פריימערי - רואיגע ווינקל.

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מאנטאג ינואר 25, 2016 9:27 am

צווייפל האט געשריבן:איך האב נישט געזאגט אז קרוז גנב'ט, איך האב בלויז געזאגט אז ער האט גארנישט קריעטעד, געבויעט, אויפגעטון, אין א ציווילן לעבן, ווי דזשארדזש וואשינגטאן.

איך האב אבער יא געזאגט אז טראמפ איז א שארלאטן. זיין רייכקייט איז געקומען פון רייכקייט, וואלט ער ווען אינוועסטעד אין די עס ענד פי וואלט ער געווען דאפלט רייכער באמת טראמפ, און ער האט פילצאליגע מאל - 4 צו זיין עקזעט - אנגעוואוירן אלעס.

פאר א ריזאן האט ער נאר באקומען דזשאנק באנד הלואות. ווער וויל דען בארגן פאר אן אומסטאבילער ביזנעסמאן? און אז ער קען נישט עררייכן זיינע צילן אין ביזנעס וויאזוי וועט ער עס טון מיט אמעריקע?

קרוז קומט נישט פון רייכקייט, קרוז האט ביז בלויז לעצטנס געארבעט אפצוצאלן זיינע קאלעדזש לאונס! דאס איז אל אף וואס ער איז געווען דער לויער פון אמעריקע׳ס צווייט גרעסטע שטאט, ערשינען ניין מאל פארנט פונעם העכסטן געריכט, און געווינען קריטיש וויכטיגע אורטיילן פארן גאנצן לאנד.

און אנדערש ווי טראמפ וועלכע האט אוועקגענומען העלטקעיר פון זיין קליינע נעפיו וועגן א ירושה סכסוך, זיך געשלאגן מיט אן אלטע אלמנה (און פארלוירן) צו קענען בויען א לעמאן-זון פארקינג פלאץ, האט קרוז אלץ יונגע טינעידזשער צוריק פאראייניגט זיינע עלטערן און אפגעראטעוועט זיין שוועסטער פאר א שטיק צייט פון שעדליכע עלעמענטן.

המשך יבוא

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג ינואר 25, 2016 11:05 am

איין מינוט זאגסטו טראמפ האט אנגעהויבן מיט מיליאנען.

נאכדעם זאגסטו אז נאכן פארלירן אלעס האט ער אנגעהויבן מיט גארנישט, און מיט דעם אלעם ערייכט א שיינע פאר ביליאנען.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 25, 2016 11:41 am

בס"ד


יואב בן צרויה האט געשריבן:
צווייפל האט געשריבן:איך האב נישט געזאגט אז קרוז גנב'ט, איך האב בלויז געזאגט אז ער האט גארנישט קריעטעד, געבויעט, אויפגעטון, אין א ציווילן לעבן, ווי דזשארדזש וואשינגטאן.
 
איך האב אבער יא געזאגט אז טראמפ איז א שארלאטן. זיין רייכקייט איז געקומען פון רייכקייט, וואלט ער ווען אינוועסטעד אין די עס ענד פי וואלט ער געווען דאפלט רייכער באמת טראמפ, און ער האט פילצאליגע מאל - 4 צו זיין עקזעט - אנגעוואוירן אלעס. 

פאר א ריזאן האט ער נאר באקומען דזשאנק באנד הלואות. ווער וויל דען בארגן פאר אן אומסטאבילער ביזנעסמאן? און אז ער קען נישט עררייכן זיינע צילן אין ביזנעס וויאזוי וועט ער עס טון מיט אמעריקע? 

קרוז קומט נישט פון רייכקייט, קרוז האט ביז בלויז לעצטנס געארבעט אפצוצאלן זיינע קאלעדזש לאונס! דאס איז אל אף וואס ער איז געווען דער לויער פון אמעריקע׳ס צווייט גרעסטע שטאט, ערשינען ניין מאל פארנט פונעם העכסטן געריכט, און געווינען קריטיש וויכטיגע אורטיילן פארן גאנצן לאנד.

און אנדערש ווי טראמפ וועלכע האט אוועקגענומען העלטקעיר פון זיין קליינע נעפיו וועגן א ירושה סכסוך, זיך געשלאגן מיט אן אלטע אלמנה (און פארלוירן) צו קענען בויען א לעמאן-זון פארקינג פלאץ, האט קרוז אלץ יונגע טינעידזשער צוריק פאראייניגט זיינע עלטערן און אפגעראטעוועט זיין שוועסטער פאר א שטיק צייט פון שעדליכע עלעמענטן. 

המשך יבוא



איבעראל געשעצטער רוהמפולער @יואב, א וועטעראן שרייבער אין פאליטיק על טהרת הקודש, אין פריימערי שטח הישן.

מיר וואלט געוואלט ברענגען צו אייער אויפמערקזאמקייט עטליכע פונקטן.

קודם בנוגע דזשארדזש וואשינגטאן.

איך וועל דיר פרעגן א פראקטישע קשיא, אלס הקדמה, כדי גרינגער צו מאכן מיין נקודה.

אין מיין קהלה לויפן צוויי קאנדידאטן פאר ראש הקהל, איינער א געשליפענער טוען, א שארפע צינג, וועלכע האט שוין געווינען עטליכע גרויסע דין תורות, פיר ביי העדה החרידית אין ירושלים, צוויי ביי ר' נסים קארעליץ אין בני ברק, און אומצאליגע אין אמעריקע, ער האט זיך דיוועלאפט א גג על גג מוח, שווער צו געווינען מיט אים א דיבעיט.

ער איז שטארק א ערנסטע מענטש, ער איז אזוי ערנסט, אז זיין פנים איז שוין אזוי אויסגעפארמט געווארן מיט אזא רוגזה'דיגע מינע.

דעם צווייטער איז א פיאנער, איינער וואס האט אויף געבויעט פילצאליגע ביזנעסער, גיט ארבייט פאר טויזענטער מענטשן, א מענטש מיט א פראקטישע צוגאנג צו זאכן, כאפט אן זאכן ביים האלז, א ווארקהאליק, איינער וואס רוהט נישט קיין מינוט, און איז א גוטהארציגער בעל הבית פאר זיינע ארבעטער.

ער האט א פראבלעם, ער גלייכט קינדערישע וויצלעך, קען אביסל פליקן וכו'.
 
איך קען נישט מחליט זיין ווער עס וועט זיין א בעסערע ראש הקהל, די קהלה איז אין א מיינוס, מברויך עס צוריק שטעלן אין פלאץ.

---

יעצט אביסל מער מחשבה, ווען איך גיי אין גאס, זע איך זאכן ארגינאל, אין א געשעפט קויפט מען זאכן, אויף א באנק זיצט מען, און חלה עסט מען.

א עוולה טוט וויי, און א גוטע זאך מאכט פריילאך, איך בין א ארגינאלע מענטש.

ווייטער א ארטיסט זעט זאכן אנדערשט.

א גאס, אויב איז עס גראד, איז עס איין פוינט פערפעקטיוו, אויב איז עס שיעף, איז עס צוויי פוינט פערפעקטיוו, אלעס טייטשט זיך אים איבער אין קאפ, וויזוי דאס איז אין א ארט.

א נידעריגע מענטש, וועט ער ציילן וויפיל קעפ ער איז הויך, און א פעשע מענטש, ווי די יתרון קומט אויס אויפן ארט.

א לויער, זעט אלעס אין זיין וויאו, זיין קאפ לויפט אויף מיגו'ס, טענה'ס, און ארגומענטן, אויף די זאך פארוואס ער פייט, צו די עצם זאך איז גערעכט, צו נישט.

ער ליינט א גוטע פראז, קלערט ער גלייך ווי ער קען דאס נוצן אין קארט, בקיצור, זיין מח טראכט נישט נארטוליך.

ער האט נישט קיין נאטורליכע בליק אין לעבן.

א פאליטישן, זעט אלעס לויט זיין זיץ, די סטעיט, יענע סטעיט, זיין קאפ ליגט א גאנצן טאג אינעם בענקל.

דזשארדזש וואשינגטאן איז געווען א פארמער, א מיליאנער, ער איז געווען ווערד לויט היינטיגע געלט 525 מיליאן דאללער, ער האט געהאט הינדערטער עבדים ושפחות, זיך באגעגנט מיטן נארמאלן סדר החיים טאג טעגליך, זיך אויף געפירט צו זיינע ארבייטער גוט, בקיצור, א ציווילער מענטש, א נארמאלער מענטש.

ער האט געקעמפט פאר פרייהייט צוליב נארמאלקייט, ער האט אזוי פארשטאנען, און אוועק געשטעלט די דעמאקראטיע לויט זיינע באגריפן.

טאמאס דזשעפערסאן, אויך פון די גרינדער טאטעס, א מולטי מיליאנער, 212 מיליאן דאללער, א ברייטע פראקטישע בליק אויפן לעבן.

זיי האבן געשריבן די קאנסטיטושן לויט זייער פראקטישע באגריפן, זיי האבן נישט געמיינט צו מאכן פון דעם א רעליגיע, זיי זענען געווען פשוט'ע מענטשן.

די אלע איינגעדרייטע היינטיגע קאנזעוואטיוון, וועלכע האבן געמאכט פון די קאנסטיטושן א עשרת הדברות, זענען מדייק דערין ווי סוואלט געווען תורה מן השמים, מאכן פשט'ליך מיט מיגו'ס, זאלכן וועלכע זענען לאו דוקא פראקטיש, און נארמאל, זיי זענען גאר ווייט פון די גרינדער טאטעס, זיי זענען פאריקטע טוענים, מיט ביטערע אגענדעס, זייערע געדאנקן זענען שוין לאנג דיסאטעטשט פונעם ווירקליכן לעבן, זיי זעען דעם לעבן נישט פראקטיש און נאטורליך, די גרינדער טאטעס וואלט מסתם מיט זיי נישט געקענט שטיין אין ווארט.

און יא, קרוז איז אזא איינער, ריכטיג, א געשליפענע לויער, קען איבער רעדן די אלטע ריכטער, וואלט געווען א ערשטקלאסיגער טאוק שאו האסט.

טראמפ ווס. איז א פראקטישע ביזנעסמאן, איך ווייס נישט צו וואשינגטאן האט אנגעהויבן מיט א הלואה, צו דזשעפערסאן האט אנגעהויבן מיט א הלואה, צו קענעדי (ווערד 1 ביליאן) האט אנגעהויבן מיט א הלואה, איך ווייס אבער אז ביי מיר אין שול זענען דא פיל אינגעלייט און אידן וועלכע האבן ליין אוו קרעדיטס פון א מילאן דאאלער, פילע וואס האבן געהאט פאר צען יאר צוריק א ליין אוו קרעדיט פון א מיליאן דאללער, און כמעט קיינער איז נישט מצליח צו מאכן דערפון צען מיליאן, אפגערעדט פון 100M.

קרוז איז היינט ווערד א דריי מיליאן דאלער, רעד מיך נישט איין אז ער קען דעפון מאכן עפעס.

דאנאלד טראמפס טאטע איז געשטארבן 1999, ווען טראמפ איז שוין געווען א ביליאנער.

המשך יבא.‏

אוועטאר
ר' יעקל
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 28, 2015 11:17 am

תגובהדורך ר' יעקל » מאנטאג ינואר 25, 2016 11:48 am

וואו! אזא פלעי איז א פלעזשער מיטצוהאלטען,

שרייבט'ס נאך.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 25, 2016 12:06 pm

די מעשה מיט די אלמנה פארציילסטו אויך נאך אזוי טרוקן.

איינער א אינוועסטער, נישט טראמפ, האט אנגעהויבן צו בויען די קאסינא, די אלמנה'ס הויז איז געשטאנען אין וועג, האט יענער אינוועסטער געבויעט א שטייג ארום די אלמנה'ס הויז צו פראטעקטען די הויז.

יענער איז ארויס פון דעם געשעפט אינמיטן בויען די קאסינא, און טראמפ האט איבער גענומען, ער האט גענדיגט די קאסינא, און אראפגענומען די שטייג.

ער האט געאפפערט פאר די אלמנה א אומזינסטע דירה אין די לוקסוסעזיע האטעל פאר לעולם ועד, אז זי זאל לאזן איינווארפן די הויז, אין זי האט זיך גע'עקש'נט אז זי וויל בלייבן.

טראמפ האט איר נישט געקענט ארויס זען פון דארט.

נאך א קורצע תקופה האט זי שוין אליין ארויס געשטעלט איר הויז, אבער קיינער האט עס נישט געוואלט.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 25, 2016 12:11 pm

טראמפ האט גארנישט אנגעוואוירן, ער האט זיך באנוצט מיט די בענקראפסי געזעצן צו באקומען בעסערע דיעלס אין באנק.

די פראז אז ער האט פיר מאל אלעס אנגעוואוירן, איז זיכער נישט פון אונזער אלעמען געשעצטן יואב.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 25, 2016 12:46 pm

Vera Coking is a retired homeowner in Atlantic City, New Jersey whose home was
he focus of a prominent eminent domain case involving Donald Trump.

In 1961, Coking and her husband bought the property at 127 South Columbia Place as a summertime retreat for $20,000.[1]

In the 1970s, Penthouse magazine publisher Bob Guccione offered Coking $1 million for her property in order to build the Penthouse Boardwalk Hotel and Casino. She declined the offer, and Guccione started construction of the hotel-casino in 1978 around the Coking house, but ran out of money in 1980 and construction stopped. The steel framework structure was finally torn down in 1993.[2]

In 1993, Donald Trump bought several lots around his Atlantic City casino and hotel, intending to build a parking lot designed for limousines.[3] Coking, who had lived in her house at that time for about 35 years, refused to sell. When Coking refused to sell to Trump, the city of Atlantic City condemned her house, using the power of eminent domain. Her designated compensation was to be $251,000,[4] about one quarter of what Guccione had offered her 10 years earlier.

With the assistance of the Institute for Justice, Coking fought the local authorities, and eventually prevailed.[5] Superior Court Judge Richard Williams ruled that, because there were "no limits" on what Trump could do with the property, the plan to take Coking's property did not meet the test of law. But Williams' ruling did not reject the practice of using eminent domain to take private property from one individual and transferring it to another, which would eventually be upheld by the Supreme Court of the United States in Kelo v. City of New London.

Two other properties that prevailed against eminent domain eventually did sell: Sabatini's restaurant received $2.1 million and a pawnshop sold for $1.6 million. Their lots became part of a large lawn flanking a taxi stand for Trump's casino.[1][6] Coking remained in her house until 2010, when she moved to a retirement home in the San Francisco Bay Area near her grandson, Ed Casey.[citation needed]

Casey subsequently tried to sell the house, putting it on the market in 2011 with an initial asking price of $5 million.[1][7] By September 2013 the price had reduced to $1 million,[8] but it still did not sell as Atlantic City continued to suffer the lingering effects of the financial crisis of 2007–08 and over-building during the boom that preceded it.[citation needed]

The property was finally sold for $530,000 in an auction on July 31, 2014.[9] Neither the Casino Reinvestment Development Authority nor the owners of Trump Plaza expressed any interest in the auction.[1] The buyer was Carl Icahn, who held the debt on Trump Entertainment, owner of Trump Plaza. He subsequently demolished the house.[10]

The adjacent Trump Plaza Hotel and Casino, the property for which Trump wanted Coking's property to begin with, closed on September 16, 2014 due to lack of business.[citation needed]
צוגעלייגטע
View_of_house_between_two_casinos_-_Town_of_Atlantic_City,_North_end_of_Absecon_Island,_South_of_Absecon_Channel,_Atlantic_City,_Atlantic_County,_NJ_HABS_NJ,1-ATCI,19-3_(CT).tif.jpg
View_of_house_between_two_casinos_-_Town_of_Atlantic_City,_North_end_of_Absecon_Island,_South_of_Absecon_Channel,_Atlantic_City,_Atlantic_County,_NJ_HABS_NJ,1-ATCI,19-3_(CT).tif.jpg (22.87 KiB) געזעהן 1442 מאל

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 25, 2016 12:51 pm

די וויקפידיא ארטיקל, און דאס בילד פון די שטייג מיט וואס די קאקינגס וואלטן געוואוינט לויטן ערשטן דיוועלאפער.

אין 1993 איז די שטייג אראפ געקומען, (די גאנצע מעטאל סטראקטור), און טראמפ האט געוואלט נוצן די שטח פאר א פארקינג לאט, אפפערינג פאר די אלמנה 1 מיליאן דאללער, און א אומזינסטע דירה אין האטעל.

איר קענט זיך אליין פארשטעלן, די אלמנה האט מסכים געווען נאך מיט איר מאן צו וואוינען אין דעם שטייג פאר יארן...

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 25, 2016 1:03 pm

דער צודרייטער קרוז האט געלאזט לויפן א קאממערשל אז טראמפ האט ליב עמינעט דאמעין (א געזעץ וואס די רעגירונג האט רעכט צו צו נעמען הייזער אויב מברויך די פלאץ פאר הייוועיס- אין וומס"ב האט מען עס גענוצט ביי די BQE) ווייל ער האט אינטערגעשמירט די סיטי צו 'בולדאזן די היים פון די אלמנה', פאר א פארקינג לאט פון די קאסינא... אין פאקט, די הויז שטייט נאך היינט.

און עס איז נישט איבערגעוויזן געווארן אז טראמפ האט געשמירט די סיטי צו פייטן מיט איר.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג ינואר 25, 2016 1:07 pm

דער צודרייטער קרוז, דער נארמאלער טראמפ.
וואס נאך איז נייעס?
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 25, 2016 1:14 pm

more news
צוגעלייגטע
CZkbyFlWQAAq75I.jpg

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג ינואר 25, 2016 1:24 pm

דאס איז נישט קיין נייעס, אני הקטן האב דאס שוין געהערט פונעם קיסר טראמפ איבער 500 מאל.

די לשון איז בערך אזוי: איי ליעד אין די פאול׳ס, איי לאוו די פאול׳ס, די פאול׳ס אר אינקרעדיבעל.

בעיסקלי איז דאס איינע פון זיינע הויפט טאקינג פוינט׳ס ביי א יעדע ראלי, דיבאטע און אינטערוויא. סא נייעס איז עס זיכער נישט.
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג ינואר 25, 2016 1:33 pm

אויב קרוז געווינט, גייסטו אים שטיצן אין די אלגעמיינע וואלן?
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11701
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג ינואר 25, 2016 1:48 pm

און דאס איז שוין די 'רואיגע' ווינקל

צווייפעלע צווייפעלע, איך האב געמיינט אז דער פראבלעם איז די קרוז'ניקעס...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג ינואר 25, 2016 1:52 pm

צווייפעל האט געשריבן:בס"ד
.........
זיי האבן געשריבן די קאנסטיטושן לויט זייער פראקטישע באגריפן, זיי האבן נישט געמיינט צו מאכן פון דעם א רעליגיע, זיי זענען געווען פשוט'ע מענטשן.

די אלע איינגעדרייטע היינטיגע קאנזעוואטיוון, וועלכע האבן געמאכט פון די קאנסטיטושן א עשרת הדברות, זענען מדייק דערין ווי סוואלט געווען תורה מן השמים, מאכן פשט'ליך מיט מיגו'ס, זאלכן וועלכע זענען לאו דוקא פראקטיש, און נארמאל, זיי זענען גאר ווייט פון די גרינדער טאטעס, זיי זענען פאריקטע טוענים, מיט ביטערע אגענדעס, זייערע געדאנקן זענען שוין לאנג דיסאטעטשט פונעם ווירקליכן לעבן, זיי זעען דעם לעבן נישט פראקטיש און נאטורליך, די גרינדער טאטעס וואלט מסתם מיט זיי נישט געקענט שטיין אין ווארט.
........
המשך יבא.‏

איז וואס וואלסטו געוואלט, אז יעדער שמוגער זאל קענען זאגן וואס ער האלט עס איז ריכטיג, און דאס זאל ווערן געזעץ?

עס מוז דאך זיין איין אנגענומענע געזעץ, און אויב איז מען נישט צופרידן וועט מען עס טוישן, עס איז דא א מהלך אויף דעם. אבער צו זאגן "זיי זענען געווען פארמער" און "א כפרה וואס זיי האבן געוואלט און געטראכט" איז נישט ריכטיג, ווילאנג דו האסט א צווייטע קאנסטעטוציע זאל נעמען איר פלאץ אלס "אראפגעשטעלטע געזעץ".

און אגב, די גרינדונג טאטעס זענען גארנישט געווען קיין "פארמער" מיט די היינטיגע באגריף פון די ווארט, זיי זענען געווען ערשטקלאסישע פילעזאפען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 25, 2016 1:56 pm

פון אישי

אין יאר 2006 האט טראמפ ארויסגעגעבן א בוך צוזאמען מיט ראבערט קיאסאקי, א באקאנטער סעלף העלף רעדנער, און ארויסגעבער פון די קעש פלאו געים. אין די בוך האט ער א טשאפטער איבער אמונה און רעליגיע. אין 2006 איז טראמפ נאכנישט געלאפן פאר פרעזידענט, סאיז נאך געווען פאר ער האט געהאלפן מקעין פאר פרעזידענט. אויב וואלט טראמפ געשריבן דאס בוך צו קענען לויפן פאר פרעזידענט, וואלט ער יעצט צוטירט זאכן פון דארט. איך האב אן אודיבל ווערסיע פון די בוך ווי איינער ליינט פאר די בוך. הער וואס ער טראמפ שרייבט דארט
https://copy.com/3rHReAC2wD9CM1w9

הער ווי ער רעדט פון אידן וואס ארבייטן פאר אים

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 25, 2016 2:11 pm

פיל פון די אינפארמאציע, האב איך געקריגן אין אישי, די מעשה מיט די קרוז עד, האב איך מעתיק געווען אין אישי, אנטשולדיגט אז עס איז נישט כסדרן.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 25, 2016 2:14 pm

@לכתחילה

איך האב נישט געשריבן אז זיי זענען געווען פארמער לויטן היינטיגן באגריף, איך האב בלויז געשריבן אז זיי זענען געווען בויערס, עשירים און ביזנעס לייט, און געדילט מיט הינדערדער ארבייטער, און זיך דורכגעקומען מיט מענטשן, געלעבט דעם טאג טעגליכע לעבן, קריעטיוו מענטשן, און די געזעצן זענען געווען גאר פראקטיש.

איך האב אויך נישט געשריבן אז מברויך נישט קיין לויערס פאר די קאנסטיטושן, איך האב בלויז געשריבן אז זיי זאלן זיצן און זיך טענה'ן א גאנצן טאג, מאכן שאו'ס, זיי ברויכן נישט זיין קיין פירערס.

@לכאורה איך רייס קיינעם נישט אראפ, בלויז געשריבן אויף קרוז, וועלכער איז אן ערל, איך וועל בלי"נ נוצן א מילדערע טאן.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 25, 2016 2:49 pm

קוואט פון אישי


הער איז מיין מיינונג

ס'איז נישטא וואס צו רעדן, פירן א לאנד האט אסאך מהלכים, די גרינדער האבן זיך געריסן ביי די קעפ בעפאר די דעקלעראציע און נאכדעם. אבער יעצט האלט מען ביי די בעיסיקס, און טראמפ איז דער איינציגסטער וואס קען צוריק טראגן אמעריקא צו די בעיסיקס, פארדעם וויל איך אים, אויב סיי וועלכע אנדערע קאנסערווארטיווס געווינט די פריימעריס וואלט איך געשטימט פאר אים בלויז אז דאס לאנד זאל גיין אין דער ערד אביסל מער פאמעלאך ווי אן אבאמא לייק פרעזידענט.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג ינואר 25, 2016 2:58 pm

וואו קען מען דיר שיקן אישי'ס ?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 25, 2016 3:04 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:וואו קען מען דיר שיקן אישי'ס ?


לאז עס איבער אין ויואל משה ביים מקוה איד.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג ינואר 25, 2016 3:06 pm

אקעי.

(איך האף אז ער ליינט עס נישט, ס'בלייבט פריוואט)
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג ינואר 25, 2016 3:25 pm

פארוואס האט דער יעניגער נישט די גאטס צו שרייבן פאבליק זיין מיינונג?
וואס איז דאס געאישיאכטס?.

די סיבה פארוואס איך פרעג איז זייער פשוט, איך וויל עכט פארשטיין וויאזוי א נארמאלע מענטש האלט אז טראמפ קען פירען אמעריקע צו איר בעיסיקס?

איך הער אים אויס מיטן ציל צו דערגיין וואס זיינע פאלעסיס זענען, וואס עס זענען זיינע פלענער, וואס איז זיין וויזשאן, אבער אן ערפאלג.

דאס מערסטע וואס איך נעם ארויס פון זיינע אומבא׳טעמ׳טע דרשות (אויב מען קען עס בכלל אנרופן דרשה), איז :

אז ער איז זייער רייך
איך גיי בויען א וואנט וואס מעקסיקא גייט באצאלן
בוש איז לאו ענערדזשי
פערי מיינט אז מיט גלעזער וועט ער אויסקוקן קלוג
פיארינע זעהט אויס מאדנע
איי לאוו די פאול׳ס
ס׳איז נישט פעיר אז די טעלוויזיע כאפט נישט אפ דעם עולם
די מעקסיקאנע פירער זענען קלוג
בוש איז נומער צוויי אין די פאול׳ס
מקעין איז א לוזער ווייל ער איז געכאפט געווארן ביים שונא
אבאמא איז סטופיד
מיי פיפעל אר סמארט
איך קען שיסן איינעם אויף 5טע עוו. און נישט פארלירן שטיצע
וכו׳ וכו׳

מיין קליינער מח וויל פארשטיין וויאזוי א מענטש מיט א טראפ שכל זעהט אין די ווערטער א עתיד פאר׳ן לאנד?
וויאזוי א מענטש מיט א ביסל שכל גייט נישט אוועק פון זיינע דרשות -נאך אזאלכע סילי רעדעס און בעבישע קאמענטס- מיט די מיינונג אז דא שטייט פאר אים א משוגענער וואס די וועלט האט נאכנישט געזעהן ?

דעריבער טייערער אישי, זיי מוחל קום ארויס אין פאבליק, זיי מסביר פאר די קטני הדעת, די וועלכע רעדן זיך איין אז די פרעזידענט אף די יוניידעט סטעיט דארף זיין קלוג, נארמאל, וויסן וויאזוי מען פירט א לאנד, זאג דו זיי ווי ראנג זיי זענען.

איי וועסטו פרעגן צווייפל האט דאך שוין מסביר געווען, איז אזוי, קודם כל ער האט נישט! נאכדעם האלט איך, ווייל אזוי שפיר איך פון זיינע ווערטער, אז ער האלט נישט וואס ער זאגט, ער איז דא צו מאכן פאן.

אבער אגב, צווייפעל דו הייבסט שוין אן אליין גלייבן דיין דזשואק, און דאס מיין פריינט, איז א ביסל דענזשרעס.
רצונינו לעשות רצוניך.

קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובהדורך קאליפארניע » מאנטאג ינואר 25, 2016 3:35 pm

בוידעם האט געשריבן:פארוואס האט דער יעניגער נישט די גאטס צו שרייבן פאבליק זיין מיינונג?
וואס איז דאס געאישיאכטס?.

די סיבה פארוואס איך פרעג איז זייער פשוט, איך וויל עכט פארשטיין וויאזוי א נארמאלע מענטש האלט אז טראמפ קען פירען אמעריקע צו איר בעיסיקס?

איך הער אים אויס מיטן ציל צו דערגיין וואס זיינע פאלעסיס זענען, וואס עס זענען זיינע פלענער, וואס איז זיין וויזשאן, אבער אן ערפאלג.

דאס מערסטע וואס איך נעם ארויס פון זיינע אומבא׳טעמ׳טע דרשות (אויב מען קען עס בכלל אנרופן דרשה), איז :

אז ער איז זייער רייך
איך גיי בויען א וואנט וואס מעקסיקא גייט באצאלן
בוש איז לאו ענערדזשי
פערי מיינט אז מיט גלעזער וועט ער אויסקוקן קלוג
פיארינע זעהט אויס מאדנע
איי לאוו די פאול׳ס
ס׳איז נישט פעיר אז די טעלוויזיע כאפט נישט אפ דעם עולם
די מעקסיקאנע פירער זענען קלוג
בוש איז נומער צוויי אין די פאול׳ס
מקעין איז א לוזער ווייל ער איז געכאפט געווארן ביים שונא
אבאמא איז סטופיד
מיי פיפעל אר סמארט
איך קען שיסן איינעם אויף 5טע עוו. און נישט פארלירן שטיצע
וכו׳ וכו׳

מיין קליינער מח וויל פארשטיין וויאזוי א מענטש מיט א טראפ שכל זעהט אין די ווערטער א עתיד פאר׳ן לאנד?
וויאזוי א מענטש מיט א ביסל שכל גייט נישט אוועק פון זיינע דרשות -נאך אזאלכע סילי רעדעס און בעבישע קאמענטס- מיט די מיינונג אז דא שטייט פאר אים א משוגענער וואס די וועלט האט נאכנישט געזעהן ?

דעריבער טייערער אישי, זיי מוחל קום ארויס אין פאבליק, זיי מסביר פאר די קטני הדעת, די וועלכע רעדן זיך איין אז די פרעזידענט אף די יוניידעט סטעיט דארף זיין קלוג, נארמאל, וויסן וויאזוי מען פירט א לאנד, זאג דו זיי ווי ראנג זיי זענען.

איי וועסטו פרעגן צווייפל האט דאך שוין מסביר געווען, איז אזוי, קודם כל ער האט נישט! נאכדעם האלט איך, ווייל אזוי שפיר איך פון זיינע ווערטער, אז ער האלט נישט וואס ער זאגט, ער איז דא צו מאכן פאן.

אבער אגב, צווייפעל דו הייבסט שוין אן אליין גלייבן דיין דזשואק, און דאס מיין פריינט, איז א ביסל דענזשרעס.

אזעלעכע שארפע און אימרואיגע תגובות באלאנגט און די מעין פריימערי אשקול

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 25, 2016 3:38 pm

restaurant in Iowa with TRUMBURGER on menu
צוגעלייגטע
CZl6P3XWEAEUti_.jpg


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אלטער און 11 געסט