פריימערי - רואיגע ווינקל.

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלנער »

צווייפל א טראמפיסט און רעדן אזוי צו די זאך.
גראדע ווערטער קילורין לעינים.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

טרויעריק דער מצב אין אמעריקע.

די קרימינאלקע זיצט באקוועם אין די פאללס, ווען די וואלן קומען ווען פאר היינט, געווינט זי מיט א באקוועמע מערהייט.

וואס דאס מיינט פאר אמעריקע?

די הפקר'דיגע פירערשאפט, מיט די לינקע אגענדעס וועלן דאמינירן דאס לאנד, די לינקע נייע ריכטער, די שטארקע 'שוואכע פאליסיס' וועלן אראפשלעפן דאס לאנד, אמעריקע גייט ווערן די נעקסטע פראנקרייך, (פראנקרייך וועט שוין דעמאלט האבן די צווייטע אדער דריטע גרעסטע פארטיי אין פארלימענט 'די איסלאמיק פרענטש פארטי').

אויב מיינט איימיצער אז נאך הילעריס 8 יאר זענען די קלינטאנס פארטיג מיט אמעריקע, זייט וויסן אז איר זענט נישט באהאוונט, הילערי איז בלויז איינע פון ביללס ווייבער, און א מישעל אבאמא פרעזידענשאפט איז זיכער אויך אינעם דיעל, (כעין פוטין/מעדנעוו סייקל) דער ש-דים ראד פון די קלינטאנס וועט נישט אזוי שנעל ארויסלאזן דאס ווייסע הויז, ביז אמעריקע ליגט נישט אויף אירע קניען, גלייב איך נישט אז אבאמא אדער קלינטאן וועלן שלאפן רואיג.

וואס דאס ברענגט מיט מיט זיך, כינע ווערט בקרוב די וועלטס גרויסמאכט, און וועט דאמינירן אזיע, פוטין ווערט צוריק ווערן דער רוסישער צאר, און דאמינירן מיטל מזרח, און א חלק אייראפע, איראן וועט ווערן א נוקלער גרויסמאכט, און אירע אפיליערטע חיזבאללע וועט זי נעמען אינטער איר שוץ, די אראבער וועלן גרינדן א כעין נאטא, אסאד, איראן, וכו', חאמאס גלייב איך האט אויך א צוקונפט דארט.

רדיפות אין אמעריקע אויף חינוך, מילה, שחיטה, ליגט אויפן טיש ביי די לינקע, נארישקייט גייט ווערן א נארמאלע חלק פונעם לאנד,גענוי ווי אין אייראפע, וועט זיין א חוזק בכלל צו דערמאנען פארנט פון א גוי, אזא זאך אז עס איז דא א באשעפער רח"ל. משיח זאל א ודאי קומען פריער.

פון ביזנעס קענט איר אויך אנהייבן צו פארגעסן, די לעצטע פאר פעקטאריס וועט מען ליקווידירן, ארויס שיקן די לעצטע ביסל דזשאבס קיין אויסלאנד, און איר פלאץ, וועט קאראפציע איבערנעמען, עצה טובה קמ"ל, גיט אויף אייערע דזשאבס ווי פריער, ווייל ווי איך קען די לינקע, איז ווי ווייטער איר זענט פון א דזשאב, וועלן אייערע בענעפיטן זיין גרעסער.

פאניקט נישט, די רעיס איז ווייט פון פארטיג.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

די זעלבע שרעק-טאקטיקן וואס מ'האט גענוצט אין ענגלאנד צו אנשרעקן די עולם צו וואוטן רימעין..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

ווישוואש האט געשריבן:די זעלבע שרעק-טאקטיקן וואס מ'האט גענוצט אין ענגלאנד צו אנשרעקן די עולם צו וואוטן רימעין..


לאמיר טאקע האפן אז עס זאל אויפטון די זעלבע פעולה וואס עס האט דארט געטון.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

צווייפעל האט געשריבן:טרויעריק דער מצב אין אמעריקע.

די קרימינאלקע זיצט באקוועם אין די פאללס, ווען די וואלן קומען ווען פאר היינט, געווינט זי מיט א באקוועמע מערהייט.

וואס דאס מיינט פאר אמעריקע?
.

עס ווייזט אז דער צווייטער וואס לויםט קעגן איר האט אויך פוטער (ארענדזשע?) אויפן קאפ וואס מאכט איר אויסזען אביסל מער מענטשליך ווי זי איז.

צווייפעל האט געשריבן:
אויב מיינט איימיצער אז נאך הילעריס 8 יאר זענען די קלינטאנס פארטיג מיט אמעריקע, זייט וויסן אז איר זענט נישט באהאוונט, הילערי איז בלויז איינע פון ביללס ווייבער,.

פלצטי
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

סתם א פראגראמינג מעלדונג פאר צווייפעל: עס איז טאקע זייער באקוועם צו זיצן אינעם אייגענעם ווינקל וואס איר האט געגרינדעט במו ידכם, אבער פאר די אלגעמיינע וואלן האבן אייערע קאלעגעס געגרינדעט א פרישן אשכול, עס רופט זיך "צענטראלע וואלן - פרא טראמפ" (עפעס אזוי), טשעקט עס אויס...
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

@צווייפעל! מוראדיג גוט ארויסגעברענגט פון אידישן שטאנדפונקט! לאמיר האפען אז די אנקעטעס וועלן טאקע בעסער ווערן ASAP אז נישט וועלן מיר דארפן פאררופן א יום תפלה לאור המצב הנורא!

דארט וואו קלינטאן איז געווען די זונטאג איז א ביטערע אנדייטונג וואס מען קען ערווארטען רח"ל
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

צווייפעל האט געשריבן:בס"ד

אויסצוג פון מיין "מכתב גלוי" (אפענע לעטטער) וואס כהאב אפגעשריבן נאך פאר שבועות...
...
זאלן מיר אלע געדענקען איין זאך, אמעריקע איז נישט אונזער לאנד, און דער אייבישטער איז דער ממליך מלכים, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה, אמן.

אחיכם הדורש שלומכם הטוב,
הקטן צווייפעל
נכד לאותה הצדיקת "די באבע צווייפעל".

(שהיתה ידועה בהגעפילטע פיש שלה, שהיתה עושה געפילטע פיש ממש, לא כמו שעושים היום הפיש והגעפילטע פיש בנפרד. לקחה חתיכת ווייט פיש שלימה, ומילאה חלק התחתון במרקחת של פיש,  וככה בשלה אותם, והיה טעים מאוד מאוד) .


;l;p- ;l;p-
געוואלדיגער בריוו! קלאר און זאכליך.

וביותר נהנתי מהחתימה שלך, שהזכרת לטובה הבאבע הצדיקת ע"ה.
אוי! (היינו "קרעכץ שובר לבבות"), ווי נעמט מען היינט אזעלכע געפילטע פיש?!
(חברה מיינען איך מאך א וויץ. כ'מיין עס גראדע גאר ערנסט!)
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

צווייפעל האט געשריבן:רדיפות אין אמעריקע אויף חינוך, מילה, שחיטה, ליגט אויפן טיש ביי די לינקע, נארישקייט גייט ווערן א נארמאלע חלק פונעם לאנד,גענוי ווי אין אייראפע, וועט זיין א חוזק בכלל צו דערמאנען פארנט פון א גוי, אזא זאך אז עס איז דא א באשעפער רח"ל. משיח זאל א ודאי קומען פריער.


דו ביזט ליידער גערעכט. מען טאר נישט מקטרג זיין, אבער אונז ארטאדאקסישע אידן וואלטן זיך געמוזט אנשליסן אין א נאציאנאלע קאמף קעגן די נארישקייט געזעצן. אנשטאט, שיקן די מוסדות אהיים צעטלעך מ'זאל וועלן פאר די דעמאקראטישע פארטיי "דאון די ליין", בלויז ווייל יענע זאגן צו גרויסע מוציא'ס פאר די מוסדות (און אפשר אויך סעקשאן 8). דאס איז טאקע נישט אויפ'ן נאציאנאלן שטאפל, אבער ווי אזוי קען מען הייסן ערליכע אידן שטימען פאר מענטשן וואס זאגן בקול רם אז זיי גייען קעמפן אויף די זייט פון די נארישקייט'ניקעס? האבן מיר טאקע פארקויפט אונזער גאנצע אידישקייט פאר א נזיד עדשים?

עס איז קלאר אז אונטער דער דעמאקראט וועלן די זאכן נאר ערגער ווערן. לדוגמה: די לעצטע אנווייזונגען פון אבאמא'ס (סאשעל) דזשאסטיס דעפארטמענט פאר אלע פאבליק שולעס אין אמעריקע. מ'צווינגט אויף זיי ארויף די זאכן. נאר געציילטע קאנסערוואטיווע שטאטן האבן זיך קעגנגעשטעלט און צוגעזאגט אונטערצונעמען א געריכטליכע קאמף.

פאלגענד איז די סדר הדברים:
1. קודם פאדערט מען "טאלעראנץ" פאר די וואס קלערן און פירן זיך אויף "אנדערש", די זעלבע סארט וואס אמאל האט מען פון זיי אפגעשייעט און אין בעסטן פאל אנגעקוקט אלס משוגעים.
2. דאן רופט מען פאר "עקספעטענס" - נעם אים אן באשר הוא, אזוי ווי ער שטייט אין גייט, ווארצלעך און אלעסדינג.
3. דאן ווערט דאס אריינגעשטעלט אין געזעץ, אז דער נארישקייט'ניק האט א רעכט עוסק צו זיין אין אקציעס וואס מען האט אמאל באטראכט אלס מיאוס און פארברעכעריש, און מען טאר נישט דיסקרימינירן קעגן אים און זיין גלייכן ביים אויפנעמען פאר א דזשאב אא"וו.
4. ענדליך קומט א פאדערונג צו באשטראפן די אלע וואס האלטן זיך ביים אלטן, אינדעווידואלן און ביזנעסער וועלכע שטעלן זיך קעגן די חוקי סדום ועמורה.

מיר האלטן יעצט ביי די פערטע שטאפל. אונזער וועלט איז אויפ'ן קאפ געפאלן, אזוי ווי מיר זעהן אבאמא'ס אדמיניסטראציע באשטראפט בעקערייען און לינקע גרופעס פירן אגיטאציעס אפילו קעגן יחידים. זעה Brendan Eich, דער שעף עקזעקיוטיוו פון מאזילע וועלכער איז ארויסגעצווינגען געווארן פון א פירמע וואס ער האט זעלבסט געגרינדעט, בלויז ווייל ער האט געשטיצט - מיט זיין פריוואטע געלט - א פרא-פאמיליע געזעץ אין קאליפארניע.

טאלעראנץ האט איר געזאגט? דאס ארבעט נאר איין וועג! טאלעראנץ פאר שלעכטס און גרויל!

אין די אלטע סאוויעטן פארבאנד איז געווען גאנגבאר א וויץ:

- מר. ראבינאוויטש, פארוואס ווילט איר עמיגרירן פון די סאוויעטן פארבאנד?
- ווייל איך בין נישט מסכים מיט די סאוויעטישע פאליסי בנוגע נארישקייט.
- ראבינאוויטש, פופציג יאר צוריק האבן מיר געשאסן נארישקייט'ניקעס. דרייסיג יאר צוריק האבן מיר זיי ארעסטירט. 10 יאר צוריק - זיי אויפגעזאגט פון ארבעט. און יעצט טוען מיר זיי דאך גארנישט!
- פונקט אזוי! איך וויל עמיגרירן איידער די רעגירונג פאדערט עס...

ווי לאנג קלערט איר איידער די רעגירונג הייבט אן צו רודפ'ן אידישע ביזנעסער וועלכע ווילן נישט צושטעלן קעיטערינג אדער פאטאגראפיע סערוויסעס פאר די עקלהאפטיגע גרופעס?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ברעיקינג!

די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע איז גערופן געווארן אין קאורט דורך די בערני שטיצער, איבער די שטיק וואס זיי האבן געטוהן אז בערני זאל פארלירן די פריימעריס.

יעצט האט די DNC געטענהט אין קאורט, נישט מער און נישט ווייניגער, נאר...
We don't owe anyone a fair primaries

כ'בין נישט ממש שאקירט, ווייל וואס קען מען ערווארטן פון די פארדארבענע ליבעראלן, אבער ס'איז א דורכבראך אז מ'קען אזוי אפען זאגן כ'האב ענק אין בוידעם.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

רואיגע אשכול?
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

;l;p-
צווייפעל האט געשריבן:איך קלער אז טראמפ קען שפארן פאר אמעריקע מער ווי יעדע קאנדידאט.

קודם וועט ער נישט נעמען קיין געהאלט.

צווייטנס עיר פארס וואן קען מען קענסעלן.

דריטנס די העליקאפטער קען מען אויך פארקן, טראמפ האט א אייגענע, פיל שענער, אגב, לאקהיד מארטין ארבעט יעצט אויף א מארין 1 וועלכע גייט קאסטן 20B דאללער, אראפ דערמיט.

טעלעפראנטער, געקענסלט.

פרעסע צימער אין ווייסן הויז קען מען אפשפארן די עלעקטער און ארויסדרייען די באלבס, עס וועט זיין טוויטס, פעיס בוק. און קשיות פון רעפארטערס וועט מען ממילא נישט ענטפערן.

אינדער'אמת'ן אריין ברויך מען נישט די גאנצע ווייסע הויז, אויף די זעלבע גאס (נישט ווייט) האט טראמפ א הערליכע ווייסע האטעל.

;l;p- ;l;p- :lol:
שבעה מי יודע!?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

viewtopic.php?f=21&t=29260&hilit=מטעמים&start=600

פאר ווער עס וויל ליינען און הנאה האבען - פיינע ווארע צום שמייכלען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

בד"וו @מטעמים, דערמאנט פון דיר ביים מעביר סדרה זיין.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

יא יא געוועהן מיין אושפיזא די וואך
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3397
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
אין אנדערע נייעס איבער די רעפובליקאנער פראנט ראנער ווען מען האט אום געפרעגט וועגן די נוקלערע קנעפל הערטס וואס ער האט געזאגט quote I will be very very slow on the drow. עכ"ל .....
לינק?
יואלי פערל
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

שפיצער האט געשריבן:
כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
אין אנדערע נייעס איבער די רעפובליקאנער פראנט ראנער ווען מען האט אום געפרעגט וועגן די נוקלערע קנעפל הערטס וואס ער האט געזאגט quote I will be very very slow on the drow. עכ"ל .....
לינק?
עבר זמנו בטל קרבנו
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3397
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
שפיצער האט געשריבן:
כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
אין אנדערע נייעס איבער די רעפובליקאנער פראנט ראנער ווען מען האט אום געפרעגט וועגן די נוקלערע קנעפל הערטס וואס ער האט געזאגט quote I will be very very slow on the drow. עכ"ל .....
לינק?
עבר זמנו בטל קרבנו
אריין דא:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=58027
יואלי פערל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”