ברעיקינג! פרעזידענט טראמפ רעזעגנירט אין שאנדע.

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

ברעיקינג! פרעזידענט טראמפ רעזעגנירט אין שאנדע.

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג אפריל 04, 2016 6:50 pm

וואשינגטאן די סי. די גאנצע פאליטישע וועלט האט א טרייסל געגעבן ווען די 45׳סטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאנאלד דזשאן טראמפ האט געגעבן זיין רעזיגנאציע און זיך אפגעדאנקט פון אפיס, א זאך וואס האט בלויז איינמאל פארדעם פאסירט אין די אמעריקאנער היסטאריע אין 1967 ווען פרעזידענט ניקסאן האט רעזעגנירט פון אפיס.

זונטאג נאכט האט די ווייסע הויז פרעסע סעקעטאר בען קארסאן געמאלדן אז דער פערזידענט וועט געבן א רעדע פון אוועל אפיס, וואס דאס האט גלייך געצויגן שפעקולאציעס אז די פרעזידענט גייט אפטרעטן, שטיף אוו סטעף קריס קריסטי האט דאס אבער אפגעווארפן, זאגענדיג פאר מעיגן קעלי פון פאקס ניוז אז ער גייט קיינמאל, קיינמאל ביז צו זיין טויט, אראפ גיין פון טראן.

אום אכט אזייגער איז דער פרעזידענט אריין אין אוועל אפיס, געבענדיג זיין לעצטע רעדע צום פאלק, פרעזידענט טראמפ האט אנגעהויבן מיט א נידריגע טאן זאגענדיג: עס איז א טרויעריגע טאג פאר אמעריקע, זיי פארלירן זייער בעסטע פרעזידענט, ס׳איז נישט פעיר, אבער אין ארדער צו מאכן אמעריקע גרעיט אגעין, געב איך אריין מיין רעזיגנאציע אפעקטיוו מארגן 8:00 אווענט, ווייס פרעזידענט לייען טעד קרוז וועט ווערן איינגעשוואוירן אין די צייט אין די אפיס מארגן נאכט, טשיינע וועט בויען ווענט, מעקסיקא וועט צאלן פאר פוטין מיין פריינט, א גוד גיי, א לאוו טשיינע, געיט מי אוט, אוט!

די פלוצלינג׳דיגע רעזיגנאציע האט געברענגט א סוף צו די צוויי יאר איבערקערעניש אינעם ווייט האוז.

ווי עס געדענקט יעדער איינער, גלייך ביים אנהויב פון טראמפ׳ס טערמין, די טאג וואס ער איז געווארן איינגעשוואוירן, איז ער-אנדערש ווי יעדע נייע פרעזידענט- נישט געגאנגען פאר א קאפי מיט׳ן געוועזענעם פרעזידענט באראק אבאמא, נאר אנטשטאט איז ער געווען פארנומען צו טוויטן בילדער פון די אבאמא פאמיליע ווי זיי שלעפן באקסעס צום מאווינג טראק, שרייבענדיג דערביי, אבאמא גייט צוריק קיין קעניע, פארגעס נישט דיין בורט סערטיפיקעט, אויף צוריק גייסטו נישט קענען קומען ווייל איך גיי בויען א וואנט, שחור!.

די טוויט איז געווען טועמי׳ פון וואס עס גייט נאכפאלגן, די קומענדיגע צוויי יאר איז פרעזידענט טראמפ געווען פארנומען אויסשליסליך נאר מיט טוויטער, די אמעריקאנע פאלק פלעגט זיך דערוועקן 3:00 ביינאכט מיט נערישע זינלאזע טוויט׳ס פון זייער ירום הודו, די פנים האט געפלאמט פאר בושה.

זעלבסט פארשטענדליך אז פון זיין אלע קאמפיין פארשפרעכונגען האט ער נישט איינגעהאלטן קיין איינס. אנשטאט צו בויען א וואנט האט ער באפוילן צו לייגן זילבער פאפיר לענגאויס די גרעניצען פון מעקסיקא און קאנאדא, זאגענדיג: מיין אידישע טאכטער ניצט דאס פאר פסח, אויב קען עס אפהאלטן די חמץ, וועט דאס אוודאי צוריק האלטן מעקסיקא, די שטר מכירה איז דורעכגאפאלן אין סענאט צוליב וואס עס איז נישט געווען צו געפונען א גארטל.

זיין הבטחה פון צירוק ברענגען דזשאב׳ס האט ער אנעלירט נאך אינעם ערשטן טאג, אין א טוויט וואס ער האט געשיקט 3:43 יאנואר 21 2017 האט זיך געליינט, אמעריקע, מאכט׳ס אייך נישט נעריש, מען גייט ריעטייערן, דאס גייט זיין פאן. דזשאבס איז געמאכט פאר פאלעטישאנ׳ס, ארבעטן און ארבעטן, זאל טשיינע ארבעטן, נישט אונז.

בהמשך הזמן האט ער אויפגעהערט זיך באווייזן אינעם עפענטליכקייט, דאס איז געקומען נאכדעם וואס ער האט זיך פיזיש צושלאגן מיט זיין טשיף אוו סטעף קריס קריסטי, יענער האט אים אנגעהאקט די ביינער און ציגעוויזען זיין בעט, זאגענדיג מר. פרעזידענט, דיין בעט איז דא, גיי שלאף.

די אמעריקאנער פאלק, די וואס האבן אים אריינגעוועלט אין אפיס, האבן זיך אנגעהויבן כאפן ביי די קעפ, ראמני אז יא געווען גערעכט, דער איז דאך אינו מן הישוב, א פרא אדם אן קיין שום מעגליכקייטן און קוואלעפיקאציע׳ס.

פראטעסטן האבן אויסגעבראכן טעגליך פארענט פון 1600 פענסליוועניא עוו. און האט אנגעהאלטן פאר איבער א יאר, די סענאט האט געהאט א אפשטומינג פון 100 קעגן 0 צו אימפיטשן דעם פרעזידענט, באזירט אויף די צווייטע אמענדמענט אז אמעריקע האט די רעכטן זיך צו באשיצן, סענאטאר רוביא פון פלארידע האט מסביר געווען ״זיך באשיצן״ מיינט ארויסשיצן די אייגענע פרעזידענט.

פרעזידענט טראמפ האט רעאגירט דערויף אויף טוויטער: ליטעל מארקא, מען רעדן פון שוויצן, נישט פון באשיצן.

א טאג דערויף איז פארגעקומען א דרינגענדער זיצונג אינערהאלב די הויפט קוואטירן פון די רעפובלעקאנער פארטיי, ווי עס איז געבליבן אז מען וועט ווארטן ביז די קאנגרעס וועט אים אימפיטשן, און אויב וועט ער נישט אפטרעטן דענסמאל, דאן וועט מען ניצן די וועטעראנען מיט מיליטערישע כוחות אים ארויסצוזעהן פון ווייסן הויז.

פרוי קלינטאן האט אנגערופן דעם פרעזידענט און געזאגט אז איר מאן איז שוין אויך געווען אין אזא סעטואציע, אבער זי גלייבט אז ער וועט נישט אפשניידן אזוי גוט ווי ביל קלינטאן, נאכפאלגענדיג מיט א געלעכטער, טראמפ יאר טיים איז אווער.

דורכאויס די גאנצע צייט האט די ווייסע הויז געמאלדן אז טראמפ גייט נישט אין ערגעץ. פרעסע סעקטאר קראסאן האט נאכאנאנד געזאגט, ער איז טאקע נישט די נארמאלסטע מענטש, אבער מען דארף קוקן אויף די ביג פיקטשער. א סטעיטמענט וואס ער האלט אין איין זאגן זייט ער האט אינדארסירט טראמפ אין 2016.

זונטאג אווענט איז עס געקומען. פרעזידענט טראמפ האט אפציעל אפגעטרעטן פון אמט, מאנטאג נאכט איז טעד קרוז געווארן איינגעשוואוירן אלס די 46׳סטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, סענאטאר מארקא רוביא פון פלארידע איז געווארן איינגעשוואוירן אלס וויציע פרעזידענט.

פרעזידענט קרוז האט אין זיין ערשטע רעדע צום פאלק געזאגט: די נייט מיער איז אווער! יעצט איז די צייט זיך צו ריקן פאראויס אין פארמאכן דעם קאפיטאל אין אמעריקע ווען א טיווי סטאר האט אריינגעבלאנדזשעט אינעם אוועל אפיס.

פרעזידענט טראמפ איז אפגעפלויגן קיין ניו יארק, צו זיין אפארטמענט אינעם טראמפ טאווער, וואו פראטעסטירער האבן אים אפגעווארט מיט א סטרעטשער אים דערמאנען די אלע צייטן...

און איך האב מיר אויפגעוועקט....
אקעי, וואו האלט מען? וויסקאנסין? ווער מאכט עס דארט? קרוז?!
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג אפריל 04, 2016 7:03 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך דערשטיק מיך פון טרערן.... :mrgreen: :mrgreen: :mrgreen:
דאסא גוטס :lol: :lol: :lol:
כ'זעה שוין וואס ליגט אין בוידעם פונעם ווייט האוז...

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » מאנטאג אפריל 04, 2016 7:09 pm

So true

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג אפריל 04, 2016 7:12 pm

טענקס בוידעם פאר די געלונגענע ארבייט מיטן באריכטען אן-בייעסד די סענזאציע וואס שפילט זיך אפ - אדער, בעסער געזאגט "האט זיך אפגעשפילט" - די פארגאנגענע חדשים אינעם הויפט שטאט וואשינגטאן.

טענק יו.

---
אטורני דשענערעל "מייקל בראון" וואס איז געשטעלט געווארן דורך עקס-פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט היינט אין א אינטערוויא מיט פאקס ביזנעס אויפגעדעקט אז דער פרעזידענט האט אים שוין געזאגט נאך ביי די פריימעריס אין 2015 (!) אז זיין ציל איז צי רעפארמירען די אמעריקאנע פאליטישע סיסטעם, און איינמאל עס איז אויפגעשאקעלט און איבערגעדרייט וועט ער ריזיינען!

די אויפדעקונג האט געכאפט די גרעסטע לעגאלע קעפ אין שאק! ווארום דאס באדייט אז דער געוועזענער פרעזידענט איז באמת קיינמאל געווען פרעזידענט לויט סעקשאן 16 פארעגרעף 179b. פון אמאנדמענד 8 אינעם קאנסטוטיציע וואו די פאונדינג פאטהערס שטעלען אוועק אז דער פרעזידענט ברויך זיך אינגאנצען אוועקגעבן פארן לאנד און זיין "ציל און שטרעבונג דארף זיין בלויז די סוקסעס פונעם לאנד". זאגן געוויסע לעגאלע קארפן קעפ אז אין אונזער (טראמפס) פאל האט דער (געוועזענער) פרעזידענט טראמפ קלאר נישט אויסגעפאלגט די קאנסטיטוציאנאלע פליכט!

אנדערע זענען געגעאנגען אזוי ווייט ווי זאגן אז דער פרעזידענט ברויך ווערען אינדייטעט. אויף וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעשיקט א טוויט ווי ער פארדאנט א הינטעל, שרייבענדיג: "אויב קענעך פארדאנען א הינטל, קענעך זיך אליינס פארדאנען! #דאמיס!".

רודי דשוליאנע, דער געוועזענער געהילף אטורני אינעם ערשטען יאר פון פרעזידענט טראמפס קאדענס (איידער די נשים פון זיי בייד האבן זיך צואמפערט איבער ווער איז טראגט ווירקליך דעם "ניו יארקס העלד!" טיטעל. און דשוליאני איז געפלויגען פון אמט בחרפות ובושות א קארגע צוויי וואכן נאכן ערהאלטן ס'אמט...) האט געזאגט אז "טעכניש" קען מען נישט אנקלאגן דעם פרעזידענט, ווארום לויט די קאנסטיטוציע שטעלט זיך דאך ארויס אז ער איז באמת איינמאל נישט געווען פרעזידענט, ווייל די איינשווערונג האט נישט געהאט ווי חל צו זיין. סאו מען קען אים נישט אנקלאגן פארן נישט אויספירן דעם "פרעזידענטס" פליכט, ווייל "טעכניש" איז ער קיינמאל נישט געווען "עכט" פרעזידענט.!

דער סי.איי.עי. דירעקטאר באבי דשינדשעל האט אין א אינטערוויא מיט קנ"א געזאגט אז "די סי.איי.עי. וועט נישט נעמען קיין אורלויב, אדער טוישן איר טעגליכע סקעדשול צוליב די ציפארענע טעג אין וואשינגטאן.


קנ"א פאליטישע טישל. דיס איז @שמאטע עד די רייט הענד סייד אוף די טעבל. וויט @בוידעם אן מיי לעפט. ענד @צווייפעל סקרימינג אין די בעק גראונד.

#טראמפ#טראמפ#טראמפ.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג אפריל 04, 2016 7:16 pm

ווי זאגט ראפי? ''פיינע _____ נייעס''
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג אפריל 04, 2016 7:23 pm

@בוידעם גוט איז גוט, איך האב געלאכט, ביז איך האב געזען אז קרוז איז איינגעשוואוירן געווארן, ב"ה סאיז נאר געווען א חלום...

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג אפריל 04, 2016 7:40 pm

דאס איז פיינע ווארע, די זילבער פאפיר מיט די שטר מכירה האט אוועקגענימען מיין אטעם.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11504
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג אפריל 04, 2016 7:42 pm

פיל מיט היסטארישע גרייזן, צב"ש די יאר פון ניקסאן'ס רעזיגנאציע.
אבער געלאכט האב איך פיין!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3790
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג אפריל 04, 2016 7:50 pm

אויב גייטעס זיך אזוי אויסלאזן קענעך באשטיין טראמפ זאל זיין פרעזידענט פאר א אביסל

פיין געלאכט.

בוידעם/שמאטע נעמט אייך צוויי גרינע איינס פאר יעדעם

קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובהדורך קאליפארניע » מאנטאג אפריל 04, 2016 8:00 pm

בודעם ;l;p-

אזוי מ'ווייסט האט יעדע חלום אביסל אמת, האט מען גרויסע טשענסעס ער זאל ווערן איינגעשוואורען.

בען קארסען פאר פרעס סעקרעטערי? נישט קיין ווינדער האסטעך גענומען חלומען.

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מאנטאג אפריל 04, 2016 8:05 pm

שיגעים! חחחח

yid101
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 31, 2014 7:36 pm

תגובהדורך yid101 » מאנטאג אפריל 04, 2016 8:25 pm

Yens Gelechter!

Ven de nar volt nisht gevain inzers volt ich oich gelacht

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג אפריל 04, 2016 8:29 pm

yid101 האט געשריבן:Yens Gelechter!

Ven de nar volt nisht gevain inzers volt ich oich gelacht

Oh, you really have a problem with trump. Give me a break.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג אפריל 04, 2016 8:46 pm

דער @בוידעם איז פיינע נייעס.

נאט אייך א גרינע.

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מאנטאג אפריל 04, 2016 9:05 pm

@בוידעם

שוין לאנג נישט געזעהן אזא גוטס

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

תגובהדורך טרעוולער » מאנטאג אפריל 04, 2016 9:09 pm

Thanks thanks A1

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מאנטאג אפריל 04, 2016 9:32 pm

מטעמים האט געשריבן:דאס איז פיינע ווארע, די זילבער פאפיר מיט די שטר מכירה האט אוועקגענימען מיין אטעם.

...און די גארטל פאר קנין.. פיין געלאכט.

שכח.

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מאנטאג אפריל 04, 2016 9:54 pm

ווילאנג עס איז נאר אין די קרעטשמע איז עס זיכער גוט

אין די נייעס וועט עס קיינמאל נישט זיין

TAKE MY WORDS
Mr President We're tiered of winning so much

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3790
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג אפריל 04, 2016 9:58 pm

פאליק האט געשריבן:ווילאנג עס איז נאר אין די קרעטשמע איז עס זיכער גוט

אין די נייעס וועט עס קיינמאל נישט זיין

TAKE MY WORDS

רילעקס מען!! נעם עס נישט אזוי ערענסט, סיז נישט געזינט

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מאנטאג אפריל 04, 2016 10:10 pm

dont worry

קען גאר זיין אז עס גייט קיינמאל נישט זיין ווייל טראמפ גייט קיינמאל נישט זיין פרעזידענט
Mr President We're tiered of winning so much

אוועטאר
טשייניק
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:03 pm
לאקאציע: אויפן געז רענדזש

תגובהדורך טשייניק » מאנטאג אפריל 04, 2016 10:13 pm

מיט אזא וויצע איז נישט קיין וואונדער....

בוידעם, גאר פיין.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג אפריל 04, 2016 10:13 pm

WOW!
בוידעם!!!!!!!!!!
דאס איז טאלאנט!
זיך געשאאאאקלט פאר געלעכטער!

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג אפריל 04, 2016 10:19 pm

וויפיל עס אינטרעסירט מיר די פאליטיק אבער ס'יז פיין! גוט געלאכט.

טענקס בוידי און שמאטי..
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג אפריל 04, 2016 10:22 pm

בוידעם.. דאס איז פיינע נייעס.. פיין געלאכט. נאדיר דריי גרינע

שמאטע דו קענסט אויך נעמען איינס.

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » מאנטאג אפריל 04, 2016 10:32 pm

א גרויסן יישר כח בּוידעם/שמאטע. אבער איך פארשטיי נישט, צער בעלי חיים איז גארנישט? די טראמפיסטן וועלן היינט נאכט נישט קענען שלאפן, סאיז נישט יושר, עטץ דארפץ שנעל מאכן עפעס א חלום אויף הילערי/סאנדערס/קרוז אדער גאר ראמני...
לעצט פאראכטן דורך א גוטן אום דינסטאג אפריל 05, 2016 2:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט