געלט גייער'ס

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

געלט גייער'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

גייט מען אמאל פטור ווערן פון דעים אנשיקעניש? זיכער נישט, כי יהיה בך אביון שטייט. אבער לאמיר בעטן כאטש מיט אביסעלע רחמנות עכ"פ.

היינט אין בעסמעדרעש גייט ארום א איד זאגענדיג "איך גיי פאר א וויכטיגען צוועק, איך גיי פאר א וויכטיגען צוועק!", קנאקענדיג מיט זיינע פולע האנט מיט דיימס און ניקעלס, אז מען קען ח"ו טויב ווערן. שטייצעך, ווער דען גייט פאר א נישט וויכטיגע צוועק? אביסל [מיס]פארשטענדעניש מעגסטו האבן און פארציילען פאר וועים דארט אין די גארער די גייסט ארום, נישט אזוי?
נאך אים שפאנט אונזער היימישע פנים דער באקאנטער מיטן לעדערנעם זשעקעט, און ווידער האלט ער ביי א מצב וואס די לענדלאר גייט אים נעקסטע וואך ארויסווארפן פונעם דירה [שעלטער?] אויב ער באצאלט נישט קיין רענט, און יעדעס מאל טשעפעט ער זיך אין עפעס א היימישע איד פון ביהמ"ד אז ער מוז ארומגיין מיט אים כאטש עטליכע מנינים [אזוי מאכט מען שטייצעך מער געלט], אז נישט... איז בעסער אז מ'רעדט נישט.

פארטיג מיט אים שפאצירט אזוי מיט א רוהאיגקייט א ירושלמער, אגב, האב איך אמאל געפרעגט מיינער א באקאנטער א ירושלימער, ווי אזוי שפירט עס צו גיין נאך געלט אין אמעריקא? פילסטו עפעס א צוריקגעצויגענקייט וכדומה? אה, שרייט ער מיט פאטאס! מיר שפירען אז מיר מעלקען אויס די אמעריקאנער קיען, ווי מער ס'גייט אלץ בעסער! (שטייצעך כ'מיין נישט דא די בני עליה, כ'רעד בדרך כלל), בקיצור, דער ירושלימער איד איז א בן תורה (שטייצעך, ווענישט, וואלט ער נישט געקומען שנארען, הא?), ער האלט שוין ביי די ווייסאך וויפילטע קינד, געב איך אים א דאללער און בעט רעשט א האלבען טאללער, קוקט ער מיר אן מיט א פנים זועפות, וואס זייט כ'האב אמאל באליידיגט מיין אידענע האב איך אזוינס נישט געזעהן פאר מיינע אויגען.

גייט נישט דורך קיין צוויי שעה, און דער בעל קלינגט מיר, דער זעלבער ירושלמיער איז אודך! ער פלאנג זיין נדבה צום צווייטען (ער האט דאך אלע רעכטן ביז מאה פעמים), און ווידער איז ער נישט צופרידען! ער פלעגט צו ער קען ארויפקומען א מינוט [צווינגען צו געבן מער געלט], כ'מאר מיר כאילו איך כאפ נישט וואס ער מיינט, און איך פרעג אים בתמימות: איר זענט אפשר דארשטיג, איר ווילט א גלאז קאלט וואסער? ער כאפט דעים רמז, און ער ווערט פארשוואונדען פון פאר מיינע אויגען, און-אן-אויגען-בליק, כות גירי קשתא.
בקיצור, כ'האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין, עס איז זייער א פארצווייגטער נושא, כ'וועל עס איבערלאזען פאר די איבריגע קרעשטמע מיטגלידער צו פארענדיגען יעדער איינער מיט זייערע עקספיריענס, ואני את נפשי סלקתי.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

דא האסטו אן אלט אשכול, וואו די נושא ווערט בעארבעט.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=16276
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

שכוח המפולפל, גראדע זעה איך דארט אז מר. נאטורליך האט שוין גענוצט מיין עצה פון מכבד זיין מיט א טרינק וואסער, וז"ל שם:

נאטורליך האט געשריבן:דער וואס מיטשעט זאל מיטשען און דו זאג אים בסבר פנים יפות "דאס קען איך זיך ערלויבען וזהו" זיי אים מכבד מיט א גלעזעל וואסער.געדענק "במדה שאדם מודד מודדין לו" מיר ווילען אויך השי"ת זאל אונז צוהערען ווען מיר מיטשען. (אזוי וואלט מיין רבי אין חדר געזאגט)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”