בלאט 1 פון 1

בחצוצרות וקול שופר הריעו...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 14, 2007 4:23 pm
דורך זארעכפעפער
היום יום המעונן, יום שנתלו המאורות ונתכסו בעבים, לסדר ויצא. און איר מוזט ליינען דעם גאנצן ארטיקל צו פארשטיין דעם קעפל. געפוילט? (דער פ"א פון 'געפוילט' קומט זיך צו ליינען מיט א פינטל. דאס מיינט מיט א רונדיגע נקודה-טאבע פונקט אינמיטן דעם חלל פונעם אות, און אזוי וועט זיך דאס ליינען מלשון געפוילט, נישט געפוילט. איר פארשטייט? איא).

איך האב עפעס אזא הרגשה, אז א געוויסער מעמבער, און נישט סתם א מעמבער נאר איינער פון די אנגעזעענסטע מעמבערס, האט זיך אין די לעצטערע צייטן אריין געלייגט אין מויל שיינע גאלדענע חצוצרות, און צודערצו האט ער אויפגעהויבן א גרויסן שופר שטומע, און... בלאזט... און בלאזט...
ער בלאזט און בלאזט! אויף וועם?

איז דאס אמת?
זאלן די ווייסער קומען צו גיין, און אונז דערציילן וואס זיי ווייסן דעריבער...

וויזוי האב איך דאס באמערקט? על איך אייך זאגן, אי'כעל דאס נישט האלטן ביי מיר אין בויך. איז אזוי, ווי שוין אנגעהויבן איז היינט א יום המעונן, און דעריבער האב איך זעך מחמת די סיבות אריין געזעצט אין דער קרעטשמע אריין, לדעת מה יעשה בה. ס'ערשטע האב איך צוגעשארט און פרובירט אפירצוזוכן עפעס א זאפטיגס, פון אט דעם יעניגן וועלכער שטייט אצינד מיט אויפגעבלאזענע, געשוואלענע, באקן און האלט זיין חצוצרה אויף דער לינקער זייט פון זיין מויל און אויף דער רעכטער זייט ליגט אים דער שופר, און בלאזט און בלאזט אזוי שטיל אזש מ'קען פשוט איינשלאפן פאר שטילקייט. פארוואס האב איך ס'ערשטע פונקט אימ'ען אפיר געזוכט? דען ווייל דער יעניגער איז דאך איינער פון מיינע באליבטע פעיווארעיט שרייבער דא אין קרעמעל. אבער ליידער, ליידער, ווי אפגעפאטשט בין איך געווארן, זעענדיג אז פאר קיין רפואה האב איך פון אים כמעט קיין גוטס נישט געפונען!

האלאו... זיי מוחל... לייג אראפ דעם שופר! און ביטע הויב אן שרייבן! זיי אונז מהנה; לעב אביסל אויף דעם עולם, דער עולם גערט נאך א שמייכל!

וואו אי-ער דער יעניגער?! יעמוד, יעמוד, ער זאל שוין ארויפקומען!

האלאו... האלאו... דו הערסט? זיי מוחל, נעם ארויס דיר ארויס דיין פאטשיילע פון קעשענע, כלומר דיין פעדער אין דער האנט אריין, און פאר-ריק זיי מוחל דעם מצב דא! דו קענסט, ביסט ביכולת, איך ווייס...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 14, 2007 4:44 pm
דורך איזאק
חחחח, איך בין זיכער אז דו האסט מיך געמיינט...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 14, 2007 4:47 pm
דורך אנדי פעטיט
איזאק זיי מסביר וואס מאכט דיר מיינען אזוי?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 14, 2007 5:04 pm
דורך צייטליך
זארעכ, אויב וואלקענעס מאכן דיר אריינבלאנדזשען אהער, און נאך פראבירן אויפציוועקן עטליכע אנדערע, לוינט זיך שוין אז ס'זאל גיסן..

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 14, 2007 9:54 pm
דורך בני היכלא
ס'איז אומעגליך צו כאפן זארעכ'ס כוונה, ס'איז דא צו צו סאך סאך, וואס קענען אריין אין די קאטעגאריע, ווער שרייבט נאך היינט דא געזונטע קנאקעדיגע צוויי בלעטעלדיגע ארטיקלעך, אזוי וועכענטליך צי צוויי-טעגליך, בפרט די תושבים, די קרעטשמע פוסטעוועט אין גרויסן און איז פעלנדיג אין לענגערע תגובות, אבער אין שטייגענדע משתמשים און צפיות.....
שוין מיילע איך בין דאך נישט קיין שרייבער, איך קען נישט, לך לאומן..... אבער די וואס קאנען.. די קאנען דאך....

האב איך אמאל געהערט פון א גוטן איד, דער ייטב לב זאגט אז מ'רייסט זיך ארויס פון שלאף פון בעט, איז דאס מסירת נפש, און ס'איז מכפר אויף די ארגסטע, [וואס ס'שטייט שוין אינו מועיל ח"ו לפני שיצא הבת קול וצעק הלכה כר' נחום], זאגט ער אז מיר ווייסן דאך אז יושב בטל כישן דמי, קומט אויס אז ווען א איד איז פארשלאפן פון עבודה ער איז געווען א יושב בטל, און גיבט זיך א כאפ אויף, ווען ער הערט דעם טעגליכן בת קול שצועקת ואומרת מהר סיני אוי להם לבריות מעלבונה של תורה ושובו בנים שובבים, איז דאך ממש ווי ער כאפט זיך אויף ווי פון א טיפע שלאף, און דאס האט אין זיך אלע סגולות פון שינה...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 14, 2007 10:46 pm
דורך מיללער
דער נער זאל ארויס פון מקוה.........

מ'מיינט נישט קיינעם, און ווער ס'מיינט.......

[והלכה כר' נחום האט מיר געמאכט שמייכלען, איי מאסט עדמיט]

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 14, 2007 11:52 pm
דורך קרעמער
איך האלט אז ער רעדט פון הרב האניג זז"ג (קריאת השם פארגעקומען דורך זארעך אין זיינע מאמרים), און יעצט כאפ איך זיך אז איך האב שוין טאקע לאנג נישט געזען עפעס פון אים דא (אויך איז ער אונז שולדיג א יו-טוב באשרייבונג).

יישר כח רבינו הגדול פאר די גוט ווארט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 15, 2007 12:46 am
דורך מאשקע
אזוי דום צו זיין! ענק כאפן טאקע נישט אז ר'מיינט מיעך? יבא בעל הכרם/אשכול ויסביר את כוונתו...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 15, 2007 5:28 pm
דורך יענטאאש
גיי ווייס וועם ער מיינט, א פארמאכטן שטיקל זארעכ, גאו פיגער.

דער אמת איז, איינעם מיינט ער דאך, די שאלה איז וועם. אדער גאר קען זיין אז ער מיינט ווייסט וועם? אפשר מיינט ער גאר יעדן? אה... א חידוש נפלא, ער מיינט גאר דעם גאנצן עולם בכלליות.... קען זיין... כ'מיין, מי אנכי צו פסק'ענען, אבער ס'איז א געדאנק....

אדער, אדער, אדער קען גאר זיין, אה, דאס מאכט שוין מער סענס, עס קען גאר זיין אז ער מיינט דעם איינעם וואס איז ווערד ווי די גאנצע קרעטשמע צוזאמען, איך רעד בכמות ובבארכעס... אההה... דאס איז שוין גאר שטארק מסתבר...

און אויב ס'איז יענער וויל איך אים'ן טאקען אנווארענען, און ווארענען ממש. הארך אויס, ווען עמיצער בלאזט, און בלאזט אזויווי זארעכ האט עס אראפגעלייגט מיט די אויפגעבלאזענע באקן און צוגעמאכט מויל, דאן איז דא צוויי וועגן וויאזוי צו מאכן אויסבלאזן, ס'ערשטע וועג, דאס איז מער די בניחותא וועג, און דאס איז א מ'מאכט יענעם לאכן, ס'הייסט מ'מאכט יענעם דארפן לאכן, יאטאמאטיטש, אז יענער וויל א לאך טאן, ברויך ער אוישיסן די אנגעבלאזענע באקן און אזוי ארום קען ער לאכן. דאס איז איין וועג, און ווי געזאגט די שיינע וועג.

די צווייטע וועג, די צווייטע וועג! איז שוין מער שרעקעדיג, און דאס איז, אז וואס, אז מ'לאזט יענעם אראפ צוויי קלינגעדיע פעטש אין פרצוף אריין, אן אזוי, מכח דעם זעץ פונעם פראסק, טוען זיך זיך די באקן אויפרייסן פון זיך אליין און אזוי איז דער געבלאזעכץ א פערטיגער.

טא זאלסטו גאנץ גוט פארשטיין און וויסן, זארעכ האט שוין פרובירט מיט דעם איידעלן לאחך-מאחך וועג, ער האט געטרייט, געעפנט עטליכענע שכולות, דייקא אין דיין סמעדרעש, ער האט פרובירט אויפצוקראכן ס'געבלאזעראציע, אז ס'העלפט נישט, אז ס'העלפט נישט! דאן, ווילעכניש זאגן. כ'על יא זאגן, ערעט מוזן גיין מיטן פעטש-קוועטש וועג! ער וועט דיך מוזן אראפשמירן צוויי קלינגעדיגע חברה אויפן באק, פול פאוער! און דו ווייסט גאנץ גוט אז א פאטש פון זארעכ איז נישט סתם אזוי א פעטשעלע, ס'איז א פעפעריגער פראסק! ראו הוזהרתיך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 15, 2007 7:25 pm
דורך קרעמער
באנונז פלעגט מען אן אנגעבלאזענע באלון דורכלעכערן מיט א האול-פאנטשער (איך שלאג נישט גארנישט פאר... איך האף נאר אז סאכדעס ליינט!)

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 16, 2007 2:54 am
דורך סאכדעס
קרעמער, יא כ'ליין, סאו וואט???

כ'מיין, כ'בין נישט זיכער, אבער עפעס אזא קלער האבעך, אז זארעכ, איר קענט איהם???? דער יום המעונן'דיגער, ער, יא, דער וואס האט געפענט די יום המעונן אשכול. ער גלייכט מורא'דיג די וואלקענעס....
מיין איך אז ער האט בשעת'ן שרייבן זיין ארטיקל, איינמאל אדער צוויי מאל געטראכט פון סאכדעס...

ווער קען צוטרעפן ביי וועכע פאראגראף???

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 17, 2007 11:11 pm
דורך איך_הער
כ'האב מורא אז עריז געשטאנען פאר א שפיגל, ווען ער האט דאס געשריבן, ווייל ווער נאך גלייכט דא אזוי צו שרייבן אין אזעלכע מעונן'דיגע טעג, אבער וואסא חילוק וועמען ער האט געמיינט, ער האט ארויס געפירקלט אן אשכול, מיט עטליכע מעכטיגע תגובות, וואס נאך פעלט? נאך מיין נעבעכדיגע תגובה, נו שוין, דאס איז שוין אויך דא, (אין א מינוט ארום.) יעצט האבעך מורא אז מ'עמער מוזן ווארטן אופן נעקסטן מעונן'דיגן טאג.

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 17, 2007 11:52 pm
דורך שוועמל
ער מיינט נישט קיינעם נישט.

ער ליידט נעבלעך אויף אן OCD ווען עס קומט א יום המעונן, איך ראט אים אויסליינען די בריוו פון מעלות אנגעהויבן פון תמוז נ"ה ביז כסלו ס"ח וועט אים אפשר גרינגער ווערן....

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 17, 2007 11:56 pm
דורך איך_הער
שוועמל, ביסט אויפן קאפ געפאלן, ליינען מעלות בלא בלא באל, און נאכדעם וועט ער דא מער נישט שרייבן? סטאפ איט רייט נאו, זאל ער נישט ליינען, און דא שרייבן, פארשטייט זיך אז ער מעג דא אויך שרייבן ווען ס'איז נישט פארוואלקענט.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 3:19 am
דורך סאכדעס
שוועמל, דו יו קרעזי??? דו ביסט אויפן קאפ געפאלן, דו ביסט צוקוקט?????? זארעכ OCD???? דער לעצטער מענטש וואס כ'וואלט געזאגט אז ער ליידט אויף OCD חחחחח יו מאכסטו מיך לאכן...

כ'מיין אז דו זאלסט פארמעקן דיין נארישע תגובה..

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 12:13 pm
דורך בני היכלא
מיללער האט געשריבן:
[והלכה כר' נחום האט מיר געמאכט שמייכלען, איי מאסט עדמיט]


איך ווייס נישט וואס איר האט געמיינט, פשט אין מיין כוונה, מיט ר' נחום.

למען לזות שפתים, וויל איך זאגן, אז דאס איז גאר א דבר אמת ונורא.

די ספרים הקדושים שרייבן, אז דאס וואס דער הייליגער רבי ר' נחום טשערנאבלער שרייבט אין מאור עינים, פשט אין רבינו הקדוש'ס ווערטער, יום הכיפורים מכפר לשבים ולשאינו שבים, אז אינו שבים מיינט מען זאכן וואס העלפט נישט תשובה, ווי ער טענה'ט לנורא עלילה אז ס'זאל יא העלפן תשובה אויף אלדינגס, אויף דעם האבן די צדיקים הקדושים ממליץ געווען אז יצאה בת קול ואמרה הלכה כר' נחום.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 1:50 pm
דורך מיללער
נאו איי מאסט עדמיט, דעט איי ואז ראנג ביג-טיים.

רבי,
די ווערטער זענען ווערט אלע געלטער, נעקסט טיים זיי טאקע נישט מקצר במקום שאמרו להאריך, ששגגת תלמיד עולה זדון, מ'קען חלילה פארמישען קודש קדשים מיט להבדיל א"א הבדלות חול שבחולים (חולים תרתי משמע....)