גריסן און שמועסן
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 4:42 pm
קרעמער האט זיך פריער צוגעלייגט אזא חתימה.
נכתב לכבוד איך-הער, שונא מספר אחת לאשכולות שטרם נענו.
Advertisement
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 4:49 pm
און נישט נאר דאס, נאר גיי ווייס ווען דער מחשבה זרה האט זיך אריינגעכאפט ערגעץ אינמיטן וועג.
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 5:19 pm
סארא מחשבות זרות?
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 5:25 pm
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 5:28 pm
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח, יענץ איז גאנץ א גוטער חתימה, פארוואס האט ער געטוישט?
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 6:01 pm
מן הסתם האט ער זיך שפעטער געכאפט אז ס'איז פאני צו דערציילן פאר יעדן אז ער האט מחשבות זרות .
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 6:29 pm
להוי ידוע, להתודע ולהגלות, אז איך בין א שונא מספר אחת פאר חתימות, נישט דא און נישט אין אלט קרעטשמע אדער אויף היידפארק בכלל פלעג איך זיך באנוצן מיט חתימה אישית, נישט מיט דעם ניק און נישט מיט קיינע פון מיינע פילצאליגע (יש אומרים: אומצאליגע) ניקס.
איך האב פערזענליך איבערגעטייפט די זעלביגע ווערטער מיט קליינע שינוים דא/דארט, לכבוד איך-הער, שונא מספר אחת לאשכולות שטרם נענו.
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 7:17 pm
איך בין אויך א שונא פון די חתימה'ס ווי שוין ארויסגעברענגט ערגעץ אנדערש, יעצט האב איך שוין איינעם אויף מיין זייט (הלוואי ווען איך ווייס ווען ווער).
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 7:22 pm
יא יעצט זעה איך שוין אויך.
מיטוואך דצמבר 27, 2006 10:54 pm
עפעס לעצטענסט האט זיך דער מצב פון חתימות דראסטיש געטוישט, האט דער עולם געטוישט מיינונג?
דאנערשטאג דצמבר 28, 2006 12:28 pm
איך אזוי ווי אמאל, בשום אופן נישט, דער עיקר פראבלעם איז (און די זעלבע זאך איז מיט טוישן בילד, ווען נישט קרעמער וואלט איך נאך היינט נישט געטוישט מיין אלט'ן בילד) אז גאנצעטע תגובות רעדט מען פונעם ספעסיפיקען חתימה, און אופס ער טוישט עס, אונזערע אייניקלעך וועלן נישט פארשטיין וואס פאר א שפראך מיר האבן דא גערעדט.
דאנערשטאג דצמבר 28, 2006 6:33 pm
גערעכט, זאל איך צוריק טוישן צו מיין פריערדיגע בילד? נע, ס'וועט שוין נישט אויסמאכן ווייל ס'איז שוין דא תגובות אויף די נייע בילד אויך, סא איז שוין נישט קיין חילוק וועלעכע תגובה מ'וועט נישט פארשטיין.
דאנערשטאג דצמבר 28, 2006 8:36 pm
יאנאש האט געשריבן:איך בין אויך א שונא פון די חתימה'ס ווי שוין ארויסגעברענגט ערגעץ אנדערש, יעצט האב איך שוין איינעם אויף מיין זייט (הלוואי ווען איך ווייס ווען ווער).
ולהוי ידוע, אז איך בין אויך א שונא פאר חתימות מאז ומקדם. איי וועט איר פרעגן, דאן פארוואס האב איך זיך לעצטנס אנגעטשעפעט צו א חתימה? טאקע וועגן דעם! ווייל איך בין אזא שונא דערפאר, האב איך געקלערט אז דער עולם זאל זיך אזוי אן חתימה'נען, איינס נאכן צווייטן, עד שיצא מאפי כל התושבים, און דאן וועט קומען א קאמפיין אז אלע זאלן דאס אראפנעמען!
אבער... אבער... פארשטייט זיך, אז 'מיין' חתימה, אמממ... כ'מיין 'מיין' חתימה, איז דאך עפעס צוקער זיס. כ'מיין ס'דאך 'מיינס'...
דאנערשטאג דצמבר 28, 2006 8:46 pm
סאכדעס האט געשריבן:איך אזוי ווי אמאל, בשום אופן נישט, דער עיקר פראבלעם איז (און די זעלבע זאך איז מיט טוישן בילד, ווען נישט קרעמער וואלט איך נאך היינט נישט געטוישט מיין אלט'ן בילד) אז גאנצעטע תגובות רעדט מען פונעם ספעסיפיקען חתימה, און אופס ער טוישט עס, אונזערע אייניקלעך וועלן נישט פארשטיין וואס פאר א שפראך מיר האבן דא גערעדט.
"ספעציפישע" חתימה כצ"ל.
דאנערשטאג דצמבר 28, 2006 9:00 pm
זארעכפעפער האט געשריבן:יאנאש האט געשריבן:איך בין אויך א שונא פון די חתימה'ס ווי שוין ארויסגעברענגט ערגעץ אנדערש, יעצט האב איך שוין איינעם אויף מיין זייט (הלוואי ווען איך ווייס ווען ווער).
ולהוי ידוע, אז איך בין אויך א שונא פאר חתימות מאז ומקדם. איי וועט איר פרעגן, דאן פארוואס האב איך זיך לעצטנס אנגעטשעפעט צו א חתימה? טאקע וועגן דעם! ווייל איך בין אזא שונא דערפאר, האב איך געקלערט אז דער עולם זאל זיך אזוי אן חתימה'נען, איינס נאכן צווייטן, עד שיצא מאפי כל התושבים, און דאן וועט קומען א קאמפיין אז אלע זאלן דאס אראפנעמען!
אבער... אבער... פארשטייט זיך, אז 'מיין' חתימה, אמממ... כ'מיין 'מיין' חתימה, איז דאך עפעס צוקער זיס. כ'מיין ס'דאך 'מיינס'...
גלייב מיר זארעכ'ל איך האב דאס שוין פרובירט, עס האט געהאלפן ווי פאר א טויטן באנקעס.
דינסטאג ינואר 30, 2007 10:27 am
איך טויש חתימה.
פארוואס? פארווען? פארוואו?
וויבאלד איך קען דאך נישט זאגן קיינמאל קיין גראד ווארט, און אסאך מאל שפירן זיך אנדערע מיטגלידער געטשעפעט, מיינענדיג אז איך האב געמיינט ערנסט וואס איך האב געזאגט, דערפאר וועט מיין חתימה באשטיין פון דריי פינטלעך (כזה:...), אז יעדער זאל וויסן אז וואס איך זאג איז נישט ערנסט. ס'איז נאר ליצנותא בעלמא.
...
מיטוואך יוני 27, 2007 12:05 pm
וויאזוי גלייכט איר מיין חתימה?
מיטוואך יוני 27, 2007 12:41 pm
A1
מיטוואך יוני 27, 2007 12:44 pm
די סיין קוקט אויס זייער גלייך (גראד), איך פארשטיי אבער נישט די ערשטע צוויי שורות.
מיטוואך יוני 27, 2007 4:20 pm
עס איז מעכטיג.
מיטוואך יוני 27, 2007 6:30 pm
איך האף אז דאס וועט נישט ליגן נאך איטלעכע פון טריאו'ס תגובות, ווייל אז יא סאקט עס.
מיטוואך אפריל 30, 2014 1:03 pm
אלטן דור主常在我
الرب دائما قبلي