פריימערי - רואיגע ווינקל.

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג ינואר 25, 2016 8:32 pm

בן נון האט געשריבן:וואס האט ער געטון דערמיט?

געהאלטן אין שלאף צימער און געלייענט פארן גיין שלאפן, אזוי פארציילט זיין געוועזענע ווייב.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 25, 2016 8:32 pm

l
צוגעלייגטע
125TrumpMedia.jpg

קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובהדורך קאליפארניע » מאנטאג ינואר 25, 2016 8:33 pm

בן נון האט געשריבן:
קאליפארניע האט געשריבן:בוידעם, לויט וויאזוי די קענסט קרויז האלטסטו אז ער וועט קענען דורך פירן אפילו איין זאך? איך מיין אויב ער געווינט איז וואשינגטאן אויף שאט דאון פאר 4 יאר.

איך וואלט געזאגט אז אבאמא און קרוז זענען די זעלבע.

אבאמא עקסטרעם לינקס, קרוז עקסטרעם רעכטס.

און קוק ווי אבאמא האט אלס אויפגעטון (אין זיינע אויגן). ער האט דורכגעשטיפט העלטה קעיר, געפעסט סטימיולעס, געמאכט אמעריקא אויס פאליציי, און דורכגעפירט אסאך ליבעראלע סאציאל געזעצן.

און אלעס אן קיין דעפלאמאטיע, אן קאמפראמיזן מיט רעפאבליקאנער, און אן נאכגעבן א האר פון זיינע חלומות. ער איז דירעקט נישט א מענטש מיט וועמען עס איז גרינג צו דורכקומען.

איך זעה נישט פארוואס קרוז זאל נישט טון די זעלבע.


וועל איך דא אויסלערנען די אלף בית פון די 2 פארטייען.

די דעמאקראטישע פארטיי איז איין פארטיי, און די ריפאבליקאנע פארטיי איז 5 פארטייען.

וואס מיין איך צו זאגן מיט דעם.

די דעמאקראטן ווען עס קימט צי סיי וועלעכע נושא אדער ביל וואס זיי ווילן אדורכפירן וועלן זיי אייביג גיין אינאיינען אבי סזאל דורכגיין, און אויב עס איז דא א קאנגרעסמאן אדער סענאטער וואס איז נישט מסכים צי די ביל, וועט מען אים ציווארפען 10 מיליון טאלער פאר זיין סטעיט אז ער זאל זיך פארמאכן דאס פיסקעל און שיין מיט וואוטן ווי א טאטעלע מיט יעדעם.

משא"כ און די ריפאבליקאנע פארטיי זענען דא זייער אסאך אויבער חכמים, און יעדער איז עפעס אנדערש, איינער איז קאנסארוועטיוו (פאול רייען), איינער איז אביסעל מער לינקס (דזאן מקעין),און איינער איז א עקסטרעם טי פארטי חכם (טעד קרויז), און יעדער מיז אייביג זיין בראש און וועט קיינמאל און א מיליון יאר זיך נאכגעבן א משהו פארן צווייטן.

נאך א נקודה, די לאנד ווערט מער לינקס פון יאר צי יאר, און יעדע נושא וואס מרעדט פון, איז לינקע און ליבעראלע נושאים, זאל מען געבן מער פראגראמען, זאל מען דורכפירן חוקי תועבה, זאל מען איינפירן שטרענגערע גאן קאנטראל, וכו', קיינער רעדט נישט פון קיין קאנסארוועטיוו נושאים, זאל מען פארמאכן די גרעיניצן, זאל מען אוועקנעמען פראגרעמען, אייביג איז די שמועס איבער ווי סאך מער ליבעראל מזאל גיין (דעמעקראטן) אדער צי נישט אזוי שטארק ליבעראל (ריפאבליקענס), (חוץ יעצט זייט טראמפ לויפט רעדט מען שוין איינמאל פון די קאנסארוועטיוו אישאס).

איז אבאמא, מיט די מהלך וואס זיין פארטיי פירט זיך אויף, פלאס אז עס איז דא אויף די ריפאבליקאנע זייט חברה וואס זענען נישט שטארק קאנסארוועטיוו און האלטען אויך אז די לאנד שיפט לינקס, און מ'דארף זיך צישטעלן אויף געוויסע אישאס מיט די ליבראלע, וועגן דעם קען אבאמא אויספירן וואטעווער עס פאלט אים ביי, אבער טעד קרויז וועט און זיין לעבן דעס נישט קענען טוהן אויף די ריפאבליקאנע זייט.

(מ'קען דא מאריך זיין שעות אבער איך האב נישט קיין נערווען צי טייפן אזוי סאך, באט יאא געט די פוינט)

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג ינואר 25, 2016 8:34 pm

צווייפל, דאס איז געוואלדיגער פון געוואלדיג!!!!

---
האקט
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג ינואר 25, 2016 8:36 pm

@קאליפארניע

פארוואס קען נישט קרוז שרייבן עקסעקיטיוו ארדערס ווי אבאמא?

פארוואס זאל ער נישט קענען מאניפיולעטן די דשאסטיס דיפארטמענט ווי אבאמא?
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובהדורך קאליפארניע » מאנטאג ינואר 25, 2016 8:39 pm

בן נון האט געשריבן:@קאליפארניע

פארוואס קען נישט קרוז שרייבן עקסעקיטיוו ארדערס ווי אבאמא?

פארוואס זאל ער נישט קענען מאניפיולעטן די דשאסטיס דיפארטמענט ווי אבאמא?

א עקסעקעטיוו ארדער קען נאר אוועקנעמען א עקסעקעטיוו ארדער, אבער נישט מאכן אויס א ביל, ווי למשל ציריקדרייען אבאמא קעיר, פאר דעם דארף מען קאנגרעס

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג ינואר 25, 2016 8:43 pm

עקסעקיוטיוו ארדער קען נאר אוועקנעמען עקסקיוטיוו ארדער. וואס הייסט?
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובהדורך קאליפארניע » מאנטאג ינואר 25, 2016 8:50 pm

בן נון האט געשריבן:עקסעקיוטיוו ארדער קען נאר אוועקנעמען עקסקיוטיוו ארדער. וואס הייסט?

א עקסעקעטיוו ארדער קען נישט אריילייגען א נייע געזעץ, עס קען נאר נעמען א געזעץ און צילייגען נאך סעיפים, קען אבער קימען א אנדערע עקסעקעטיוו ארדער און אוועקנעמען די סעיפים.
איז כדי צירוק צידרייען אבאמא קעיר אדער צי ציפליקן די איראן דיעל וואס קאנגרעס האט באשטעטיגט, דארף קאנגרעס נאכאמאל וואוטן עס צי מאכן אויס, א עקסעקעטיוו ארדער העלפט נישט קיין כי הוא זה, און לויט די אויבער דערמאנטע כללים גייט דעס קרויז נישט קענען טוהן.
(Btw טראמפ האלט איך קען עס יא באווייזען)

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג ינואר 25, 2016 8:55 pm

קאליפארניע האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:עקסעקיוטיוו ארדער קען נאר אוועקנעמען עקסקיוטיוו ארדער. וואס הייסט?

א עקסעקעטיוו ארדער קען נישט אריילייגען א נייע געזעץ, עס קען נאר נעמען א געזעץ און צילייגען נאך סעיפים, קען אבער קימען א אנדערע עקסעקעטיוו ארדער און אוועקנעמען די סעיפים.
איז כדי צירוק צידרייען אבאמא קעיר אדער צי ציפליקן די איראן דיעל וואס קאנגרעס האט באשטעטיגט

טשעקט איבער אייערע פאקטן ביטע. דער גאנצער איראנער דיעל איז אן עקזעקעטיוו ארדער, סך הכל האט דער קאנגרעס נישט געהאט גענוג שטימן עס אנידערצושטימן.

קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובהדורך קאליפארניע » מאנטאג ינואר 25, 2016 8:58 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
קאליפארניע האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:עקסעקיוטיוו ארדער קען נאר אוועקנעמען עקסקיוטיוו ארדער. וואס הייסט?

א עקסעקעטיוו ארדער קען נישט אריילייגען א נייע געזעץ, עס קען נאר נעמען א געזעץ און צילייגען נאך סעיפים, קען אבער קימען א אנדערע עקסעקעטיוו ארדער און אוועקנעמען די סעיפים.
איז כדי צירוק צידרייען אבאמא קעיר אדער צי ציפליקן די איראן דיעל וואס קאנגרעס האט באשטעטיגט

טשעקט איבער אייערע פאקטן ביטע. דער גאנצער איראנער דיעל איז אן עקזעקעטיוו ארדער, סך הכל האט דער קאנגרעס נישט געהאט גענוג שטימן עס אנידערצושטימן.

סארי נישט געמיינט דוקא די ביל, נאר געברענגט פאר א משל

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5670
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג ינואר 25, 2016 9:11 pm

@קארליפאניע, אויב די פראבלעם איז די ריפאבליקאנע פארטיי, אז עס איז צושפליטערט אויף חלקים, איז וויאזוי גייט טראמפ יא קענען דורכפירן ביל׳ס? ער גייט שלאגן, שיסען?
רצונינו לעשות רצוניך.

קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובהדורך קאליפארניע » מאנטאג ינואר 25, 2016 9:14 pm

בוידעם האט געשריבן:@קארליפאניע, אויב די פראבלעם איז די ריפאבליקאנע פארטיי, אז עס איז צושפליטערט אויף חלקים, איז וויאזוי גייט טראמפ יא קענען דורכפירן ביל׳ס? ער גייט שלאגן, שיסען?

דא קומט אריין זיין ביזנעס עקספיריענס, ער וועט זיכער מאכן מיט גיטן און מיט בייזען אז די פארטיי זאל ווערן איינס, זאל עס זיין מאכן דיעלס מיט סענאטערס וכו', די ריפאבליקאנע פארטיי וועט זיין באחדות אזווי די דעמאקראטן, איך האלט ער איז די איינציגסטער וואס קען עס באווייזען

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג ינואר 25, 2016 9:15 pm

היימישער, אויב געדענק איך גוט האט אבאמא עפעס אריין געריקט אין די אריגינעלע געזעץ - די וואוט וואס איז אדורך אין קאנגרעס און אבאמא האט עס אונטער געשריבן - וואס האט געגעבן די רעכט פאר קאנגרעס אראפ צו וואוטן די אפשטימונג, אז אויב עס געלונגט זיי נישט עס אראפ צו וואוטן ביז א געוויסע סכום טעג, האט דער דיעל פאקטיש די הסכמה פון קאנגרעס.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג ינואר 25, 2016 9:23 pm

מי חכם האט געשריבן:היימישער, אויב געדענק איך גוט האט אבאמא עפעס אריין געריקט אין די אריגינעלע געזעץ - די וואוט וואס איז אדורך אין קאנגרעס און אבאמא האט עס אונטער געשריבן - וואס האט געגעבן די רעכט פאר קאנגרעס אראפ צו וואוטן די אפשטימונג, אז אויב עס געלונגט זיי נישט עס אראפ צו וואוטן ביז א געוויסע סכום טעג, האט דער דיעל פאקטיש די הסכמה פון קאנגרעס.

נישט אזוי פארשטאנען.
די געזעץ האט געזאגט אז אבאמא האט נישט קיין רעכט אראפצונעמען סאנקציעס אויף די אייגענע האנט, נאר נאכן געבן 60 טעג סא קאנגרעס האט א טשאנס עס דורכצוקוקען, און פראבירן שטימן דערקעגן. דאס אלעס.

א נייער פרעזידענט קען פשוט צוריקלייגן די סאנקציס מיט אן עקזעקעטיוו ארדער.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 25, 2016 9:46 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:וואס האט ער געטון דערמיט?

געהאלטן אין שלאף צימער און געלייענט פארן גיין שלאפן, אזוי פארציילט זיין געוועזענע ווייב.


נו. דו האלסט אז סהאט אים געשאדט ? ער איז גווארן א אנטיסעמיט?

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג ינואר 25, 2016 9:54 pm

צווייפעל האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:וואס האט ער געטון דערמיט?

געהאלטן אין שלאף צימער און געלייענט פארן גיין שלאפן, אזוי פארציילט זיין געוועזענע ווייב.


נו. דו האלסט אז סהאט אים געשאדט ? ער איז גווארן א אנטיסעמיט?

מסתם נישט. מען זעט דאך אבאמא האט געהער זשערמי רייט'ס דרשות און עס האט אים גארנישט געשאדט. ודו"ק, ואכמ"ל. וד"ב

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 25, 2016 10:04 pm

א גוטע קוואט פון אישי (מיט קליינע שינוים)


וואס קען שוין דער קרוז מיט אלע זיינע דענקערישע קענטעניסן אויפטוען ווען ער קען ניטאמאל לויפן פאר פרעזידענט מיט א אייגענע פלאטפארמע, נאר אינטער טראמפס שירצל, ווען נישט טראמפ לויפט פאראויס, וואלט ער נישט געהאט קיין צען פראצענט שאנסן צו געווינען די נאמעני, (נאציאנאל האט ער נאך היצט גאר שוואכע שאנסן).

ער אליינס זאגט פאר זיינע דאנארס (אין די ווידאו וואס האט גורם געווען אז טראמפ זאל ארויסקומען קעגן אים) אז דאס איז זיין פלאן, לאזן טראמפ ווייך מאכן די ערד און נאכדעם וועט ער אריין קומען, זייער א שיינע סטראטעיגע פאר איינער וואס קען נישט אליינס.

וויזוי וועט ער שטעלן א טריט פאראויס אלס פאקטישער פירער?

נישט פארגעסן, אז די אלע רופאבליקאנע נייס גייס קאנדידאטן האבן נאך נישט אנגעהויבן פילן וואס די מידיע קען, ווארט נאר ווען די מידיא ווייסט ווער די ריפובליקאנער און דעמאקראטישע קאנדידאט וועט זיין.

קרוז וואלט נישט געהאט קיין שום שאנסן (לכה"פ האט ער אונז נאכנישט געוויזן וואס ער קען, אלס סענעטאר האט ער גארנישט אויסגעפירט, און אלס פרעזידענט קאנדידאט איז ער געלאפן אונטער טראמפס שירצל).

ווידערום טראמפ, האט באוויזן וואס קיינער האט נאכנישט, ער האט געפייט, און סופרייזט די לינקע מידיא, די רעכטע מידיא, פופצן רעכטע קאנדידאטן, און די ריפאבליקאנער עסטעבלישמענט, די לינקע עסטעבלישמענט, מעקסיקאנער, מוסילמענער, די בריטישע.

מיט אלעמען האט ער געשלאגן כפרות מיט עטליכע מיליאן דאללער.

ווען איז אזאנס געהערט געווארן!!!?

זאגט איבער, טראמפ איז משוגע, טראמפ איז א גרויס מויל, טראמפ איז א קינד.

#ער טוט וואס עס פעלט זיך אויס, טו געט טינגס דאן.

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2063
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מאנטאג ינואר 25, 2016 10:12 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:אזוי ווי דא איז דאך א רואיג ווינקעל, אויב איינער קען אריינקומען דא מיט אביסל מער אינסייט איבער טראמפ'ס אויפפירונג איבער די לעצטע 25 יאר פארן לויפן פאר פרעזידענט. ווי אזוי האט ער זיך אויפגעפירט מיט ביזנעס פארבינדעטע, ארבעטער, משפחה א.א.וו.

עס איז דא א צד צו זאגן, אז טראמפ אויסער דעם וואס ער איז א בעל גאוה און א אטענטשען זוכער וואס דאס גייט קיינער נישט לייקענען, אבער אויסער דעם איז ער היבש א סאלידער מענטש, נישט קיין ווילדער, נישט קיין שלעכטער נישט קיין ראסיסט, און מיטאמאל א שווערער מענטש.... (כ'ווייס נישט אויב עס שטימט מיטן פאקט, אבער אין טעאריע).

איי, ווען דו קןקסט ווי אזוי ער רעדט יעצט פירט ער זיך אויף ממש ווי א פרא אדם? איז דער תירוץ, אז די גאנצע מעשה איז נאר שפיל, ווייל ער ווייס אז דאס ברענגט אים פובליסיטי. אבער ווען ער וועט וועט ווערן פרעזידענט גייט ער זאגן קאלעוואר.. און אנהייבן צוריק צו רעדן ווי א נארמאלער מענטש, און זיך אפלאזן פון די וויינזיניגע שטותים און פארשלאגן פון וואס ער רעדט יעצט.

אויב דאס זאל זיין ריכטיג וואלט איך נישט געהאט אזא גרויסער פראבלעם מיט א פרעז. טראמפ, אבער די איינציגסטע וועג דאס צו וויסן איז דורך גרינטליך שטודירן זיין היסטאריע.

ער האט אליינס ערגעץ אינמיטען די קאמפיין געזאגט וואס מיינט עטץ איינמאל איך בין פרעזידענט גיי איך אזוי רעדן?

איך האלט אז זיינע שטיצער פארשטייען אז נישט אלעס וואס ער זאגט יעצט האלט ער אזוי נאר מענטשן זעהן אז ער טוט אלעס צו זיין סוקסעספול ער וועט אפי' עקטען ווי א קינד, האלטן זיי אז ער וועט טוען אלעס צו זיין א סוקסעספול פרעזידענט אין פירן גוט די לאנד ער וועט אפי' נוצען מיטלען וואס אנדערע וואגען זיך נישט ער וועט זעכער מאכן צובלייבן אין די היסטערי אלץ גוטע פרעזידענט אין פארדעם גייען זיי פאר אים זיי פילן ער איז די איינציגסטער וואס קען עפעס טוישן

אין פארדעם שאט אים נישט זיינע סטעיטמענטס ווייל עס ברענגט נאר ארויס פאר זיינע שטיצער נאכאמל אז ער וועט טוען וואס ער האלט אז עס איז גוט ווען ער וויל זיין סוקסעפול וואס אנדערע טרויען זיך נישט

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג ינואר 25, 2016 10:15 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:צווייפל, אויב קרוז איז נישט די נאמיני וועל איך לכאורה נישט שטימען נאוועמבער. אפשר אויב רוביאו געווינט וועל איך יא שטימען, אפשר.

כ׳וועל ווארשיינליך אבער נישט דראפן פאליטיקס אפי׳ טראמפ געווינט. די נושא אינטערעסירט מיך סתם אזוי, מיט טראמפ צו אן טראמפ.


יואב צוליב אזעלעכע ווי דיר און נאך אזעלעכע טיפיקל קרוז שטיצער פארלירען די ריפאבליקאנער.
ווייל דיין קאנדידאט האט נישט געמאכט די נאמעני מיינט נישט אז לאמיר זאגט בוש וועט נישט זיין בעסער ווי הילערי אדער סענדערס

בוש האט א רעקארד וואס אסאך קאנסערוועטיווע האבן נישט אריינגערעכנט קרוז. אין פלארידע האט בוש געקאט טעקסעס געברענגט דזשאבס געבאלאנסט די באדזשעט ממש א מעסטער דזשאב אבער וויבאלד ער טוויט נישט 20 מאל א טאג אז ער איז די איינציגסטע קאנסערוועטיוו גייען געוויסע נישט וואוטן פאר אים דאס איז טעד קרוז.... ער וואוט נישט פאר די טובה פון אמעריקע נאר ער וואוט פאר זיין אגענדע... זאל ער מיר נישט איינרעדן אז ער פייט פאר מיר... ער פייט פאר זיך

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 25, 2016 10:20 pm

פאטאקי גייט מארגן צופרי מעלדן זיין אינדארסמענט, ער גיט א רמז, נישט טראמפ (קרעדיט פער בריסטא).

ווי איך האב שוין געשריבן, מיין געס איז אז עס גייט זיין קארסאן.

קארסאן איז א מורא'דיגע אדווענטעדזש פאר פאטאקי, ער מאכט זיינע וויצן גאר שטייט, אזוי אז ביים אויספיר, האט שוין פאטאקי געכאפט די וויץ, און קען אנהייבן צו לאכן מיט יעדן צוזאמען.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג ינואר 25, 2016 10:22 pm

חחחחחחחחחחח
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג ינואר 25, 2016 10:25 pm

צווייפל... חחח

איך האלט אז פאטאקי גייט אינדארסירן בוש
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג ינואר 25, 2016 10:32 pm

פרידן האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:אזוי ווי דא איז דאך א רואיג ווינקעל, אויב איינער קען אריינקומען דא מיט אביסל מער אינסייט איבער טראמפ'ס אויפפירונג איבער די לעצטע 25 יאר פארן לויפן פאר פרעזידענט. ווי אזוי האט ער זיך אויפגעפירט מיט ביזנעס פארבינדעטע, ארבעטער, משפחה א.א.וו.

עס איז דא א צד צו זאגן, אז טראמפ אויסער דעם וואס ער איז א בעל גאוה און א אטענטשען זוכער וואס דאס גייט קיינער נישט לייקענען, אבער אויסער דעם איז ער היבש א סאלידער מענטש, נישט קיין ווילדער, נישט קיין שלעכטער נישט קיין ראסיסט, און מיטאמאל א שווערער מענטש.... (כ'ווייס נישט אויב עס שטימט מיטן פאקט, אבער אין טעאריע).

איי, ווען דו קןקסט ווי אזוי ער רעדט יעצט פירט ער זיך אויף ממש ווי א פרא אדם? איז דער תירוץ, אז די גאנצע מעשה איז נאר שפיל, ווייל ער ווייס אז דאס ברענגט אים פובליסיטי. אבער ווען ער וועט וועט ווערן פרעזידענט גייט ער זאגן קאלעוואר.. און אנהייבן צוריק צו רעדן ווי א נארמאלער מענטש, און זיך אפלאזן פון די וויינזיניגע שטותים און פארשלאגן פון וואס ער רעדט יעצט.

אויב דאס זאל זיין ריכטיג וואלט איך נישט געהאט אזא גרויסער פראבלעם מיט א פרעז. טראמפ, אבער די איינציגסטע וועג דאס צו וויסן איז דורך גרינטליך שטודירן זיין היסטאריע.

ער האט אליינס ערגעץ אינמיטען די קאמפיין געזאגט וואס מיינט עטץ איינמאל איך בין פרעזידענט גיי איך אזוי רעדן?

איך האלט אז זיינע שטיצער פארשטייען אז נישט אלעס וואס ער זאגט יעצט האלט ער אזוי נאר מענטשן זעהן אז ער טוט אלעס צו זיין סוקסעספול ער וועט אפי' עקטען ווי א קינד, האלטן זיי אז ער וועט טוען אלעס צו זיין א סוקסעספול פרעזידענט אין פירן גוט די לאנד ער וועט אפי' נוצען מיטלען וואס אנדערע וואגען זיך נישט ער וועט זעכער מאכן צובלייבן אין די היסטערי אלץ גוטע פרעזידענט אין פארדעם גייען זיי פאר אים זיי פילן ער איז די איינציגסטער וואס קען עפעס טוישן

אין פארדעם שאט אים נישט זיינע סטעיטמענטס ווייל עס ברענגט נאר ארויס פאר זיינע שטיצער נאכאמל אז ער וועט טוען וואס ער האלט אז עס איז גוט ווען ער וויל זיין סוקסעפול וואס אנדערע טרויען זיך נישט

איך מיין אז דאס קען יעדער מודה זיין סיי די טראמפ שטיצער און סיי זיינע קעגנער אז די אלע פאליסי פארשלאגן/צוזאגן וואס טראמפ זאגט יעצט מיינט זילטש, ער האט נישט קיין שום פראבלעם ווען ער ווערט פרעזידענט צו זאגן, "איך האב נאר געמאכט א זשאוק"... איך מיין צו דעם וועט טראמפ אליינס אויך מודה זיין.

די שאלה איז וועגן זיין סטייל-אויפפירונג אלס פרעזידענט. גייט ער זיך אנהייבן צו אויפפירן ווי א נארמאלער מענטש אדער ווי א פרא אדם א גענגסטער?

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג ינואר 25, 2016 10:37 pm

דאס איז איין פראבלעם פון טראמפ.

קייייינננער האט נישט קיין אנונג וואס זיינע פאליסיס זענען.

נאר וואס? מענטשן טראסטן אים פון די פינאנציעלע שטאנדפונקט. כאטש מען ווייסט נישט פונקטליך וואס ער גייט טון.

קוקט אויס עס זענען נאך דא מענטשן וואס קוקן אן די דעפעציט אלץ א פראבלעם.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג ינואר 25, 2016 10:39 pm

און וועגן אויסערן פאליטיק?

איך פערזענליך האלט אז טראמפ האט נישט קיין השגה וואס עס טוט זיך איין טריט ארויס פון אמעריקא.

אבער, איך האלט אויך אז ער איז גענוג קלוג זיך צו ארומנעמען מיט גוטע עדווייזערס.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט