פריימערי - רואיגע ווינקל.

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מאנטאג מאי 16, 2016 1:02 pm

#Democratic #Oregon Senator #JeffMerkley a #BernieSanders surrogate, says Sanders will "absolutely not" run as #Independent; Sanders wants #Democrats united VS #DonaldTrump
Mr President We're tiered of winning so much

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג מאי 16, 2016 3:50 pm

יא יא ווייל אזוי איז אים גרינגער צו געווינען
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » מאנטאג מאי 30, 2016 11:02 pm

דברים קלורים לעינים
צוגעלייגטע
IMG_20160530_230001.jpg

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דינסטאג מאי 31, 2016 12:57 am

מאדנע. שוין יארן וואס די חינוך ביי די גוים ווערט געפירט דורך די לינקע. די היינטיגע פירות גייען פאר דעם אלטן סענדערס.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג מאי 31, 2016 10:34 am

.
צוגעלייגטע
803730034_4092.jpg

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך יוני 01, 2016 10:53 am

מ'פרעגט נעיט סילווער אויב טראמפ "קען" געווינען איז זיין ענטפער "זיכער קען ער"...
http://fivethirtyeight.com/features/of- ... p-can-win/
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך יוני 01, 2016 11:01 am

http://fivethirtyeight.com/features/gop ... candidate/

זיין קעפל איז
"GOP Voters Are Rallying Behind Trump As If He Were Any Other Candidate"

איך וואלט געלייגט די קעפל אזוי
"GOP Voters Are Rallying Behind Trump Stronger Then Most Other Candidates"
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך יוני 01, 2016 12:18 pm

שטערקער? פון ווי נעמסטו עס?

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך יוני 01, 2016 12:37 pm

פון זיין טשארט...

Democratic nominee................Republican nominee.................GOP SUPPORT FOR
1980.......................................74%.......................................14
1988.......................................81%.......................................13
1996.......................................79%.......................................18
2000.......................................83%.......................................7
2008.......................................84%.......................................10
2012.......................................87%.......................................6
2016.......................................85%.......................................7
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג יוני 14, 2016 12:53 am

נושא: פריימערי - רואיגע ווינקל.

זאכליך האט געשריבן:
viewtopic.php?p=1202150#p1202150

7 וואכן צוריק, זאכליך האט געשריבן:טראמפ האט שוין 7 מיליאן פאלאוערס אויף טוויטער.


ס'האלט שוין כמעט ביי 8 מיליאן.

איך שאץ אז היינט נאכמיטאג בערך 5:30 גייט עס אנקומען צו 8 מיליאן.


האלט שוין ביי 9 מיליאן!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג יוני 14, 2016 12:01 pm

פון טוויטער:
פארוועם גייט איר שטימען אין נאוועמבער.
הילערי? סענדערס? אדער טראמפ?
ביטע רי-טוויטעט
https://goo.gl/uTyRLE

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דינסטאג יוני 14, 2016 1:27 pm

בן נון האט געשריבן:.


דער סאונד דאך ממש ווי א אייסיס הענקער, צעהקאט איברים רח"ל
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

ברעיקינג! @יודל שטיצט טראמפ פאר פרעזידענט

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג יוני 17, 2016 9:55 am

נושא: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2016

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
הער צו האט געשריבן:ותיק וחסיד איז אויך מודה [לכאורה] אז טראמפ איז א משוגענער אבער די שאלה איז צו די משוגנעקייט וועט שטערן פון פירען דאס לאנד [ע''פ רוב זענען זיינע פאלסיס נישט דער פראבלעם]

שלום עליכם ר' הער צו.
אצינד הער צו... (סארי, זיך נישט געקענט איינהאלטן :wink: )
די געדאַנקען גאַנג צווישן זיינע שטיצער גייט אַזוי: אויב ס'שטערט אים נישט צו פירן זיינע ביזנעסער, פארוואס זאל עס אים שטערן צו פירן דאס לאנד?
זאת ועוד, ער איז ווייט פון משוגע. ער איז באָמבאַסטיש, איבערהויפּט זיין קאַמפּיין סטייל ווען ער רעדט בציבור, אָבער פּריוואַט, זאָגן אפילו זיינע קריטיקירער אַז ער איז העכסט פריינטליך. ס'איז דאָך אַ דבר פּשוט אַז מ'קען נישט שליסן קיין געשעפטן מיט קאָנקורענטן דורך טשעפּענען און בייסן.
איבריגס, האָבן מיר דאָך שוין געזעהן ווי גוט עס טויגן די ראפינירטע, פאליטיקלי קאָרעקט פּאָליטיקאַנטן... זיי האָבן געפירט דאָס לאַנד אין דער אדמה אַריין.
זעה פון די AP:
(AP) — The deficit in the nation's broadest measure of trade increased in the January-March quarter to the highest level in more than seven years.
The current account trade deficit jumped 9.9 percent in the first quarter to $124.7 billion, the Commerce Department reported Thursday. It was the biggest gap since a deficit of $152.5 billion in the fourth quarter of 2008, the height of the financial crisis.
The higher deficit reflected a $9.6 billion decline in the surplus on investment earnings. That offset a $2 billion decrease in the deficit on merchandise trade and an increase of $400 million in the surplus on services.
The current account is the broadest measure of trade because it covers not only trade in goods but also services and investment flows. Economists closely watch the figure because it indicates how much the United States needs to borrow from foreigners.
The first quarter deficit represented 2.7 percent of overall economic output, as measured by the gross domestic product, up from 2.5 percent in the fourth quarter when the deficit totaled $113.4 billion.
For all of 2015, the current account deficit totaled $462.97 billion, an increase of 18.1 percent from 2014.

אָבער דאָס איז נישט גענוג. אונזערע 'עליטע' זענען ווייט נישט צופרידן. אָבאַמאַ וויל נאָך אויספירן אַ TPP אָפּמאַך און נאָך האַנדל אָפּמאַכן מיט פארשידענע לענדער נאָך גרעסער און ברייטער ווי די פריערדיגע אָפּמאַכן וואָס האָבן פאַרניכטעט אַמעריקאַנער פאַבריקן און די מענופעקטשור אינדוסטריע. ער טענה'ט אַז ס'איז "גוט פאַר אַמעריקע." ביז עטליכע יאָר וועט אַמעריקע 'אאוטסארסן' איר סערוויס און פינאַנץ אינדוסטריע, און דאַן וואָס?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג יוני 20, 2016 7:53 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:די רעוואלט (וואס גייט קיינמאל נישט געבוירן) האט שוין 'הונדערטער' דעלעגאטן!
https://www.washingtonpost.com/politics ... story.html

פאר די טראמפ שטיצער מיינט די ארטיקל גארנישט, ווייל טראמפ האט דאך שוין אוועק גענומען די פרעס קרידענשועלס פון די וואשינגטאן פאוסט. :wink:

אגב, איך זעה נישט אין די ארטיקל קיין אינפארמעישן צו אינטערשטיצן דעם קעפל.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג יוני 20, 2016 11:16 pm

זאכליך האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. 

אפאר חדשים צוריק האבן געוויסע ניקס פארפירט אויף טראמפ פארוואס ער ווארפט נישט ארויס קארי, אזש ביזן זאגן אז דאס איז די שטערקסע סיבה נישט צו שטימען פאר אים. 

פיינעלי טראמפ זאגט אים אויף, האט מען ווייטער טענות און מ'מאכט חוזק. 

#היפאקראטיע


איי וועט איר פרעגן, אויב האבן די טראמפיסטן פארשטאנען פארוואס טראמפ זאל נישט פייערן קארי, וויאזוי accept'ן ענק יעצט אז ער האט אים געפייערט, איז עס נישט פונקט אזוי היפאקראטיע? 

איז די תירוץ אזוי. 

ווען די האסט אן ארבייטער וואס איז באגאנגען א פעלער טוהסטו אים נישט ספאנטאן פייערן נאך דערצו א לאיאל און געטרייע ארבייטער, גיבסט אים א שאנס און פרובירסט עס צו מאכן ארבייטן. סיי אלס הכרות הטוב, למעשה האט ער דאך זיך אוועק געגעבן פאר דיר, און אים פייערן מיינט אז ער פארלירט זיין דזשאב און מ'מאכט אים בזיונות פאר אים און פאר זיין משפחה. און סיי ווייל מ'טוהט נישט קיין שריט איבערגעאיילט, יעדע זאך דארף זיין מיט יישב הדעת. 

געווענדליכע פאליטישאן'ס וועלכע פרובירן אלס צו געווינען דעם דעת הקהל מיט פאליטישע קארעקטנעס, ווייל זיי מיינען אז אזוי וועלן זיי באקומען מער שטיצע, זיי כאפן אבער נישט אז דער עולם דערקענט די פאלשקייט. זיי,  וועלן טרייען צו ארויסווארפן אן ארבייטער וואס האט געמאכט  א שלעכטע שריט ספאנטעיניעסלי צו ווייזן אז זיי זענען שטרענג אויף מיסברויכן, אדער אז זיי ווייסן וויאזוי צו האנדלן אויף פלוצלינגדיגע פראבלעם. איי ווי איז דיין הכרות הטוב? , ווי איז דיין רחמנות? כבוד המדומה שטייגט אלעס איבער. 

לא כן אונזער טראמפ, ווען זיין ארבייטער טוהט עפעס שלעכט נעמט מען אין באטראכט זיין לאיאלטי, זיין געטריישאפט, וויפל ער האט זיך אוועק געגעבן פאר זיין בעה"ב, וויפל צער גייט אים דאס פארשאפן. מ'גיבט נישט א ווארף ארויס פון איין מינוט אויף די צווייטע, אזא זאך דארף זיין דורכגעטראכט, מ'דארף עס געבן צייט זעהן צו מ'קען פאררעכטן די מצב. 

איי ס'קען שאטן פאר די קאמפיין, די מידיא וועט עס אראפ שפילן אז מ'לאזט צו מיסברויכן? דאס איז נישט גענוג סיבה צו חרוב מאכן יענעם'ס לעבן פאר די אייגענע אינטערעסן. און ביי טראמפ טוהט מען נישט קיין איבערגעאיילטע שריט, יעדע זאך איז איבערגעטראכט און אויסגערעכנט. 

וואס פונקטליך ס'איז פאר געגאנגען לעצטענס אזא מ'האט באשלאסן אז מ'דארף אים יא לאזן גיין בין איך נישט באקאנט, אאבער דאס איז זיכער אז די באשלוס איז געווען דורכגעטראכט און איז נישט געקומען פון פרעשור פון די מידיא אלס פאליטישע קארעקטנעס. 

און ווי מ'קען זעהן איז קארי אין גוטע טערמס
מיט זיין אלטע בעה"ב, דאס ווייזט אויך ווי גוט טראמפ קומט זיך דורך מיט מענטשען, ווי מ'זעהט טאקע אז זיינע עקס ווייבער שטיצן אים, און כמעט אלע אלטע און יעצטיגע ביזנעס אסויסיעיטס שטיצען אים. 

קאמענטארן זענען וועלקאם, אבער נעמט אין אכט אז דא איז א רואיגע ווינקל... 
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג יוני 20, 2016 11:35 pm

Michael Steven Sandford, 20, did not enter a plea when he appeared before a judge in Nevada and was remanded in custody until a hearing on 5 July.


According to the court papers, Mr Sandford said he had never fired a gun before but went to a range in Las Vegas on 17 June to learn how to shoot.
At the rally he allegedly tried to grab the officer's weapon because it was in an unlocked position and therefore, he said, the easiest way to get a gun to shoot Mr Trump.
Court Documents say Mr Sandford acknowledged he knew he would only be able to fire one or two rounds, and expected to be killed during an attempt on Mr Trump's life.

He told police if he had not tried to kill Mr Trump at this rally he would have tried again at a rally in Phoenix, for which he had already booked tickets, the papers say.
He told investigators he had been in the US for one and a half years, the court papers say.
Court research showed he was unemployed, living out of his car and in the US illegally, the Associated Press news agency reports.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג יוני 21, 2016 12:00 am

און דאס אז מ'רעדט פון א חסר דעה האסטו אויסגעלאזט בטעות?

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג יוני 21, 2016 12:12 am

ס'איז זעלבסט פארשטענדליך.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » דינסטאג יוני 21, 2016 12:23 am

ווען 2 משוגעים האבן א געפעכט, זעה איך נישט ווי אונז קום מיר דא אריין, זאלן זיי עס אויספייטען צווישן זיך.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג יוני 21, 2016 12:33 am

אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דינסטאג יוני 21, 2016 5:33 pm

בס"ד

אויסצוג פון מיין "מכתב גלוי" (אפענע לעטטער) וואס כהאב אפגעשריבן נאך פאר שבועות, חיזוק פאר די טראמפיסטן דא אויף איי וועלט, ווייס איך נישט צו עס איז אין פלאץ איצט, דעריבער לייג איך נאר דעם אויסצוג, וזה לשוני שם בערך:

עס איז אמת אז טראמפ האט במשך די פרייעמעריס אויפגעדעקט א שוואכע זייט.

 און אפי' דו האלסט פון זיין 'געשטאלט' אין ביזנעס- פיאנערי- שטעלן א ציל און עס דערגרייכן, מוזטו זיך היינט רעכנען מיטן פאקט אז דער בחור שלעפט א אומגינסטיגע פעקל מיט זיך, ממוז דאס ערנסט נעמען אין באטראכט ווען מען וויל אים שטעלן אין שפיץ פון די פרייע וועלט.

קלינטאן ווייטער, אויסער אירע פעקלעך, שטעלט גארנישט פאר מיט זיך, א שוואכע כאראקטער, און א פאלשע נשמה. -און ווען גלייך זי האט אפשר ערפארונג צו האלטן דעם רודער פון אמעריקע אין די האנט, פארט אבער דער גאנצער שיף נישט אין די גוטע ריכטונג, אויפן מאסט טורעם מיטן שפאקטיוו קענסטו זען די אייראפעאישע שיפן, ווי זיי קומען אן, ווי די דאזיגע ריכטונג ברענגט זיי (זיי זענען אביסל פאראויס פון אמעריקע). קלינטאן מיט איר ערפארונג קען בלויז צואיילן די אינטערגאנג פון אמעריקע (נניח אז מלאזט שוין ארויס אירע פראבלעמען פונעם בילד), ערפארונג פאר די סטאטוס קווא פון אמעריקע איז לע"ע גאר א חסרון.

די וואס זענען אין אלגעמיין לינק, די גוים וואס לעבן מיט געדאנק פון 'אכול ושתה היום, כי מחר נמות', זיי קלערן נישט פונעם מארגן, פון קינדער, פון א ג-ט, (אויסער ווען עס קומט צו פייניגן די מענטשהייט, אז היתכן ער האלט זיך גרעסער פון די בעלי חיים, און האט זיך דערוואגט ארויסצונעמען ענדווענטעדזש פון די בריאה) און זיי זענען שטארק צופרידן פון אבאמאס פאליסיס, פארקערט, זיי וואלטן נאך געוואלט גיין נאך מער לינקס, איז טראמפ פאר זיי בכלל קיינמאל  נישט געווען קיין אפציע.

אבער פאר די וואס האלטן אז דאס לאנד פארט אין לאנג-טוירעם נישט גוטע ריכטונג, און מען מוז מאכן טויש, איז טראמפ א פונק פון האפענונג, [געדענקען, א פונק מיט א פעקל].

ער איז נישט דער פאר'עקשנ'טער קאנזעוואטיווער, ער איז אויך נישט קיין ליבעראלער אנטי ג-ט מענטש, ער איז א מענטש מיט געדאנקען, לאזט זיך איבעררעדן, און האט א ארגינאלע בליק אויף זאכן.

ער טראכט הויך? אפשר, ער פלאפעלט אפשר צופיל? מעגליך. באפרייט רויע געדאנקען, אומאיבערגעטראכט אומאויסגעארבייטע, און דאס איז אים גורם קאמפליקעישאנס, סתירות? נישט געפערליך, איז ער נישט דער וועטעראן פאלשער דיפלאמאט וואס איז געשולט צו האלטן דאס מויל און נוצן בלויז לופטיגע ווערטער, מזאל זיך נישט קענען ארויפכאפן דעראויף.

זעלבסט פארשטענדליך אז עס מאכט בכלל נישט אויס צו ער איז הויך אין די פאללס, צו נישט, טראמפ חזר'ט כסדר די אור אלטע כלל אין מסחר, אז מברויך קויפן ווען קיינען זוכט נישט צו קויפן, (אויב האלסטו אז עס האט א זין) און ווען יעדער זוכט צו קויפן דעמאלט ברויך מען פארקויפן, מיר גייען נישט מיטן רוב אדער מיעוט, מיר גייען מיט ישוב הדעת.

(זעלבסט פארשטענדליך זיך נישט רעכענען מיט טשעפערייען אדער רעטאריק, אדער זיך וויסענדיג מאכן סיי פון די גאר געלונגענע ניקס, און סיי פון ניקס וועלכע מוטשענען זיך נעבעך ארום מיט זייערע שוואכקייטן [-אנא אחי אל תרעו, מאכט זיך נישט וויסנדיג דערפון, ווען איר מאכט זיך וויסנדיג דערפון, פיטערט איר פאר די אידן זייערע פראבלעמען, און איר רייצט ביי זיי די שוואכקייט] - עס איז קאמיש צו זען ווי זיי פייערן נצחון איבער די טראמפיסטן, בשעת וואס זיי האלטן שוין ביים צווייטן קאנדידאט... מיין עצה פאר אייך אויב קלינטאן געווינט, און איר ווילט פייערן נצחון, דאן רוקט זיך אריבער צו טשיינע/פוטין/חאמיניי, נעמט זיי אלץ אייער פארטיי, און איר וועט בקרוב אנהייבן צו פייערן נצחונות איבער קלינטאן, גאנץ א גוטער וועג פון פייערן נצחון, מען טוישט קאנדידאט..)

נעמט דאס אין אכט טראמפיסטן, מיר האלטן איצט בין צווייטן שטאפל פון פרעזידענטליכע וואלן, עס איז אלץ געווען א בארג ארויף פאר טראמפ, און איז אלץ געווען א ספק צו ער וועט דאס קענען אריבער קריכן.

און ווען גלייך טראמפ פארלירט מיאוס אין פאליטיק, ווען גלייך טראמפ וועט ווערן אנגעקוקט לע"ע ווי א משוגע'נער, איז נאך אלץ דא א געוואלד צו לערנען פון אים, זאכן וואס זענען וויכטיג זיך צו בויען אין ביזנעס, און אין פריוואטן לעבן, פילע גרויסע פיאנערן, פון וועלכע די מענשטהייט לערנט היינט א געוואלד, זענען אין זייערע טעג באטראכט געווארן אלס קוריאז.

אויב ווילט איר נישט האבן סתם פאברענגט אייער צייט מיט פאליטיק, האבן עגמת נפש אויב טראמפ פאלט, דאן נעמט ארויס נוצן פון די גאנצע שפיל. נעמט טראמפ פאר א מוסטער אין ביזנעס, ליינט זיין בוך, איר וועט נאר פארדינען דערפון, (וי פארשטענדליך איז עס נאר פאר געדאנקען, ער באגייט אויך גרויסע גרייזן) גלייבט מיר אז אפי' להבדיל אין עבודת ה' קענט איר זיך לערנען בבחינת מאויבי תחכמיני.

זאלן מיר אלע געדענקען איין זאך, אמעריקע איז נישט אונזער לאנד, און דער אייבישטער איז דער ממליך מלכים, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה, אמן.

אחיכם הדורש שלומכם הטוב,
הקטן צווייפעל
נכד לאותה הצדיקת "די באבע צווייפעל".

(שהיתה ידועה בהגעפילטע פיש שלה, שהיתה עושה געפילטע פיש ממש, לא כמו שעושים היום הפיש והגעפילטע פיש בנפרד. לקחה חתיכת ווייט פיש שלימה, ומילאה חלק התחתון במרקחת של פיש,  וככה בשלה אותם, והיה טעים מאוד מאוד) .



אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג יוני 21, 2016 7:17 pm

שפתים ישק!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג יוני 21, 2016 9:09 pm

אייזערנע ארטיקל, צווייפעל איז די בעסט!

עס איז קאמיש צו זען ווי זיי פייערן נצחון איבער די טראמפיסטן, בשעת וואס זיי האלטן שוין ביים צווייטן קאנדידאט...

לבי אומר לי אז זיי גייען זיך אלע אריבערריקן צו דזשאנסאן. טראמפ גייט אזוי אינטער רייסן קלינטאן אז נאר די עכט הייסע ליבעראלן גייען איר ווייטער שטיצן.

ווי ס'האלט יעצט האט קלינטאן נאר די שטיצע פון די אנטי טראמפ, און פון די פאנאטישע דעמאקראטן, איינמאל טראמפ גייט איר אראפרייסן גייען אלע אנטי טראמפ גיין צו דזשאנסאן.

דזשאנסאן ציעט אן גאנץ שטארק, און מ'זעהט אז ער ציפט אראפ מער פון קלינטאן ווי פון טראמפ (איין פאול גיבט אים כמעט 15%),ס'קען גאר זיין ער זאל געווינען מיט מער שטימען ווי קרוקעד הילערי.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
וואלף בליצער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 21, 2016 1:56 pm
לאקאציע: אין ראקלענד קאונטי

תגובהדורך וואלף בליצער » דינסטאג יוני 21, 2016 9:26 pm

זאכליך האט געשריבן:לבי אומר לי אז זיי גייען זיך אלע אריבערריקן צו דזשאנסאן. טראמפ גייט אזוי אינטער רייסן קלינטאן אז נאר די עכט הייסע ליבעראלן גייען איר ווייטער שטיצן.

ווי ס'האלט יעצט האט קלינטאן נאר די שטיצע פון די אנטי טראמפ, און פון די פאנאטישע דעמאקראטן, איינמאל טראמפ גייט איר אראפרייסן גייען אלע אנטי טראמפ גיין צו דזשאנסאן.

דזשאנסאן ציעט אן גאנץ שטארק, און מ'זעהט אז ער ציפט אראפ מער פון קלינטאן ווי פון טראמפ (איין פאול גיבט אים כמעט 15%),ס'קען גאר זיין ער זאל געווינען מיט מער שטימען ווי קרוקעד הילערי.

זאכליך, זייער נישט זאכליך.... דזשאנסאן ציעט נישט אן קיין גאנצע 5 פראצענט.
not a big fan of the dishonest liberal media

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג יוני 21, 2016 9:58 pm

וואלף בליצער האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:דזשאנסאן ציעט אן גאנץ שטארק, (איין פאול גיבט אים כמעט 15%)

זאכליך, זייער נישט זאכליך.... דזשאנסאן ציעט נישט אן קיין גאנצע 5 פראצענט.

http://www.foxnews.com/politics/interac ... leas-6-16/

Section 5
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט