דינען פאר א שערקויך כללי


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט